גיוואלד און געשריען און גערופן
א נייע אנשיקעניש אין קרעטשמע
די גמרא זאגט שוין קשה גרים לישראל כספחת, קוים ענדליך פטור געווארן פון דעם ביטערן גראף, אבער ליידער ליידער איז ער פיל ערגער געווארן, ער האט געטוישט זיין נאמען אויף סערוויס03, איך האב מורא אז ער האט זיך מגייר געווען ביי א רעפארם טעמפל ביי איינע פון די סערוויסעס, -מסתמא ביי די דריטע סערוויס- און ער האט זיך אויף א אידישן אופן גענומען זיך רודפ'ן די אומשולדיגע אידן אין קרעטשמע, און בפרט די אידן אין דארף, מיט א אויסרייד אז מיר לעבן אין דמיונות רח"ל.
און על אף האט ער נאך געפענט א גרויסן שירעם כאילו ס'רעגנט, כדי מ'זאל נישט זעהן וואס טוט זיך דערונטער, זיי די רעפורמער מאכן סייוי די חופות תחת קורת הגג האט ער נישט מורא אז סיוועט רעגענען אונטער זיין חופה
אוי לאותה בושה אוי לאותה כלימה
וואסארא פנים וועלן מיר טראגן פארן קעניג אז דער גראף האט זיך אזוי כיטעריש ארויסגעדרייט פון זיינע-אונזערע הענט
רבותי איין עצה איז דא וואס דאס איז זייער סימפל, דאס ווערט אנגערופן אין אן אנדערן שפראך :::~~~~~~ מיר אינגנארירן~~~~~~::: איך מיין אז די עצה וועט אויף דערווייל העלפן.
ס'מיינט נישט צו זאגן חסושלום אז מען זאל נישט ענפערן אויף די שאלות, איך מיין נאר צו זאגן אז מ'זאל דאס אינגנארירן, איך מיין אז מיט דעם יצאתי ידי חובת מחאה.
ווער עס וויל אויך האבן א חלק זאל אויך אונטערשרייבן
הכ"ד ידיכם מכבר
סאכדעס
סאכדעס
תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 23:23:25
תוקן על ידי - התאחדות - 09/11/2005 23:24:31