היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » זיך אויסלערנען טייפן שנעל

זיך אויסלערנען טייפן שנעל

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1670755

דיפלאמאט » 15/11/2005 03:09

ווייסט איינער פון א פראגראם וואס לערנט אויס צו קענען טייפן שנעל? נישט אז איך וויל שרייבן מער (איינער איז בכלל אינטערעסירט וואס איך האב צו זאגן?...) נאר ווען איך וויל יא זאל עס גיין געשמירט אן צעגערייען

90pct » 15/11/2005 06:01

איך האב היינט (צירוק) אנגעהויבן צי טייפן אידיש נאך א הפסק פון 5 יאר.
איך האב אפילו נישט קיין העברעישע קיבארד.
ווען דו ווערסט געהאלפן, העלפ מיר אויך.

קרעמער » 15/11/2005 06:05

http://www.senselang.com/Typing/Hkeybord.html

לערן אדורך די שיעורים, און האב הצלחה!

wassa_dif » 15/11/2005 07:10

דאונלאוד MAVIS BEACON פון קזה צו אימיול.
איינמאל מ'לערנט זיך אויס אויף ענגליש קומט די אידיש ממילא. עכ"פ אזוי איז געווען ביי מיר.

13Hooper » 15/11/2005 08:10

90PCT
וויאזוי האסטי געטייפט ביז יעצט אהן א יודישע קיבארד
איך ניץ MIKLEDET

ליכטיג » 15/11/2005 20:22

איך האב געקויפט א פראגראם וואס הייסט "בעשר אצבעות" לימוד הקלדה בשיטה העיוורת.

אין אפאר טאג האב איך געקענט טייפען שנעל לשון קודש מיט ענגליש.

wassa_dif » 15/11/2005 23:22

ליכטיג
האסט ארויסגעווארפען גוטע געלט.
MAVIS BEACON הייסט פון די בעסטע פראגראמען וואס איז דא און מ'קען עס באקומען פאר אומזינסט.

ליכטיג » 16/11/2005 19:17

דערMAVIS BEACON פראגראם איז נאר פאר ענגליש.

די שאלה דא איז געווען פאר אידיש.

תוקן על ידי - ליכטיג - 16/11/2005 19:16:29

wassa_dif » 16/11/2005 20:15

די שיטה איז די זעלבע. איך האב געלערנט אויף ענגליש און איך טייפ אזוי אויף אידיש אויך.

דיפלאמאט » 16/11/2005 21:36

יישר כוחכם אייך אלע, ובפרט קרעמער. עס זעט אויס זייער גוט, אבער וואס איז דאס MAVIS BEACON

wassa_dif » 16/11/2005 21:38

MAVIS BEACON איז א פראגראם וואס לערנט אויס דורך איבונגען וויאזוי צו טייפען שנעל. אויב דו האסט קזה קענסט עס אויפזוכען.

דיפלאמאט » 16/11/2005 22:03

MAVIS BEACON איז פיל בעסער און געשמאקער ווי די פריערדיגע, אבער נאר אויף ענגליש. פארוואס זאגסטו אז עס איז די זעלבע זאך, און אז אויב מען קען ענגליש איז זיך לערנען אידיש א קינדער שפיל?

wassa_dif » 16/11/2005 22:11

אזוי איז געווען ביי מיר.
די גאנצע שיטה איז אויסצושטעלען די פינגערס אז יעדער פינגער זאל נאר קלאפ-ען אויף צוויי דריי קנעפלעך. ס'נעמט א צוויי דריי טעג צוצוגעוואוינען וועלכע אידישע אותיות געהערען פאר וועלכע ענגלישע קנעפעל און נאך דעם פאהרט עס. איך טייפ היינט פון א קעיבאורד וואס האט נאר ענגלישע קנעפלעך, די אידישע קען איך אויף אויסערווייניג.

טרעקטער » 16/11/2005 22:21

the hunt and peck system works just fine for me

90pct » 17/11/2005 04:28

13HOOPER,
איך האב געעפענט א PAGE אין WORD
אין אריינגעטייפט אלע אותיות

גראף » 17/11/2005 07:14

וואסא_דיף האט א שטיקל פוינט (נקודה). איך האב זיך לכתחילה געלערנט נאר אידיש, אבער מיט די צייט קען איך טייפן ענגליש אויך ווי א פרא(פעסיאנעל).