היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פאר וועמען האט איר געשטימט?

פאר וועמען האט איר געשטימט?

39 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1661056

גראף » 8/11/2005 17:51

איך?

בלומבערג.

איך האב געשטימט "יא" פאר די צווייטע פראפאזישן וואס וועט ערלויבן אויפצובויען א נייע סאבוועי ליין אויף די צווייטע עוועניו אין מאנהעטן, וואס וועט גוט צוניץ קומען (אין הונדערט יאר ארום... משיח זאל אודאי פריער קומען) פאר די וואס ברויכן גיין צו די לאקאלע שפיטעלער ווי בית ישראל און ען.וויי.יו. וכדומה.

קומפוט » 8/11/2005 17:53

פרעדי פערער

תיבהאישית » 8/11/2005 17:57

ביטע שטימען No אויף די ערשטע פראפאזל.

גאווערנער פאטאקי האט עס געבעטען!

קרעמער » 8/11/2005 17:58

וואס איז די ערשטע פראפאזל? איך האב עס נישט געליינט.

שורשנגח » 8/11/2005 17:59

פרעדי פערער.

גענוג געצאלט פאר פארקינוג טיקעטס, און פאר ריעל סטעיט טעקסעס.

נאך אזאך צום געדענקען.

ער האט געוואלט מאכן טאלס אויפן וויליאמסבורג בריטש און אויף די אנדערע.

ער פארשטייט נישט די המון עם.

אגודיסט » 8/11/2005 18:06

רבותי מען דארף שטימען פאר פערער אונז אלע זענען דאך דעמקראטען אוןנעמען שטאטישע פראגראמען און לאמיר טראכטען צוזאמען ווער אוז בעסער פאר אונז פערער אדער בלומבערג
שטימט פאר פערער



תוקן על ידי - אגודיסט - 08/11/2005 18:13:36

איחודמעמבר » 8/11/2005 18:22

עס איז קלֿאר אז די אהרונים דא מיינען נישט די טובה פון ציבור. והא ראי' זיי זענען אלעמאל רעפאבליקן געשטימט און פלוצים דא זענען זיי געווארן דעמאקראטיש...

רבותי! שטימט פאר מעיאר בלומבערג!

בשם משמרת הברית!!!!!

לאזט אייך נישט פארפירן פון די וואס אינטערעסירט נישט קיין טובת היהדות החרדית!!!!

אייןסאטמאר » 8/11/2005 18:28

עס איז נישט אמת, ביי לאקאלע וואלן איז מען ע"פ רוב דעמעקראטיש, חוץ די לעצטע פאר מאל ביי פאטאקיאון זשוליאני.

פערער וועט זיכער נישט טון עפעס קעגן מציצה בפה, קומט אין די מאסן שטימען פאר פערער.

פאר דעם אליין צו ווייזן פאר אונזערע פירער פארפירער אז מיר לאזן זיך נישט פירן ביי די נאז

tzudick » 8/11/2005 18:29

"התאחדות הרבנים לעניני בלומבערג"

משה88 » 8/11/2005 18:30

עס זעהט אויס אז די אהרונישע פראפעגאנדע דא קעגן בלומבערג איז א חלק פון די צוגעזאגטע שריט וואס די אהרונישע פירער האבן צוגעזאגט אפצושאפן דעם פאליטישן דרוק קעגן דעם געזעץ, וואס לאזט זיי נישט איבערנעמען ראדני.

לויט ווי עס זעהט טאקע אויס גייט דער אמת וייטער זיגן,

אגודיסט » 8/11/2005 18:30

שטותים מיט לאקשען בלומבערג האט אליינס געמאכט די גזירה אקעגן די ברית און שפעטער ווען אלע יודלעך מיט די גרויסע רבנים זענען זיך געקומען בוקען צו אים מיט גרויס יראת הכבוד האט ער עס מיט גרויס רחמים מבטל געווען

משה88 » 8/11/2005 18:32

אגודיסט

די רבנים אדער אורי לופוליאנסקי?

abi_gezint » 8/11/2005 18:34

Just voted for Fernando Ferrer
I Still want my FS And Sec. 8 and I dont think that he will create a problem about Metzitza Bepeh

אייןסאטמאר » 8/11/2005 18:43

ער האט עס מבטל געווען נאר אויף דערווייל, געדענקן מיין פרעדיקשן פון נעכטן וז,ל

איך וויל מאכן א פרעדיקשן,

ביז אפאר וואכן/חדשים וועט קומען א מעלדונג פון מעיאר/העלט דעפ. אז די שטודיעס האבן געוויזן אז מציצה בפה אי א סכנה, און מ' דארף עס מבטל זיין ,ח"ו היל"ת.

