היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווידיאו קליפ פון מנחת אלעזר

ווידיאו קליפ פון מנחת אלעזר

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1665896

מנחתאלעזר » 11/11/2005 22:33

א טוודיאו קליפ פון אכט מינוט פון שטאט מונקאטש ווי מען הערט דברות קודש פון הייליגער מנחת אלעזר זצוק"ל, ווי אויך שטיקלעך פון אוטנרן חופה פון זיין טאכטער.

מען זעט אויך הכנות צו די חתונה אין די מוזיק, אין אויך זעט מען א קלאס אין חדר.

טעמו וראו כי טוב.



להבדיל איז אויך דא שטיקלעך פון די ציוניסטישע באוועגונג.
--------------------

אויסגעמעקט א שלעכטער לינק



תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 13/11/2005 23:45:48

זיידיאנטשי » 11/11/2005 22:36

expired
ביטע לייג נאכאמאל אדער לייג אויף rapidshare

מנחתאלעזר » 11/11/2005 22:39

זשוליאני08 » 11/11/2005 23:05

איך מיין אז דאס איז אין ארץ ישראל, נישט מונקאטש.

tzvibp28 » 13/11/2005 02:04

מ'זעהט די מורא'דיגע תערובות דארטן

טובעין » 13/11/2005 03:30

אלעס איז אין מונקאטש והגלילות.

אחת_למעלה » 13/11/2005 05:42


איך פארשטיי נישט, דער מנחת אלעזר איז דאך געווען א קנאי. נא ווי קומט עס מען זאל זינגען "התקוה" אין זיין חדר?

שוין אפגערעדט פונעם הורא געטאנץ. איך האב דאס נישט געקענט צוקוקען.

chaimson » 13/11/2005 05:59

ווי עס זעט אויס איז דא פארשידענע קליפ'ס וואס האבן נישט קיין שייכות איינע מיטן צווייטען, איז וואו עס זעט אויס תערובת וכדומה איז נישט ביים זיין פארטיי (ער איז דארט אבער נישט אלע מענטשן האבן א שייכות צו אים)

זאליweaky » 13/11/2005 06:00

צבי.

לידיעתך, די שרעקליכע תערובות קומט פון די "ציונים" !!!

יא, עכטע ציאניסטן !!!

[נו, אהבת ישראל ?!?!].

און יא, אפילו אין מונקאטש וואו דער מנחת אלעזר איז געווען רב האבן זיך אויך אריינגעכאפט ציונים ליידער [כאטש די גרופעס וואס מען זעט דארט זענען לכאורה א מישמאש פון אלע קינדער און חלוצ'ניקעס פון גאנצן געגנט, און דאס איז א זייטיגער באווייז איבער די פרעכע חוצפה פון די ציאניסטן, וואס נאר אזוי האבן זיי באוויזן צו איבערוואקסן דעם רוב פון כלל ישראל - אריינגערעכנט ליובאוויטש - וואס איז געווען אקעגן זיי].

תוקן על ידי - זאליweaky - 13/11/2005 6:00:23

90pct » 13/11/2005 08:26

Oh my........
It takes me for ever to download this clip.
Any suggestion how speed this up?

shia550 » 13/11/2005 08:40

its a very long clip

so i assume that you don't have dsl it will take you very long

90pct » 13/11/2005 16:30

Ok,
.It has benn downlodad succesfuly

באראפארקער » 13/11/2005 17:19

די געמישטע הורא טאנץ, האט א שייכות מיט די חתונה?

aaatozzz » 13/11/2005 17:22

איך האב געהערט פון ר' שעפסיל זיידמאן ז"ל א מונקאטשער איד א תלמיד חכם אז איינע פון די גרויסע אגודה פירערס איז געקומען קיין מונקאטש אויף שבת אין ער איז מיט אים מיטגעגאנגען פרייטיג צונאכטס צום מנחת אלעזר ז"ל און ער האט אים מכבד געווען מיטן בנטשען און דעם מנחת אלעזר האט געטרונקען פון כוס של ברכה.

ער פלעג עס דערציילען כדי צו ווייזען אז דעם מנחת אלעזרס קנאות איז נישט געווען וואס מען רעד אונדז איין היינט.

מונקאטש איז געווען זייער א מאדערנע שטאט און דער מנחת אלעזר האט געהאט גאנץ א קליינע השפעה אויף זיי. וואס ער האט געשאלטען ביי שלש סעודות איז געווען א נוסח אזא און עס האט גארנישט געמיינט למעשה.

