היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » באגיין זעלבסמארד אין אייגען בית המדרש

באגיין זעלבסמארד אין אייגען בית המדרש

90 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1658398
בלאט: 1 2

rotzer » 6/11/2005 23:41




ווי עס איז פאר אלעמען באקאנט אז פון הימל באצאלט מען מדה כנגד מדה.



פאר צענדליגער יארן האט מען געוויסט ביי די זינדיגע עלעמענטן אין צפון ברוקלין אפשטאמיגע פון ארץ הגר אז שמחות תורה איז א צייט פון שלאָגען, א צייט פון אנקלאפן די ביינער פאר א צווייטן אידן און אט אזוי האבן זיך די לאפעצן מיט זייער באנקראטירטער חינוך זיך געפירט יעדען יאר.



אלע יארן האבען די זינדיגע לאפעצן און די הארעפאשניקעס זיך געשטעלט אויף די גאסן פון צפון ברוקלין אום שמחות תורה און געווארט אז עס זאלען אדורך גיין שלוחים פון חב"ד אויפן וועג קיין קראון הייטס און אנשטאטס מכבד זיין א פרעמער איד מיט א קאלטען געטראנק קומענדיג פון א לאנגע וועג ניין, ווי נאר די חב"דסקער האבען זיך באוויזעהן אין צפון ברוקלין האט מען געהויבען הענט אויף זיי און מיט די געמיינסטע זידעלרייד זיי דעריאגט פון דארט.



און דאס אלץ ווייל זייער קאפעלהיטש איז פארקנייטשט אויף אַן אנדער אָרט און דאס רעקל איז פארשניטן מיט אן אנדער שניט און האבען אן אנדער מיינונג איבער ישראל.



און די רבנים מאנשי הגר האבען יאמאלט געלערנט די רש"י אין פרשת שמות "עשה עצמו כאלו לא ידע".



אבער דאס יאר און ווי אויך די פארגאנגענע יאר האט מען געזעהן א פארבעסערונג און דעם ענין מען שלאגט שוין ניט די חב"דסקר, אבער ליידער האבען זיי ניט זוכה געווען צו תשובה נאר פון הימעל האט מען זיי באשטראפט מיט מכות חושך אז זיי וויסן ניט ווער איז א חב"דסקר און ווער איז א אפשטאמיגער פון די אנשי הגר און מען שלאגט א יעדען איינעם און טאקע זייער אייגען שול איז געווארן די פראנט.







תוקן על ידי - rotzer - 06/11/2005 23:43:34

איחודמעמבר » 6/11/2005 23:42

rotser

אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט!

יענער אינצידענט איז פארגעקומען "שביעי של פסח" תשל"ז!!!!! נישט שמחת תורה!!!!

wassa_dif » 6/11/2005 23:50

איך האב זייער ליעב די קעפעל. האסט געזאגט אז דו דאווענסט אין קארליבאך שול? נו, נו.
מיר ווארטען אויף גוטע בשורות.

הערמיך » 6/11/2005 23:52

הער וואס איחוד שרייבט.

יענער אינצידענט איז פארגעקומען "שביעי של פסח" תשל"ז.

"אינצידענט"? מהאט גרצחט מענטשן, געשלאגן מיט אכזריות, געריסן בערד, מענטשן האבן געמוזט ארויסגעראטעוועט ווערן מיט פאליצי קארס.


אינצידענט?

KJfireman » 6/11/2005 23:58

ראצער!

זארג דיך נישט פאר סאטמאר, סאטמאר איז נישט באגאנגען זעלבסטמארד, סאטמאר איז חי וקים, און סאטמאר וועט אי"ה איבערלעבן די אלע וואס זוכן עס צו צוברעכן מבית ומבחוץ, דעם התורה וואס מיר האבן מקבל געווען פון אונזערע עלטערן פון און וואס מיר זענען געלערנט געווארן רביה"ק מסאטמאר זי"ע דאס בליט און וואקסט, כאטש מיר האבן פראבלעמען.