אוודאי אידן וועלן האבן מסינ"פ און מ' וועט זיך א עצה געבן, אבער דאס איז זיכער אז דער מעיאר האט נאכגעגעבן אויף צייטווייליג כדי צו באקומען אונזערע שטימען, און אויך עס נאר אפגעשטיפט אויף שפעטער, און אפילו ביז דערווייל קען הרב פישער נישט מאכן קיין ברית'ן אין נ.י. סיטי וואס עסקנים שרייען אז דאס נישט לאזן אים מיינט א סכנה פאר יעדעם.

הלואי וועל איך נישט זיין גערעכט, אבער מיין הארץ זאגט מיר אז עס איז ליידער יא אזוי. עכ"ל נעכטן, דערוייל האט נאך קיינער נישט געזאגט אז איך בין נישט גערעכט.

911zalis » 8/11/2005 18:46

Fernando Ferrer

איחודמעמבר » 8/11/2005 18:54

מען זעט עס בחוש וויאזוי אלע אהרונישע קאנאנען קומען דא ארויס אויף היידפארק מיט א רוף פאר פערער וועמען זיי אליינס האבן מיאוס באשריגן מיט 4 יאר צוריק פאר בית רבינו שליט"א.

I FEEL YOUR PAIN

אגודיסט » 8/11/2005 19:10

די כאפסט אליינס נישט וואס די זאגסט ווייל מאנס א באקאנטער האט מיר געזאגט אויף בלומבערג אז ממש יעצט פארן שטימען האט ער אראפ געלאזט די טעקסעס און א טאג נאכדעם הייבט ער עס צוריק אויף
צוזאמען לאמיר שטימען פאר פרעדי פערער

Lumber » 8/11/2005 19:26

קרעמער;

דא האסטו ביידע סטעיטווייד פראפאזעלס:

PROPOSAL NUMBER ONE, AN AMENDMENT
Amendment to Articles IV and VII of the Constitution, in relation to the submission of the budget to the Legislature by the Governor
The proposed amendment to Articles IV and VII of the Constitution would change the process for enactment of the state budget by (a) providing for a contingency budget if the Legislature does not act on the Governor's appropriation
bills before the start of the fiscal year; (b) placing limits on the amount of spending during such contingency period; (c) once such contingency period begins, eliminating the requirement that the Legislature act on the Governor's
proposed appropriation bills, and instead authorizing the Legislature to end the contingency period by adopting a multiple appropriation bill making changes to the contingency budget, subject to line item veto by the Governor;
and (d) authorizing the Legislature, subject to veto by the Governor, to modify the spending limits for future contingency budgets, except that such changes cannot take effect until three years after enactment. The proposed
amendment also sets forth certain requirements for the operation of a fiscal stabilization reserve fund, from which money could be disbursed in a subsequent year. It would require estimates and information provided by state
departments to the Governor for use in preparing the budget to be available to the public. It would provide a date certain by which the Governor must submit a budget and appropriation bills to the Legislature. It would reduce
the time the Governor has to make changes to the budget and appropriation bills submitted to the Legislature without the Legislature's consent from thirty days to twenty-one days. Shall the proposed amendment be approved?

YES Or NO

===================================

PROPOSAL NUMBER TWO, A PROPOSITION
To promote and assure the preservation, renewal and improvement of the state's roads and
bridges; subways, trains and buses; waterways and airports; and other vital transportation
systems, facilities and equipment for the benefit of the people of the state, shall section one
of part I of chapter 60 of the laws of two thousand five, enacting and constituting the
''REBUILD AND RENEW NEW YORK TRANSPORTATION BOND ACT OF 2005''
authorizing the creation of a state debt in the amount of two billion nine hundred million
dollars ($2,900,000,000) for the construction, improvement, reconditioning and preservation
of transportation systems and facilities, including the acquisition of equipment, be approved?

