שאלות אויף פרשת וירא
42 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1667520
אלע פראגן פון די וואך באציען זיך אויף (אונזער זיידע?)
לוט:
1. וויפיל ווייבער האט לוט געהאט?
2. וויפיל זיהן האט לוט געהאט?
3. וויפיל טעכטער האט לוט געהאט?
4. וויאזוי האט געהייסן לוט'ס ווייב (די וואס איז געווארן א שטיק זאלץ).
הצלחה רבה!!!
תוקן על ידי - קרעמער - 13/11/2005 5:18:31שאלה 3. וויפיהל טעכטער האט לוט געהאט?
פיר טעכטער, צוויי פארהייראט און צוויי אומפארהייראט. (מד"ר בפרשתן פ"נ סי' ט').
שאלה 4. וויאזוי האט געהייסן לוט'ס ווייב? (די זאלץ געווארענע.
יש בזה כמה דיעות:
1) רבינו בחיי בפרשתן (יט, יז) שרייבט אז זי האט געהייסן עירית וכעי"ז ברענגט דער ילקוט ראובני בפרשתן בשם ספר טוב הארץ אז זי האט געהייסן עיזית
2) ילקוט ראובני בפרשתן בשם ספר הפליאה ברענגט אז זי האט געהייסן מלח.
אויך ברענגט דארטן דער ילקוט ראובני בשם ספר הפליאה בזה הלשון: בא וראה מה אירע לאשת לפידות אשתו של לוט הביטה אחריה וכו' עכ"ל, פארשטיי איך נישט אויב ער מיינט צו זאגן אז אשתו של לוט האט געהייסן 'לפידות' דאן וואס שרייבט ער אשת לפידות,
בן הרחמן;
א גוט מארגן!
אויף שאלה 3 איז דא נאך א דעה. אזוי אויך אויף שאלה 4.
שאלה א'
וואס האט אברהם סערווירט די מלאכים?
שאלה ב'
וואס האט לוט סערווירט די מלאכים?
שאלה ג'
וועלעכע מענטשן פון סדום האבן ארומגערינגעלט לוט'ס הויז און געפאדערט זיינע געסט?
שאלה ד'
ווי אלט איז באבע שרה געווען ווען יצחק איז געבוירן?
שאלה ה'
פון ווי האט אברהם געהאט האלץ צו לייגן אויפ'ן מזבח?
שאלה ו'
פארוואס האט אברהם זיך געדארפט דורך רעדן מיט יועצים, צו ער זאל מקיים זיין מצוות מילה, צו נישט, נאכדעם וואס השי"ת האט עם געהייסן אזוי טוהן?
שאלה ז'
קיים אברהם אבינו כל התורה כולה עד שלא נתנה (שבת ??) פארוואס האט ער געווארט ביז די 99 מקיים צו זיין מצוות מילה?
שאלה ח'
ווי טרעפט מען היינט אזא מכניס אורח ווי אברהם אבינו?
[בילד – נישט אפגעהיט]
יענקיס;
די מימרא פון "קיים אברהם אבינו כל התורה כולה", שטייט נישט אין שבת (??), נאר אין יומא (דף כ"ח ע"ב), און עס איז א משנה אין סוף קידושין (דף פ"ב ע"א).
שאלה א'
וואס האט אברהם סערווירט די מלאכים? ברויט
שאלה ב'
וואס האט לוט סערווירט די מלאכים? מצה,
אגב איז דא א דבר צחות מרביה"ק מסאטמאר זי"ע פארוואס ביי אברהם שטייט לחם און ביי לוט שטייט מצה, ווייל די מעשה איז געווען פסח, ותו"ד בקיצור אז עס האט צוטון מיט די מחלוקות ר' יושע ור' אליעזר צו בתשרי נברא העולם אדער בניסן, און אויב זאג איך בתשרי מוז זיין אז עס איז פלוצים געווארען פסח, במילא אאע"ה האט נישט געהאט קיין צייט צו מאכן זיינע מהודרדיגע מצות כדרכו האט ער בלית ברירה גענומען ניט קיין שמורה אדער מאשין מצות, און ביי אים האט דאס געהייסן לחם, משא"כ לוט האט אייביג גענוצט יענע מצות האט ער דאס אויך גערופען מצה, ודפח"ח
שאלה ד'
ווי אלט איז באבע שרה געווען ווען יצחק איז געבוירן?
