תוקן על ידי - mechel_g - 07/11/2005 4:47:04
תוקן על ידי - mechel_g - 07/11/2005 4:47:04
תוקן על ידי באבlב ב- 03/08/2010 13:05:41
מהשומעים
א קורצער בליק אויף דיין היסטאריע צייגט אז די האסט נאר מגיב געוועהן אין באבוב'ער אשכולות.
אין ווען די זאגסט אז די ביסט נישט קיין באבוב'ער, קען זיין אז היינט ביסטו נישט קיין באבוב'ער, אבער די באלאנגסט קלאר צו די 48'ער פראקציע פון באבוב.
און אצינד צום פונקט, מיר גרייטן זיך אצינד צום די ימים נוראים אין באבוב, און די גבאים פון דעם צעהן טויזענט סקווער פיס היכל הביהמ"ד , ברעכן זיך קאפ, וויאזוי אריינצושטופן די איבער הונדרעט ניי צוגעקומענע זיצן ביי די מענער היי יאר, דאס איז שוין נאכדעם וואס פאראיאר איז דער ביהמ"ד געוועהן פול עד אפס מקום. (מסתא ווייל ס'איז אין בארא פארק...).
און אז ווילסטו קענסטו דיר קומען איבערצייגן ביים דינער קומעדיגן א' סליחות, און וועסט אונז דאן לאזן וויסן, צו ס'איז נאך דא אן עולם, און צו ס'איז נאך דא ווער ס'זאל געבן א פעני, (בלויז פאר די רעקארד: פארגאנגענע וואך איז געוועהן א מסיבה פון בעלי בתים (דיין יארגאנג) אין הילקרעסט באנגעלאו קאלעניע, ווי בלויז ביי דעם מסיבה איז אריינגעקומען איבער הונדרעט טויזענט דאללער.
אין די צייט וואס אונזערע בעלי בתים און עסקנים זענען פארנומען צו העלפן אויפבויען די מוסדות און טוען פאזעטיווע פארשריט. זענען ענקערע בעלי בתים חשובי העדה, פארנומען איבערדרוקן אלטע חמושים און באשמיצען באבוב, און סתם אידן, אויף בלאגס און האטליינס.
תוקן על ידי סקולענער ב- 26/08/2010 07:35:01
מהשומעים חכם, היינט מיטוואך נאכט איז דא א גרויסע רבי'שע חתונה אין צענטער פון בורו פארק, פון צוויי גרויסע אדמורי"ם פון די שטאט, ראחמיסטריווקא אין טשערנאביל, גיי גיב א קוק דארט צו די זעהסט אפילו א צענטעל פון די באבוב'ער חתונה פארגאנגעם תמוז, און פארגעס נישט, ס'איז 'אין' בורו פארק.
(געדענק צוריק צו קומען מיט די רעזאלטאטן).
חוץ מזה מר מהשומעים:
דיין ווייטאג איז נישט די ארימע מלמדים (וועלכע זענען אויסגעצאהלט אפ טו דעיט), דיין ווייטאג איז אויך נישט די שווייצער דאטשע, נאר דיין ווייטאג איז די שווייצער 'קאסע'... ($$$)