YES or NO

עפשטיין » 8/11/2005 19:34

איך האלט אז עס איז נאריש צו שטימען פאר פערער ווען עס איז ברור אז ער גייט פארלירען מיאוס

איך האלט אז מען דרף גארנישט וועלן כדי די לאקאלע פאליטשאן'ס זאלען וויסען אז מען האט גארנישט פון זיי בלייבט מען אין שטוב.

אגודיסט » 8/11/2005 21:45

פאר וואס האבען זיך די היימיששע עסקנים אין פאר-שטייער זיך געלאסט פאר קויפען פאר געלט און געהייסען שטימען פאר בלומבערג ווען עס איז קלאר געווען אז דער ציבור איז בכלל נישט געווען צו פרידען מיט אים אין בפרט מיט די העכערן מיט די טיקעטס, פראפערטי טעקסעס וכדו. אין בפרט אויך אין דער קאנסיל וואס העלפען אזוי פיל מענטען מיט פראגראמען וואס מענשטען ברויכען צו האבען פשוט צו קענען דער לעבען די טאג צו טאג עדיגע לעבן, אז דער מער בלומבערג איז בכלל נישט קיין שטיצער פין די אלע פראגראמען. אין וואטער פארקערט פערער איז דער וואס אסאך געהאלפין מיט געלט אין אנדערע זאכן די יודישע קהילות און די בראנקס אין איז אן עכטער אוהב ישראל. האלט איך אז אלע יודישע עסקנים וואס האבען דארפען זיך מאכען א חשבון הנפש צו מעגען זיך פאר קופען פאר געלט.
לאמיר אלע צוזאמען שטימען פאר פרעדי פערער ן

געלט123 » 8/11/2005 23:40

פאר וואס האבען זיך די היימיששע עסקנים אין פאר-שטייער זיך געלאסט פאר קויפען פאר געלט און געהייסען שטימען פאר בלומבערג ?

ווייל ער האט אין וועט אי"ה אונז העלפען
לגבי מציצה בפה וואס גארנישט אין די וועלט
(צו טעקסעס צו טיקעטס)איז אזוי וויכטיג ווי דעים
פארשטאנען???

abi_gezint » 8/11/2005 23:45

and who said the Ferrer wouldn't help you

אגודיסט » 8/11/2005 23:46

פערער וואלט אפילו נישט געלאזט מאכן די גזירה

עפשטיין » 8/11/2005 23:50

פערער איז נישט נוגע ווייל ער גייט פארלירען.

בלומבערג האט געמאכט דעם חורבן פון מציצה בפה.

אזוי ווי דער יעניגער וואס האקט איינעם אן די ביינער אין שאפט אים שפעטער מיט זיינע קשרים א גוטע שפיטאל

אגודיסט » 9/11/2005 00:34

אין אומר ואין דברים (תהלים יט, ד)

תוקן על ידי - אגודיסט - 09/11/2005 0:34:32

ישראל_הלוי » 9/11/2005 00:38

פארוואס האבן די עסקנים נישט געמאלדן וויאזוי מען זאל שטימען בנוגע די פראפאזישענס?? (עס איז דא 2)

טרעקטער » 9/11/2005 02:06

זאל איינער זאגן וואס אידן האבן שוין נהנה געווען פון מעיאר בלומבערג?.

וואס ער האט שאדן געמאכט און אפגעטאן איז דאס.

געמאכט די גזירה קעגן מציצה בפה.

געמאכט די טריפה'נע סטודיא.

געבויעט די ארטיסטישע שעפער דירות.

שרעקליך גהעכערט טיקעטס.

שרעקליך גהעכערט ריעל סטעיט טעסאס.

נישט געבויעט קיין איין עפאריבאל דירה פאר אידן.

נישט ריזאנט די טרופ געגענט.

