היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס גלייכט איר אין בית המדרש ??

וואס גלייכט איר אין בית המדרש ??

19 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1663736

מלוה_מלכה » 10/11/2005 16:50

עס דרייען זיך ארום, בעסער געזאגט וואלגערן זיך ארום, צענדליגער שמות בלעטלעך אין די חרדישע געגענטער אין ברוקלין ובשאר חלקי העולם, וואס ווערן פארטיילט בחינם אין די בתי מדרש אדער ווערן צושפרייט דורכן פאסט פאר סובסקרייבערס,

וועלכע דערפון געפעלט דיר דאס מערסטע אריינצוקוקן?
און פארוואס??

1. פרחי מגדים

2. תיקון עירובין, וויליאמסבורג

3. ? ? - אפסי ארץ נאנאש

4. משמרת חומותינו

5. השופר- נטרונא

6. עלים לתרופה

7. קווינס ישיבה


עס איז פארהאנדן נאך , איך געדענק נישט אלע אויף די רגע.

אויך אין בורו פארק איז דא נאך אסך אויך אויף ענגליש, ביטע אריינשרייבן


צודערזאך » 10/11/2005 17:15

דער "מעיינות" געפעלט מיר די מערסטע

קרעמער » 10/11/2005 17:39

איך האב ליב די "דזשאוק אוו די וויעק" אין פרחי מגדים.

barelan838 » 10/11/2005 18:22

די דזשוק איז א טעות הזעצער נישט פונעם בעל אהבה המסוס-תרת

קרעמער » 10/11/2005 19:19

בר אילן תתל"ח

אז דו ווייסט נישט וואס פרחי מגדים איז, רעד נישט אריין.

א באזונדערן יישר כח פארן נישט פארדרייען אשכולות.

shabbos_23 » 10/11/2005 19:26

יא קרעמער
די נועם שיח פון פרחי מגדים איז זייער באטעמ'ט.
לענ"ד איז די אלע זאכן נאכגעמאכט פון די עלים לתרופה אין זיי זענען נאך אלץ נאמבער וואן.
די מעיינות איז מער אזוי ווי א קונטרס נישט סתם א וועכענטליך בלעטעל.

גראף » 10/11/2005 20:18

וואס איז די מעיינות? איז דאס די חב"ד'סקער קונטרס וואס ערשיינט חודש'ליך?

shabbos_23 » 10/11/2005 20:31

מעיינות התאחדותינו ערשיינט וועכענטליך דורך התאחדות התלמידים ד'סאטמאר

באבי_צירל » 10/11/2005 20:59

איך האב ליב צי ליינען די אויסגאבע אנטקעגן אקעגן די סעלפאנס אין אינטערנעט,

עס גיפעלט מיר די וועג וויאזוי זיי שרייבן עס, עס קימט מיר צי לאכן,
אבער סאיז ליידער אמת,

לעצטענס זעה איך עס שוין נישט אין בתי מדרשים, איינער ווייסט פארוואס?

עפשטיין » 10/11/2005 21:12

פרחי מגדים # 1

עלים לתרופה # 2

ישראלטשע » 11/11/2005 01:50

עלים לתרופה איז זייער שיין באשריבען!

תוקן על ידי - ישראלטשע - 11/11/2005 1:54:15

gishmoker » 13/11/2005 03:17

איך הער אז די "פוינט אוו וויאו" אין עלים לתרופה קומט פון דעם בעלזער רב שליטא?

אמת?

טובעין » 13/11/2005 03:26

עלים לתרופה האט פוינט אוו וויאו?

עס איז א ליקוט פון דברי תורה ודברי הלכה.

איך זע דארט גארנישט קיין השקפה בכלל.

דיפלאמאט » 13/11/2005 04:15

לדעתי איז עלים לתרופה נאך די בעסטע בלעטל. און כאטש די ארויסגעבער זענען בעלזא חסידים זענען זיי זייער נייטראל, און כמעט וואס מען זעט עפעס פון בעלזער רבי שליט"א.

טובעין » 26/12/2005 08:13

לעצטענס איז אויך דא עפעס א סקאליער בלאט וואס קומט יעדע וואך אין אונזער שול.

מבאר רבותינו איז נישט שלעכט, אבער אן מינימום גרעפקיס איז ער נישט קיין קאמפעטישאן.

aaatozzz » 26/12/2005 09:59

עלים לתרופה האט זייער א סאך חומר. עס איז געדריקט מיט

פריטשקעלעך אותיות אויף 4 זייטן. עס האט מער ווי 7 סארט

שרייבערס, די שרייבערס האבען טאלאנט און א שיינע שפראך,

עס איז נישט פארטייאיש און עס איז בכלל נישט "פאליאנא",

פול מיט חידוש, עס האט גאנץ גוטע גערפיקס, מיט שיינע

קאליר, זיי זיינען די איינציגע וואס ווערען געדרוקט אין

רוב אידישע וואוין ערטער אין די וועלט און איך מיין אז

זיי זיינען געווען די ערשטע צוטיילט צו ווערען אין די בתי מדרשים.

barelan838 » 8/6/2012 21:29

דאס לעבט נאך

jewboy » 18/7/2012 00:35

איך האב א שיין בילד ווי מ'טיילט שבת בלעטלעך אין זכרון משה.

allnewspic » 5/9/2012 23:39

[בילד – נישט אפגעהיט]   
[בילד – נישט אפגעהיט]