היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » קידוש לבנה – פראגע

קידוש לבנה – פראגע

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1664323

ישי18 » 10/11/2005 22:14

דארף מען מאכן קידוש לבנה באלד ווען מעגליך - זריזין מקדימין (אפשר וועט זיין פארוואלקענט דעם אנדערען טאג) אדער איז דא אן ענין צוווארטען אןיף מוצש"ק ?

ווייסט עמיצער הלכה למעשה?

אגודיסט » 10/11/2005 22:28

לכתחלה דארף מען ווארטען ביז מוצאי שבת

בחצר_הקודש » 10/11/2005 23:00

איך האב יעצט באקומען א טעקסט מעסעדש פין "אוצר נייעס" אז די רבי גייט היינט נאכט מאכן קידוש לבנה,

זעט זיך אויס אז היינט איז די לעצטע טאג וואס מען קען מקדש זיין די לבנה,

tzvibp28 » 10/11/2005 23:15

ע"פ קבלה זאל מען ווארטען ביז ז' שלמים נאך די מולד און אזוי פירען זיך אלע חסידישע קרייזען

גראף » 11/11/2005 02:08

צבי

ז' שלימים איז שוין געווען דינסטאג אווענט

התאחדות » 11/11/2005 02:51

אין קאמארנא און אין ברסלב איז מען בכלל נישט מקפיד אויף קיין ז' שלמים.

זאליweaky » 11/11/2005 03:07

ווינטער - ווען מען ווייסט נישט דעם וועטער אויף מוצ"ש - ווארט מען נישט קיין איין נאכט, און מען מאכט די שנעלסטע וואס מעגליך.

זומער פירט מען זיך יא צו ווארטן אויף מוצ"ש.

באראפארקער » 11/11/2005 05:40

אפילו זומער, איז עס בעיקר אין ארץ ישראל, דאהי, אויב די אנהייב פין די ז' שלימים איז למשל זונטאג ביינאכט, מאכט נישט קיין סענס צו ווארטען, און אפילו אויב עס איז מיטוואך, איז בעסער נישט צו ווארטען, דאנערשטאג, אפשר.

אגודיסט » 11/11/2005 17:13

ומודה על האמת
איך האב געמאכט א טעות ווייל נעכטען נאכט אין מיין ביהמ"ד האבן מיר געמאכט קידוש לבנה