אבער אז דו רעדסט שוין פון די ליובארווישטערס לאמיר דיר ווייזן וויאזוי זיי קוקן נעבעך אויס, נאכן אנהייבן פארקריכן פון ריכטיגן וועג און מאכן זייער רבי'ן פאר אן אפגאט.


[בילד – נישט אפגעהיט]


tzvibp28 » 6/11/2005 23:59

הערמיך
דו ביסט עס? כ'גלייב נישט!
אין יעדענספאל, נאדיר א

wassa_dif » 6/11/2005 23:59

עהרליך פארדיענט. מ' האט זיי באהאנדעלט פונקט ווי קאטוילישע צו אנדערע מיסיונארען וואס קומען אין היימישע געגענט.
אדער ווי עס פיהרט זיך נישט אין צפון ברוקלין צווישען די משיחסטען און די נישט משיחיסטען.

קרןהתורה13 » 7/11/2005 00:00

פייערמאן, כ'האב אליין נישט געהאט געגלייבט אז די משוגעים זענען שוין אנגעקומען ביז צום מלך מלכי המלכים אליין.

לא עלינו, וברוך ה' שהבדילנו מן התועים.

איחודמעמבר » 7/11/2005 00:01

הערסט מיך?

ווער האט דעמאלט געשלאגן און גערצחט?

די ליובאוויטשער זענען געקומען אומשולדיג קיין וויליאמסבורג? אדער זענען זיי געקומען זיך שלאגן???

טובעין » 7/11/2005 00:04

די חברה דא רעדן זיך נעבען ערנסט איין אז ראצער איז א חבדסקער.

זיי נישט קיין נער דעם ניק ראצער האט ער נישט געקענט אויפיקען אין וויליאמסבורג אדער סקווער אדער מאנטריאל אין טאש.

ערגעץ אנדערשט ווייסט מען נישט וואס די באדייט.

ער וויל סתם טרייבן שפאס אבער ער איז זיכער א היימישער.

wassa_dif » 7/11/2005 00:09

ס'האט נישט מיט זיין א חבדסקער.
בערך אמאל א חודש פארגעסט מען עם צו געבען זיין איינשפריץ, כאפט ער זיך ארויף אויפ'ן קאמפיוטער און לייגט אראפ א גוטס.
דאס אלעס.

tzvibp28 » 7/11/2005 00:15

איחוד
רעד זיך איין

merkaz » 7/11/2005 00:19

ראצער אפשר ווילסטו פארציילן דא וואס האט זיך אפגעשפילט שמיני עצרת אין דעם ליבאוויטשער שטיבל אויף 16 און 49 סטריט פארוואס האט מען אלאמירט די פאליציי נאכדעם וואס מהאט גערצח'ט און געשלאגן די משיח'יסטן מיט די אנטי משיחיסטן,

אפשר לייגסטו ארויף די בילדער ווי די פאליציי ארעסטירט אין 770 אפאר משוגעים איבער א קליין שטיינדעל,

הערמיך » 7/11/2005 00:20

די חבסקער זענען זיך געקומען שלאגן? וואו נאך גייען זיי זיך שלאגן? אין בארא פארק? פלעטבוש? זיי זענען געקומען פארשפרייטן זייערע הבלים, וואס זייער פירער האט זיי אריינגעהאקט אין קאפ. אבער שלאגן? בכלל נישט.


און אויב יא? מעג מען רייסן בערד? זאג די מיר וועמען זיי האבן געשלאגן? די אלס וומסער קענסטו אנצייגן אויף איינעם? זיי האבן א ליסטע פון אלטע חבסקער חסידים פון רוסלאנד וואס האבן געכאפט שלעק פון די רשעים אין מאסקווע, און אין וומס.

rotzer » 7/11/2005 00:22



מיר שרייבען ניט וועגען וועגען איין ספעציעלע יאר ווען די זונדיגע האבן זיך אויס געצייכענט מיט זייערע מעשים נאר איבער אלע יארן וואס זיי האבן געשלאגן כלל ישראל.

tzvibp28 » 7/11/2005 01:47

merkaz
סתם ליגענט? דו ביסט געווען דערביי אין 16 & 49? איך בין יא.