אה און נאך איין זאך..

מבטל געווען זיין גזירה קעגן מצות מילה....

polish » 9/11/2005 02:07

איך האב אויסגענוצט מיין אמעריקאנער פרייהייט רעכטן און איך האב געשטימט פארוועמען "מיין" הארץ האט געגלוסט!

wassa_dif » 9/11/2005 13:00

מיין ברודער האט געזאגט אז ער גייט שטימען פאר בלומבערג און איך האב געפלאנט צו שטימען פאר פערער האבען מיר אפגעמאכט אזוי ווי אונזערע וואוטס קענסעלען איינער די צווייטער וועלען מיר ביידע בלייבען אין דער היים.

90pct » 9/11/2005 14:01

I voted for mayor mike bloomberg HY"H

גראף » 9/11/2005 14:04

אזוי ווי איך האב געשריבן אנהייב אשכול, האב איך געשטימט פאר די צווייטע פראפאזיציע, צו לייען געלט (פון פעטער שלמה) כדי צו קענען בויען די צווייטע שטראסע באן ליניע און נאך טראנספארטאציע אנגעלעגנהייטן.

איך זעה אבער אז ליידער (?) איז דאס אדורכגעפאלן... וויל איך וויסן אויב דאס מיינט אז די גאנצע בוי פלאן פאלט אוועק, אדער מען וועט זוכען אנדערע פאנדס פאר דעם צוועק (אפשר פון העכערן טיקעטס אדער פראפערטי טעקס וכדומה)?

kutchma » 9/11/2005 23:13

פראפאזישען צוויי איז יא דורך. ברוך השם.

פין די ניו יארק טיימס:

November 9, 2005
Ballot Questions
Voters Approve Transit Bonds for $2.9 Billion
By SEWELL CHAN
By a fair margin, a $2.9 billion bond act that will finance transportation projects statewide, including part of the Second Avenue subway and a link between the Long Island Rail Road and Grand Central Terminal, was approved by New York State voters yesterday.

Supporters said the new borrowing, which will be repaid over decades from the state's general revenues, was essential to acquire, build or repair subways, trains, buses, highways and bridges. Opponents said it would push the state's already high debt burden to dangerous levels and saddle future generations with the bill.

The stakes were particularly high for the Metropolitan Transportation Authority, which will get half the money. It has committed to completing the first segment of the Second Avenue subway, from East 96th to East 63rd Streets, jump-starting a project that was abandoned during the city's fiscal crisis of the mid-1970's.

The authority's chairman, Peter S. Kalikow, had warned that the bond measure would "make or break" the Second Avenue subway and the project to link the Long Island Rail Road and Grand Central. Each of the two projects will receive $450 million under the bond measure.

The measure, Proposition 2, was winning by 55 percent to 45 percent, with 97 percent of the state's 16,274 polling precincts reporting, according to unofficial returns reported by The Associated Press.

"The voters want the best transit system in the world, and they are willing to do whatever needs to be done to make it happen," Mr. Kalikow said last night. "Now it's up to us complete the job."

The other half of the $2.9 billion will go to the State Department of Transportation, whose acting commissioner, Thomas J. Madison Jr., campaigned across the state. In New York City, major arteries to be repaired or upgraded under the bond act include the Van Wyck Expressway in Queens, the Franklin D. Roosevelt Drive and Henry Hudson Parkway in Manhattan and the West Shore Expressway in Staten Island.

The state's last transportation bond act, a $3.9 billion measure, was narrowly defeated, 52 percent to 48 percent, in 2000. That measure was approved in New York City, 73 percent to 27 percent, but was resoundingly rejected upstate, 60 percent to 40 percent.

Proponents of this year's bond act hoped that a strong turnout for the New York City mayoral race would overcome opposition elsewhere, although several upstate communities also had mayoral elections yesterday, including Buffalo, Syracuse, Rochester and Albany.

This year's measure was endorsed by Gov. George E. Pataki and Mayor Michael R. Bloomberg and his Democratic opponent, Fernando Ferrer. The state and city comptrollers, the leaders of both chambers of the Legislature, and dozens of lawmakers also supported it.

