היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » חתונה בבית לאנצוט - קרית יואל

חתונה בבית לאנצוט - קרית יואל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1663089

גאלי36 » 10/11/2005 02:59

נעכטן נאכט איז פארגעקומען די שיינע חתונה בבית הרה"צ ר' צבי אפרים וואגשאל שליט"א אבד"ק זרע קודש לאנצהוט בקרית יואל, בן כ"ק אדמו"ר הרה"צ חו"פ מלאנצהוט שליט"א החונה בעיר מאנסי, דער רב שליט"א האט חתונה געמאכט זיין טאכטער הכלה שתחי' עב"ג בן הרב החסיד המנוח מוה"ר יושע מרדכי ליבערמאן ז"ל פון וויליאמסבורג.
די חתונה איז פארגעקומען אין זאל פון "קרית יואל פאראדייס", מיט די באטייליגונג פון א שיינעם ציבור ידידים ומעריצים וקרובי המשפחות.
ב"ה אז אין די לעצטע מינוט איז די שמחה נישט צעשטערט געווארן צוליב די מעשה מיטן "סידור קידושין", א דאנק דאס אויסערגעווענליכע עניוות און צדקות פון דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מלאנצוט שליט"א.
ובכן צדיקים יראו וישמחו!

בדעבד » 10/11/2005 17:23

גאלי:

איך האב פאר די פערזענליך אן עצה טובה: הער אויף צו ניצן דיין גאון'ישע ניק, אבער שוין!

בלוט איז נישט קיין וואסער! דיין מוח האט נישט געקענט טרעפען א בעסערע ניק, נאר איינס וואס טרונקט זיך אין בלוט פון א אומבאהאלפענע איד?

דאס ווייסט אביסעל איבער דיין כאראקטער. בכלל, די איידיע פון זיך שפירן גוט אז איך בין געבוירען געזונט און יענער איז באשאפען געווערן גייסטיש אומ-ערגענצט איז אן עקעלדיגע קונדער'ישע מנהג.


פעךךךך עס גרוילט! גיי שוין אריבער אין ראדני און בעט אים איבער!

ארי_בארי » 11/11/2005 00:41

בדיעבד
אלע אנדערע נעמען געפעלן דיר שוין יא?



גאלי:
וואס איז געווען די שרעקליכע מעשה וואס איז פארמיטן געווארן וועגן עניוות?

ווארהייט » 11/11/2005 01:30

גאלי36

איך בעט דיר אלץ כבוד פון די צוויי מחותנים, רעד נישט פון די חתונה, חוץ אז די ביזט גרייט אויף די ""ווייטע"" מעגליכקייט אז פון רעדן פון די חשיבות פון די צוויי מחותנים זאל אפשר געשעהן אז 'מתוך שבחו בא לידי גנותו...

בדעבד » 11/11/2005 03:32

אריבארי: כ'זעה אז דו האסט נישט תופס געווען דעם ענין, און ס'קוקט מיר אויס ווי די ביסט בכלל נישט פון אמעריקע. פון ווי זאלסטו דען וויסען.

דו אישו איז נישט צו זיין ניק איז לויט מיין טעיסט.