דיפלאמאט » 13/11/2005 17:30

פארוואס דויערט אזוי לאנג צו דאונלאודען די קליפ?

פומבדיתא » 13/11/2005 18:44

אוי וויי, אויף די הורא ניגון פלעגט מען דאך אונז אויסלערנען די "קדש ורחץ" אין חדר...

בןמלך » 13/11/2005 19:03

מנחת אלעזר, אפשר ווייסטו וואס מ'האט געזאגט פארן הייליגן מנחת אלעזר כדי ער זאל זאגן די ווארעמע דברי תוכחה פאר אונזערע ברידער אין אמעריקא אין מואווי קעמארע אריין?
מחכה לתשובה.

aaatozzz » 13/11/2005 21:22

סליחה ....

פארגעסען צו זאגען דער "הייליגער מנחת אלעזר"

אגב וואס עפעס נאר אויף אים דער טיטל ?

מענדלדרעי » 13/11/2005 21:27

שטערט אים שוין אז מען שרייבט אויפן מנחת אלעזר הייליג.

יא יא אויף דיר קען מען זאגען ווי תורה דארט חכמה, ומכלל הן אתה שומע ...

תוקן על ידי - מענדלדרעי - 13/11/2005 21:26:40

aaatozzz » 13/11/2005 21:29

וואס שטערט מיך זייער שטארק איז פארוואס מען זאגט נישט אויפן רבי'ן זי"ע דער הייליגער ?

נבוכדנאצר » 13/11/2005 21:55

לידיעה בעלמא

דער "קליפ" איז איינפאך א צוזאמענגעשטעלטער פון קודש מיט חול, טומאה און טהרה, פון איין זייט א איד א מנהיג ישראל, וועלכער האט געהארעוועט אויך תורה, נגלה און נסתר, טראצדעם וואס ער האט געהאט קעגנער, אבער זיין גדלות בתורה האט קיינער נישט אפגעוואנדן. פון דער אנדערער זייט זעהט מען די געמיינע טענץ פון די ציונים, וועלכע זענען מרומז איז דעם זיבעטן דיבור פון די עשרת הדברות, זיי פלעגן דאס טוהן אין פרינציפ מיטן ציהל צו אפפיהרן די יוגנט, ווי עס איז צום זעהן אין די בריו פון די רבנים (רוסישע, פוילישע א ו ן אונגארישע). און נאכער סתם א מארק טאג און א חדר פון כ'ווייס נישט וועלכע שטאט אין אייראפע פאר די קריג.

דער פאקט איז אויך, אז די מערהייט אידישע באפעלקערונג אין מונקאטש איז געווען נישט קיין רעליגיעזע, און דער מנחת אלעזר האט געהאט פון זיי פיהל אויסצושטיין ואכמ"ל.

מנחתאלעזר » 13/11/2005 22:02

עס איז נישט קיין גרויסער חידוש.

א אמעריקאנער פאטאגראפירער איז געפארען צו יענע מקומות אין געמאכט א פילם פון אידישע לעבן.

פארשטייט זיך אז ער האט געברענגט קודש וחול.

יעדער מיט אביסל שכל קען ארויסנעמען די אינטערסאנטע זאכען, און ווייסט וואס איז אידיש און וואס נישט.

תוכו אכל קליפתו זרק.

תוקן על ידי - מנחתאלעזר - 13/11/2005 22:54:25

באראפארקער » 14/11/2005 02:58

די הורא מיז בכלל נישט זיין אין מונקאטש!

tzvibp28 » 14/11/2005 03:00

באראפארקער
ס'מוז נישט אבער ס'איז!
דו מיינסט אז אין מונקאטש איז נישט געווען קיין פרייע?
(אין ליובאוויטש אין רוסלאנד איז אויך געווען און מ'האט פון זיי געליטען אויך)

זאליweaky » 14/11/2005 08:21

איינער האט מיר אריינגעשיקט דעם ריכטיגן לינק פון וואו דאס קומט, אלעס וועט אייך פארענטפערט ווערן.

http://www.ushmm.org/wlc/fi_fset.php?lang=en&ModuleId=10005791&ArticleId=3265&MediaId=3270

קרעמער » 14/11/2005 15:43

איך מוז לאכען...

ליינט ווי דער שרייבער אויף דעם לינק שרייבט אז דער וואס האלט די רעדע איבער שמירת שבת איז גאר הרה"ק מ'בעלזא זצ"ל.

ישראל_הלוי » 14/11/2005 16:11

ווער איז דער וואס זאגט די ברכות ביי די חופה? איז דאס דער מנחת אלעזר זי"ע?