90
שאלה ו'
פארוואס האט אברהם זיך געדארפט דורך רעדן מיט יועצים, צו ער זאל מקיים זיין מצוות מילה, צו נישט, נאכדעם וואס השי"ת האט עם געהייסן אזוי טוהן? אסאך תירוצים ווערט געברענגט דערויף, א) ער האט געוואלט מ' זאל אים אפרעדן כדי ער זאל האבן א נסיון (ולפי"ז זענן ענר ואשכול געווען צדיקים) ב) ער האט געפרעגט אויף וועלעכע פלאץ? ועוד ועוד. עיין בלקט בהיר.
תוקן על ידי - אייןסאטמאר - 14/11/2005 19:21:27
איין[נאמען ארויסגענומען צוליב פאליטיק];
אברהם האט געגעבן ברויט? רש"י זאגט דאך ולחם לא הביא (גמ' ב"מ פ"ז ע"א)?
תוקן על ידי - kraitchmer - 22:00:99
קען זיין דאס קומט ערגעץ אנדערש, אבער עס איז דאך פון די סדרה לייג איך עס דא.
ווי עס איז באקאנט האבן ענר און אשכול אפגערעדט אברהם פון זיך מל'ן, און ממרא האט אים צוגערעדט, עס איז מרומז אין זייערע נעמן:
ע= עה
נ=נישט
ר=ריכטיג
א=אלטער
ש=שיכור
כ=כראנק (בת 'ק' כבת 'כ')
ו=ווילסטו
ל=ליגן
ממרא האט געזאגט
מ=מל'עט
מ=מל'עט
ר=ר'
א=אברהם
תוקן על ידי - כיטוב03 - 14/11/2005 23:01:02
תוקן על ידי - כיטוב03 - 14/11/2005 23:02:36
איז כי טוב פון יארע נול דריי א קאזין מיט סערוויס נול דריי? וואס איז דאס די אונטערגאנג לעצטנס פון זיך ארויפכאפן אויפן יארע נול דריי? איז דאן געווען בעסערע צייטן ווי יארע נול פינעף אדער נול זעקס?
אנטשולדיגט פארן פארדרייען דעם אשכול, לאמיר עס צוריקברענגן צו לוט.
א גוגעל זוכעניש אויף די צוויי ווערטער "אשת לוט" האט געברענגט די פאלגענדע בילד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
איז דעס א בילד פון א פרוי?
קרעמער:
איך האב גאנץ קנאפ מיטן יאר 03,Niether do i with service
יום ג' שנכפל בו געפאלט אויס דעם 3'טן
(אפשר באלאנגט דאס אינעם אשכול "פשט אין מיין ניק")
תוקן על ידי - כיטוב03 - 15/11/2005 1:34:03
יישר כח פארן זיך אויפקלערן - מר. כי טוב 03
דו ביסט אפשר א ברודער פון רבי מאיר? (ווער געדענקט די טעיפ...).
טייערע רבי קרעמער איך בעט דיך איבער מיט א אמת'ע מחילה גמורה.
איך האב נישט געוויסט אז דא אין קרעטשמע דרייען זיך תלמידי חכמים ממש.
ווען יא וואלט איך נאכגעקוקט די גמ' פאר'ן שרייבן א מראה מקום.
איך האפ די ביסט מיר מוחל פארן אינטערשאצען. מהיום והלאה וועל איך פרובירן דיך אפגעבן די ריכטיגע כבוד וואס ס'קומט זיך פאר אזא ת"ח ווי דו.
טייערע חברים;
עס איז שוין דאנערשטאג (איך האב שוין געדאווענט מעריב) און איך האב נאכנישט געזען קיין צופרידנשטעלנדע תירוץ אויף מיינע שאלות!
ווייסט איר טאקע נישט וויפיל זיהן לוט האט געהאט?
ווייסט איר טאקע נישט וויפיל טעכטער לוט האט געהאט?
