היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » היי

היי

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1658462

נייטראלער » 7/11/2005 00:41

וואס זאגט איר צו די שרעקליכע טרעפיק פון אלע ראטוועגענער אין בארא פארק וואס דער בירגערמייסטער האט פאראורזאכט וועלנדיג די שטימע פון אלע פערדן

חי_וקים » 7/11/2005 01:03

איך האב נישט וואס צו זאגן...

קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

יין_שרף » 7/11/2005 01:28

היי ענד העלאו מר. נייטראלער;
האו אר יו טודעי? ווי אר פיין, טענקס ג-ד.

בנוגע אייער פראגע, פארשטיי איך נישט וואס דריקט אייך?

דריקט אייך דער שרעקליכער פארקער פון די פילע רייטוועגענער וואס דער באזוך פונעם בירגערמייסטער האט אנגעווערטשאפט, אדער דריקט אייך די שטימע וואס די פערדן וועלן ארויסלאזן מיט שאל און געשריי קומענדיגן דינסטאג???

איך פארשטיי נישט - למשל, א שטייגער - פארוואס דער רייכער בירגערמייסטער, וועלכער שטייט סייווי אויס צו בלייבן דער בירגערמייסטער, דארף זיך אזוי אראפלאזן נאך אביסעלע כבוד און אטענשאן...

אפשר ווען כ'על זיין אזוי רייך ווי ער וועל איך אויך באקומען די תאוה פון כבוד און אטענשאן...

התאחדות » 7/11/2005 03:41

גיוואלד
וואס האט בארא פארק מיט אונזער קרעטשמע?
וואס איז דאס בארא פארק?

נייטראלער » 7/11/2005 04:44

בנוגע די פלאץ ווי בארא פארק האב איך אמאהל געהערט ווי עס ווערט דערמאנט אין א טעיפ פון קלויזענבארגער רבי'ן ז"ל פרשת ויצא ווי ער דערציילט ווי יעקב איז געגאנגען קיין חרן און ער האט געוואקט און געוואקט און ער איז אנגעקומען קיין בארא פארק ער איז אריין אין איין הויז און ער האט זיך אנגעקלאפט אין א פרידזשידער עס איז געווען אן אנגעפאקטע פריזשעדער ער מאכט עס אויף און ער פרעגט וואס איז דאעס?