1) ס'נישט געווען צווישען 2 צדדים, נאר א פערזענליכען ענין א אינגל האט געטשעפעט א בחור, די בחור האט אראפגעווארפען דאס קינד, די טאטעס האבען זיך אריינגעמישט
2) ס'האט געדויערט 5 מינוט די גאנצע מעשה
3) איינער איז געווען פון צפון ברוקלין

איחודמעמבר » 7/11/2005 01:50

די חבד'סקער האבן גוט געוואוסט אז וויליאמסבורג איז נישט אינטערעסירט אין זייער "חאַסידאָס", און צמען האט זיי בפירוש געבעטן נישט צו קומען, אבער זיי זענען געקומען על אפם וחמתם פון די וויליאמסבורגער אידן.

tzvibp28 » 7/11/2005 01:51

איחוד
איר זענט עפעס בהמות? אז מ'רייצט אהן מוז מען שלאגען?

איחודמעמבר » 7/11/2005 01:52

וואס הייסט מ'רייצט אן?

די חב'דסקער זענען געקומען מיט די גראבע ידים האט מען זיי געוויזן אז מען וועט זיך נישט לאזן פון זיי!

tzvibp28 » 7/11/2005 02:01

איחוד
ס'דא פיל בתי מדרשים וואו מ'לאזט זיי נישט רעדן און זיי רעדן טאקע נישט, אבער נישט אריינלאזען אין די גאנצע געגענט? פאר דעם "קומט זיי" שלעק?!

איחודמעמבר » 7/11/2005 02:05

נאך עד היום קען מען זען יעדן יו"ט ווי ליובאוויטשער גייען דורך וויליאמסבורג אויפ'ן וועג פון מאנהעטן אהיים קיין קראוןהייטס. זיי זינגען ניגונים אבער קיינער שטערט זיי נישט.

דורכגיין איז קיין פראבלעם. קומען אומגעבעטן "לערנען חאַסידאָס" דאס נישט!

KJfireman » 7/11/2005 04:16

tzvibp28

זיי נישט ברוגז אויף איחוד, ער האט זיך פשוט דערמאנט וויאזוי מען האט געמאכט אש און פארעך פון די ליובאוויטשערס.

קוק, פאר אפאר טאג צוריק האסטו אויסגעקליבן BACHI אלס בעסטער שרייבער, כלשונך:


פארוואס BAACHI? זייער פשוט
ער מאכט אש און פארעך פון די סאטמורים


נו מעג דאך איחוד זיך דערמאנען ווען מען האט געמאכט אש און פארעך פון ליובאוויטש...



[איך האב נישט קיין פערזענליכע שנאה צו קיין ליובאוויטשער אידן ח"ו, ס'איז נאר געשריבן בכלליות].

merkaz » 7/11/2005 05:55

איך בין ברוך השם נישט געווען פערזענליך, אבער איך האב יא געהערט אז עס איז געווען מחנות פאליציי נישט צוליב א געשעלע פון איין בחור מיט איין אינגעל,

די צווייטע שאלה איז וואס טוט זיך מיט די געשלעג ביים שטיין פון 770?

tzvibp28 » 7/11/2005 06:37

פליז
אין 770 האבען א פאר בחורים זיך געשלאגען מיט די פאליציי משא"כ אין ראדני

וואס דו האסט געהערט איז נישט ריכטיג

wassa_dif » 7/11/2005 06:57

און ווען ברנס האט איבערגעפאהרען ביסטריצקי פון צפת?

KJfireman » 7/11/2005 07:50

דא האט איר א קליפ וויאזוי די ליובאוויטשער קוקן נעבעך אויס ווען זיי שפילן כאילו דער רבי לעבט:


http://s95274032.onlinehome.us/img/rachem.wmv

בענעדיקט16 » 7/11/2005 14:23

האט איר געזען די צוויי מיטליעריגע אידן וואס שטייען מיטן גלעזל אויסגעשטרעקט און ווארטן - מסתמא ווארטן זיי נאך יעצט - אויף כוס של ברכה ? טאקע א רחמנות!