וואו זענט איר???
איך בין אין צפת. וויסטו אפשר בילדער פון צפת ??
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "גם_זו", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
תוקן על ידי - חי_וקים - 18/11/2005 3:05:20
3) 5 ! א חוץ פון די פיהר וואס בןהרחמן האט אויבן דערמאנט האט לויט גיהאט נאך א טאכטער וואס די סדומניקים האבן איהר גע'הרג'עט !
די וואך איז די יא"צ פון תרח, ער איז געשטארבן צווי יאר פאר די עקידה, וואס ווערט דערמאנט אין היינטיקע פרשה,
פון וואנט קומט דער אויסדריק: ער איז "א אלטער תרח" ?
תרח איז דאך האלט געווען ביים שטארבן נאר 205יאר ?
וואס נאך?
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
חי וקים;
זייער גוט געענטפערט! יעצט זאג מיר: וויאזוי האט אט די פינפטע טאכטער געהייסן אויפן נאמען?
ס'איז ממש א נחת דא אין קרעטשמע,
נאכן זיך דורכשמיסן אין אינדרויסיגן צימער, איבער די לעצטיגע מאוויס,
קום איך אריין דא, ס'איז ממש א מחיה, ש"ס פוסקים אויפן טיש,
מסתמא אין אזא מין קרעטשמע פלעגן ר' זושא און ר' אלימלך גיין, אדער אפשר פלעגן זיי גאר קומען אין דיזע קרעטשמע, ??? ווי אימער זאל נישט זיין: דאס איז א גוטע ארט, חזק ואמץ. האלטס אן די גוטע ארבעט
נו אודאי איז דא א געשמאק, ס'איז דאך 'איבריג' אפילו דאס צו זאגן........
יענטאאש:
גאנץ שנעל אויפגעכאפט wow!!!
איבריג;
שפירט אייך נישט איבריג דא. הייבט שוין אן ענטפערן אויף די שאלות פון די סדרה (אויב איר וועט אלעס וויסן צו ענטפערן, באקומט איר פרייע טיקעטס צו "אושפיזין"...).
קרמער
איהר נאמען איז געווען 'פלטת' און איהר 'ניק איז געווען "pky,"
-------
משלים זיין וואס מ'האט נאך-נישט הענטפערט.
1) עמון ומואב
2)צווי טעכטער מיט אגעזאלצינע
4) ספר הישר: עדית
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
אשת לוט געמאלעוועט הענדליך צום ארגענאלער בילד
קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]
חי וקים;
דו געווינסט אלע אונזערע פארמעסטן!
גוט געענטפערט אויף די נאמען פון לוט'ס פינפטע טאכטער (די 'ניק' אירע כאפ איך נאכנישט...).
גוט געענטפערט אויף די נאמען פון לוט'ס ווייב.
אבער...
ער האט פארמאגט נאך א ווייב
ער האט פארמאגט נאך זיהן
תירוצים אויף די שאלות פון פרשת וירא תשס"ו
1. וויפיל ווייבער האט לוט געהאט?
אויסער זיין זאלציגע ווייב, און זיינע צוויי טעכטער מיט וועמען ער האט געוואוינט, האט ער - מעגליך - געהאט נאך א ווייב, אזוי שטייט אין אבן עזרא (בראשית י"ט, ל"א) וז"ל: יתכן שהיתה לו אשה אחרת ומתה בתחילה עכ"ל, אבער דער רמב"ן דארט זאגט אז עס מוז נישט זיין אז ער האט געהאט נאך א ווייב ע"ש.
2. וויפיל זיהן האט לוט געהאט?
אויסער עמון און מואב וואס זענען אים געבוירן פון זיינע אייגענע טעכטער, האט ער - מעגליך - געהאט נאך זיהן. אזוי שטייט אין רמב"ן (בראשית י"ט, י"ב) וז"ל: ויתכן שהיו לו בנים גדולים נשואי נשים עכ"ל.
3. וויפיל טעכטער האט לוט געהאט?