ליכטיג » 14/11/2005 18:10

דאס איז נישט דער מקור פון דעם קליפ.

א איד אין בארא-פארק איז מוחזק מיט עס.


chaimson » 14/11/2005 18:40

איז עס דער הייליקער מנחת אלעזר אדער דער הייליקער בעלזער רב וואס זאגט די מוסר וועגן שבת?

natan101 » 14/11/2005 18:58

וועגען שבת איז עס די מנחת אלעזר זי"ע

די ברכות איז לויט ווי איך האב אמאהל געהערט איז די זידיטשויבער פון פארן קריג

די ניגן פון "קדש ורחץ" איז זייער אן אלטע ניגון אין ראחמיסטריווקא זינגט מען דאס ביי איינע פון די הקפות שמחת תורה
(די גרעסטע ראי' אז ס'איז נישט פון "זיי" איז ווייל מ'הערט דאך אויך דעם באקאנטען וע"י זה יושפע)

סתם א שאלה ווער ווייסט ווער איז דער רבי וואס קומט ארויס פון שטוב אינמיטען די קליפ?

אחת_למעלה » 14/11/2005 19:54


והייתם נקיים.

כ'האב יעצט גערעדט מיט אן עלטערן איד איבער דעם מאווי.

די מאווי איז אין מונקאטש. דער פאטאגראפירער איז געווען געדינגען דורך יוצאי מונקאטש אין אמעריקע. זיי האבן געוואלט האבן א לעבעדיגען גרוס פון זייער היימשטאט. ווען מ'האט געזאגט פארן מנחת אלעזר אז ער קען רעדן צו די אידען אין אמעריקע האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט זיי צו הייסען היטען שבת.

די אנדערע בילדער זענען אויך אין מונקאטש. ליידער האבן דעמאלטס געוואוינט אין מונקאטש -- ווי אויך אין קראלע און אסאך אנדערע שטעטלעך -- מער מחללי שבת ווי שומרי שבת.

tzvibp28 » 14/11/2005 20:15

חברה
נאר איך האב געזעהן די ספר "ראש שמחתי" פון די חתונה?
די ברכות זאגט (דאכט זיך) די קאמארנע רבי, די מנ"א שווער?

שלום_משה » 14/11/2005 20:26

דא איז די לינק וואס זאליוועקי האט ארויףגעלייגט

http://www.ushmm.org/wlc/fi_fset.php?lang=en&ModuleId=10005791&ArticleId=3265&MediaId=3270

אבער מען קעו נישט זען די ווידאוי
ווייסט איינער פארוואס???
וועגען שעי נעט????
אדער די סייט????

שלום_משה » 14/11/2005 20:59


ני איינער ווייסט????

itzik18 » 15/11/2005 04:58

פומבדיתא » 15/11/2005 05:14

שלום משה
you must have real player installed

שלום_משה » 15/11/2005 05:56


יישר כח פומבדיתא

natan101 » 15/11/2005 14:34

לגבי פארוואס די מנחת אלעזר האט גערעדט צו די טעלעוויזיע (וואס ווי באקאנט האט מען דעמאלסט אין אמעריקא מיטגעהאלטען לייוו) האב איך אמאהל געהערט אז די מנחת אלעזר האט בכלל נישט געוויסט פון וואס ס'רעדט זיך מ'האט אים נאר געזאגט אז די אמעריקאנער יודען הערען יעצט די חתונה האט ער געזאגט אז ער האט עפעס זיי צו זאגען.

מ'פארציילט אז שפעטער ערשט האט ער געכאפט אז ס'איז געווען ווידיא האט ער גאהאט גרויס צער, האט די בדחן דערציילט ביי די מצוה טאנץ אז איינער הטא געטרויטען אויף זיין פוס ביי די חופה און ער וויל עם צוריקגעבען אבער ווייסט נישט וועם, יעצט אז ער קענען איבער קוקען די ווידיא וועט ער וויסען ווער ס'איז...
און דער מנחת אלעזר האט זיך צושמייכעלט...
(כך שמעתי)

באראפארקער » 15/11/2005 16:29

פארוואס האט דער מנחת אלעזר געהאט צער פין דעם אז ער האט גערעדט אויף א ווידיא?

ליכטיג » 15/11/2005 19:14

לייוו בימים ההם?

SOUNDS TO GOOD TO BE TRUE

tzvibp28 » 15/11/2005 20:27

באראפארקער
וואס הייסט פארוואס? ער האט געוואוסט א מ'גייט עס אסר'ן יארען שפעטער