Vote Yes for Transportation, a coalition of business, labor, environmental and transportation groups, raised more than $1.8 million for advertisements, flyers and mailings.

"We had, for a shoestring budget, an incredibly robust field operation," the campaign's top field organizer, Edward Draves, said by telephone last night from Buffalo. "We distributed literature, manned polling sites and were on the palm cards of both Ferrer and Bloomberg."

Mr. Kalikow said he was given a campaign card endorsing the bond act on his way to vote at Public School 6 on the East Side, the same polling precinct where Mayor Bloomberg voted.

There was little organized opposition. Groups that opposed the bond act - including the Automobile Club of New York, the Conservative Party of New York State and the Citizens Budget Commission, a fiscal watchdog - relied on press releases and messages to their members.

In addition to the bond act, and a state constitutional amendment that would shift budget-making powers from the governor to the Legislature, two other questions were on the New York City ballot.

Neither question attracted significant opposition, and both were approved by 3-to-1 margins.

Question 3 will change the City Charter to establish a code of professional conduct for administrative law judges and hearing officers.

Question 4 will extend fiscal mandates that were enacted during the 1975 fiscal crisis. It will require a balanced budget and a four-year financial plan to be prepared each year, and impose conditions relating to short-term debt limits and auditing standards.


באראפארקער » 10/11/2005 01:36

ווי אזוי גייט דאס אלטע ווערטעל?

מיך אין מיין ווייב שטימען נישט.

מיין ווייב א גרויסע בעלת דעה און פאלאטישען, האט געזאגט אז זי גייט נישט וואטען פאר בלומבערג, איך האב אבער צום סוף מחליט געווען יא צו וואטען פאר בלומבערג, האבען אונז מחליט געווען צו ביידע בלייבען אינדערהיים, ווי איידער גיין ווארטען אויף ליין פאר צוויי שעה.

בענעדיקט16 » 10/11/2005 02:08

עס פריידט מיר צו הערן אז כאטש די ווייב איז א בעלת דעה... (העי, מעגסט אמאל א שמייכל טאן! איך מיין עס נישט ערענסט).

גראף » 10/11/2005 02:10

kutchma

יישר כח פאר די גוטע נייעס.

yohcee718 » 10/11/2005 03:40

דא איז א בילד פון מיין שטימע פאר FREDIE FERER

1) בלומבערג האט געהעכערט טעקסעס אויף ריעל עסטעיט אין דאס איז נאך א גורם אז הייזער אין רענט זענען דראסטיש ארויף

2) ער נוצט זיינע טיקעטס געבער'ס פאר נעמען אפילו נאך מער טעקסעס.

איך פארשטיי בכלל נישט דעם עולם,

ווען וועלען זיך די 'עמך אידעלעך', פשוט'ע חסיד'ישע אידען, וואס זענען די רוב מנין ובנין, וואס מוטשען זיך אזוי שווער פאר פרנסה, נאך גייען ווי בלינדע קיען די עשירים, בעלי אגרוף ובעלי זרוע, וואס זענען זיך משתלט אויפען ציבור?

ניין מענצער\גאלדעבערגער'ס (זיי זענען פיינע מענטשען) איטערעסען, זענען נישט די אינטערעסן פון דעם אלגעמיינער עולם

מיר זענען אליין שולדיג.. רוב עולם ווארט וואס די 'עסקנים' וועלען זיי אונווייזען, און אזוי שטימען זיי.

דאס אלעס מיינט, אז מיר היימישע אידען זענען POLITICALLY IMATURE מי יתן הזמן ווען דאס וועט זיך טוישען
[בילד – נישט אפגעהיט]

menchele » 10/11/2005 05:05

איך האב געשטימט פאר פערער. די סיבות זענען פשוט.

באראפארקער » 10/11/2005 06:19

יוחי
איך מיין אז א גרויסע חלק פין די היידפארק ליינער האבען אן אייגינע דעה פאר וועמען צו וואטען.

אגודיסט » 10/11/2005 17:35

חוץ פון די וואס די טוסט וואס דיין ווייב הייסט