אויסער די צוויי פארהייראטע [וואס ער האט איבערגעלאזט אין סדום] און די צוויי אומפארהייראטע [מיט וועמען ער האט שפעטער געוואוינט], האט ער געהאט נאך א טאכטער פלטית וואס זי האט חתונה געהאט מיט א סדומ'ער איינוואוינער, און מען האט איר פארברענט ווייל זי האט געגעבן ברויט פאר אן ארימאן (פרקי דרבי אליעזר פרק מ"ה, זעה אויך אין תרגום יונתן בראשית י"ח, כ"א, און אין פירוש יונתן דארט).
4. וויאזוי האט געהייסן לוט'ס ווייב? (די וואס איז געווארן א שטיק זאלץ)
אין פרקי דרבי אליעזר (פרק כ"ה) שטייט אז זי האט געהייסן עירית, אזוי שטייט אויך אין רמב"ן (בראשית י"ט, י"ז), אויך דער בעל הטורים שרייבט אז ותבט "אשתו" איז בגימטריא "היא עירית". אבער אין ספר הישר שטייט אז זי האט געהייסן עידית. זעה אויך אין דעם ענטפער פון אונזער חשוב'ן מנהל משנה ר' 'בן-הרחמן' (אנהייב אשכול) נאך דעות.א גוטע וואך הרב קרעמער,
קודם כל א גרויסן יישר כוח פאר די אינטערסאנטע ידיעות וואס די בארייכטס אונז אלע "תושבי הקרעטשמע",
אבער א שטיקל קריטיק האב איך אויף די שאלות פון די וואך, די פרעגסט צו קאמפלאצירטע פראגן, פארגאנגענע וואך זענען זי געווען אסאך איינפאכער ווי די וואך, און דאס נעמט אוועק די דיבאטירערס פון דער אשכול,
ממילא וואלט איך געראטן, אויף די וואך צוריק אנהייבן מיט גרינגערע שאלות, און העכטנס עפען אן עקסטערע אשכול פאר "ידיעות פון די וואך",
יישר כוח
וועלכע שאלות זענען קאמפליצירט? פון פרשת וירא אדער פון פרשת חיי שרה?
אפשר זאלן מיר מאכן צוויי אפטיילונגן? גרינגערע שאלות און שווערערע שאלות? (זאג מיר אבער וואס עס מיינט גרינג, איך וויל נישט פרעגן: וועלכע סדרה גייט די וואך...).
==
לכבוד דיר - מר. איבריג - וועל איך דא אריינשטעלן א הערליכע ידיעה וואס איך בין היינט געוואויר געווארן!
הגאון רבי שלמה קלוגער זצ"ל שרייבט אין זיין ספר (חכמת התורה), אז לבן איז גארנישט געווען קיין זוהן פון בתואל!!!
ער איז מסביר אז דאס איז די סיבה פארוואס ביי די קינדער פון בתואל (סוף פרשת וירא) ווערט נאר אויסגערעכנט "רבקה" און נישט "לבן" וועלכער איז געווען עלטער פון איר (זעה רמב"ן).
ער שרייבט אז לבן איז טאקע געווען א ברודער מיט רבקה, אבער נאר פון איין מאמע, און נישט פון די זעלבע טאטע!!!
ווער דען איז געווען לבן'ס טאטע?
נחור!!! דער טאטע פון בתואל... ער האט געוואוינט מיט זיין שנור (בתואל'ס ווייב) און פון דעם איז געבוירן געווארן דער זיידע לבן!!! (דערפאר שטייט אויף איין פלאץ "הידעתם את לבן בן נחור"!).
זעה אויך אין מדרש רבה (סוף פרשת וירא) אז "קמואל" דער זוהן פון "נחור" איז גאר לבן! (עס איז דא א גירסא דארט "בלעם", און אזוי שטייט אויך אין דעת זקנים לבעלי התוס', וואס עס איז באקאנט טאקע די שיטות אז "לבן" איז גאר געווען "בלעם" אליין!).