גראדע וואלט איך געוואלט זעהן הושענות קלאפן ביים רבי'ן...

upto » 7/11/2005 16:43

ערנסט » 7/11/2005 17:03

אן אינטערעסאנטע לינק ווי מ'קען מיט האלטן יעדן טאג די פרישע אנטוויקלונגען און לעבעדיגע נייעס
CHABAD.FM

נבוכדנאצר » 7/11/2005 18:14

כ'גיי נישט גארנישט בארעכטיגן קיין קריגערייען, אודאי נישט קיין געשלעגן און רציחות, וואס עס זענען ליידער פארגעקומען אין דער פארגאנגענהייט, נישט בלויז אין סאטמאר, נאר אין אנדערע קרייזן אויך, הונדערטער יאהרן איידער עס האט זיך פארמירט די תנועת החסידות, ס'איז זינלאז צו ארויסשרייבן נעמען פון שטעט, הויפן און מענטשן, עד היום קומען פאהר רייבערייען צווישן אידן איבעראל, פון ניו יארק ביז לאס אנזשעלעס [וד"ל, ע' בח"ח] קיינער בארעכטיגט נישט, אבער קיינעמ'ס הענט זענען נישט ריין. אלזא, שרייען אז בלויז "ענער" איז דער שלעגער און מערדער, איז א איינפאכער פראסטער ליגנט!

כ'וויל נאר דער עולם זאל וויסן פון עטליכע גמרות, (בפרט דער עולם וואס לערנט נישט דף היומי...) צוויי אין בבלי און איינס אין ירושלמי, איבער טעראר בימי חז"ל, כ'וויל חלילה נישט מדמה זיין די גמרא מיט די היינטיגע טעראר, אבער כלפי דעם וואס יענער שרייבט אז "עשה עצמו כאילו לא ידע" ציהלנדיג ווארשיינליך צו פארקלענערן דעם כבוד פון די "רבנים מאנשי הגר", ברענג איך עטליכע גמרות, אדרבה, לאמיר זעהן צו די "אנשי הגר" און אנדערע וועלן עפעס אפירקראצן פון זייער זכרון קאמערל, און עס נוצן זיך צו באשיצן.

ועיין סנהדרין פ"ח ע"ב ווער עס זענען געווען בתוך תלמידי ב"ה, אז מען האט געמוזט מאכן גדרים, און יענעם טאג פון די י"ח דבר האט טאקע געהייסן א ביטערער טאג, כיום שנעשה בו העגל, אבער די י"ח דבר זענען געבליבן.

כ'ווידערהאל, כ'בארעכטיג חלילה נישט דעם געשלעג, און נישט אנדערע, אבער טייטלען אויף יענעם דו ביזט דער רוצח איז דורכאויס פאלש, יעצט איז געקומען די ריי אויף סאטמאר, פארפאלן, ווילאנג מען איז אין גלות וועט מען זיך קריגן, ווי דער מהר"ל שרייבט אין נצח ישראל פכ"ה:

וכבר נשאלנו על זה מן האומות, באמרם כי אתם אומרים כי ישראל הם האומה הטובה, ואם כן איך משתוקקין אל הרע תמיד. ולא שהם חפצים ברע למתנגדים להם בדתם, רק כי אותו אשר הוא עמיתו, עמו בתורה ובמצות, מבקש רעתו ולא טובתו, והתורה אמרה (ויקרא יט, יח) "ואהבת לרעך כמוך". ואולי אתם מפרשים, אשר הוא כמוך במעלה ובמדריגה - תאהב אותו. וכל אחד רואה עצמו שהוא יותר במעלה, ולכך אין צריך שיאהב את אחר, עד כאן שאלה שלו. ושאלה זאת היא שאלה קדומה מן האומות על ישראל. ובאמת דבר זה הוא גנאי נגד האומות, כאשר תראה בכל האומות שאין מדה זאת נמצא ביניהם:
וזאת תשובתנו על דבר זה; מה שאין האומה הזאת באהבה האחד עם אחיו, הוא עצם הגלות, שהפריד השם יתברך את חבור שלהם, וחלקם והפיצם. ומאחר שחלקם והפיצם, דבר זה גורם גם כן שיהיו מחולקים בדעתם. שאם לא היו מחולקים, לא היה מקויים בהם הפיזור והפירוד - אותם שהם אחד, ולב אחד להם. ואם יש להם לב אחד ביחד, אין כאן פיזור בין האומות.