תוקן על ידי - קרעמער - 20/11/2005 4:41:54
לכ' הר' קרעמער:
שאלות וואס די תירוץ איז אין עפעס א פארשטיפטע רש"י אדער אזוינס גלייכנס, דאס קען נאך אונזער עולם פרובירן זיך מפלפל זיין,
אבער למשל די חידוש וואס די האסט יעצט אויפגעטון מיט לבן דאס איז שוין אביסל צו טיף,
ביי דעי וועי, עס איז אן אינטערעסאנטע אויפטו
א גוטע וואך
יעצט אז אלע שאלות פון מורינו רב קרעמער זענען שוין פארענטפערט. און דער עולם איז שוין אביסל צו זיך געקומען. נאך אזא אנגעצויגענע וואך. מיט א זעלעכע שווערע שאלות.
קען מען שוין פרובירן ענטפערען אויף מיין לעצטע שאלה...
ווייל איך קוק יעצט ארויס פון מיין פענסטערעל איך זעה דעם יוד שלאפן דא אינדרויסן מיט אלע זיינע פעק און זעק. יעצט אז איינער וועט זיך נישט מרחם זיין דא. וועל איך עם אהער אין קרעטשמע אריינברענגן...
פרוביר ביי ר' ברוך'ן (בעדפארד קארנער העיווארד).
יענקיס
וואס איז מיט דיר ?
הכנסת אורחים איז ביי דיר א יענקי געים ?
מצוה הבא לידך אל תחמיצנה
אויף די "הוא שנתן לו עצה על המילה לפיכך נגלה אליו בחלקו"
האבעך געקלערט לפע"ד הקצרה, אז ס'ליגט מיר און קאפ אז סיז דא א חז"ל, אז ענר אשכול וממרא האבן אויך זיך געמל'עט דורך אברהם'ען איידער אברהם האט זיך אליינס געמל'עט, און זיי האבן ליידער נישט איבערגלעבט די יסורים און סכנה פון ברית מילה, און זענען געשטארבן,
איינער ווייסט אפשר דער מקור?
אלנספאל, קען זיין אז די "הוא שנתן לו עצה על המילה" גייט ארויף אויף זיך זעלבסט, נישט אויף א"א, און פאר דעם האט מען זיי געגעבן די שכר,
יישר כח קושקע!
איך האב אדאנק דיר נאכגעקוקט, און גלייך געפונען אין דעת זקנים מבעלי התוספות (אנהייב פרשת וירא) וז"ל: ואי קשיא ממרא שנתן לו עצה מדוע לא מל עצמו, לסוף נמול כדאיתא באגדה עכ"ל.
און דער חזקוני שרייבט ממש ווי דיר:
ויש אומרים אף ענר אשכול וממרא נמולו, כדאיתא באגדה ענר אשכול וממרא כולם מתו בדבר מילהעכ"ל.
יישר כח פאר די ידיעה!
איך פארשטיי נישט דיין פשט:
אויף וועם גייט ארויף דער "הוא" און אויף וועם גייט ארויף דער "לו"?
זרח;
זאג יישר כח פאר די ידיעה (אויב דאס איז ניי ביי דיר), און ברויכסט נישט פארשטיין די חידוש... (איך פארשטיי דאס אויך נישט, ולא בחנם אמרו אין כו' אלא בפלך).
קרעמער:
פארוואס זאל איך דאס נישט מעגן פארשטיין, אויב עס איז א גוט ווארט?
מיין גוט ווארט האסטו שוין פארשטאנען?
(יא...) דו זאגסט אלעמאל גוט. אַ-ווי תמיד.
איך האב אן אנדערן קשיא,
וואס מיינט דאס "ערביים"? וואס חז"ל זאגן אז די מלאכים "נראים אליו כערביים"
און חדר האט מען געזאגט ס'מיינט אראבערס, און אראבערס זענען אייניקלעך פון ישמעאל,
ישמעאל איז נאל דעמאלטס געווען א בר-מצוה בחור.
קושקע:
דער מקור פון רש"י איז די גמרא אין בבא מציעא דף פו עב.
קוק אריין דארט אין די גמרא און אין רש"י, דערנאך אין מהרש"א בחי' אגדות ד"ה וכי בערביים חדשתנו, וועסטו טרעפן א תי' אויף דיין קשיא.
יישר כח ר' זרח פאר די מראה מקום. אפשר קענט איר צוברענגן דעם לשון?