למדנו, אז די שאלה פון דעם שואל אין דעם פורום האט שוין דער מהר"ל באצייכנט אלס שאלה קדומה מן האומות על ישראל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 7/11/2005 18:14

2.
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 7/11/2005 18:15

3.
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzudick » 7/11/2005 19:29

דער פאקט איז אז "סאטמאר" האט זיך מיט יעדעם געשלאגען "מכות רצח"

אין איז נישט אזוי ווי די אנדערע חסידות'ן וואס שלאגען זיך איינמאל אין זייער היסטאריע, (וואס איז אויך נישט גערעכט)

אין פארוואס שלאגט ער ? הערטס אויס די "טענות"

א חוצפה זיי קומען קיין וויליאמסבורג פארשפרייטען חסידות

ער האט גילערנט תניא מיט "בחורים" (רח"ל)

ער האט נישט וואס צו זוכען דא "ביי אונז" אין וויליאמסבורג, ער איז א "בעלזער שייגץ", "וויזניצער ציוני", "גערער אגודיסט", "ליבאוויטשער משיחיסט", "קלויזענבורגער אפיקורס", "מעכעליסט", "וועכטעריסט", אדג.
זאל ער זיך גיין פון דא מיט זיינע "דיעות כוזבות"
און וועגען דעם דארך מען שלאגען מיט "מסירת נפש"

אין יעצט אז מען האט שוין רוב "ארויסגעטריבען" מיט זייערע "דיעות כוזבות", שלאגט מען זיך מיט די "סאטמאר הולכים בערכאות", "סאטמאר מסרבים לדין", "סאטמאר בני יואל", "סאטמאר "בני משה", "סאטמאר מוהלים" ,"סאטמאר פרעזידענט", "סאטמאר בית החיים", "סאטמאר שמחת תורה" ,

אין אלעס וועגען "אידישקייט"

ליידער, טאר מען נישט לאכען.







נבוכדנאצר » 7/11/2005 19:48

דעת "רבנים מאנשי הגר" דער הייליגער חתם סופר זי"ע:
[בילד – נישט אפגעהיט]

אייןסאטמאר » 7/11/2005 19:53

איך האב מיטגעהאלטן שביעי של פסח תשל"ז, און אויך אלע יארן פאר יענע יאר.

זיי זענן געקומען יעדעס יאר שביעי ש"פ, און כאטש מ' האט נישט געגליכן זייער וועג פון קומען פארשפרייטן זייער חסידות, (שטעלט ענק פאר ווען סאטמאר גייט אויף 770 פארלערנען ויואל משה) האט מען זיי גארנישט געטון, אונז קינדער האב מיר זיך אינטערגעהאלטן מיט זיי, איך געדענק נאך ווי זייערע שיינע אידן פלעגן אריין קימען אין ראדני ווי רביה"ק זי"ע פלעגט פירן טיש און פלעגן צוגיין (מ' האט זיי ציגעלאזט) און איבער געבן א גריס פון זייער רבי'ן און קיינער האט זיי גארנישט געטון.

תשל"ז איז געווען אינמיטן א שווערע מערכה ווען די התאחה"ר האט מפרסם געוועם די דעת תורה אז אין ענטעבי איז נישט געווען קיין נסים, אויף דעם איז געקומען א אטאקע פינעם חבדסקער וואס האט מיאוס אראפ געריסן די אלע רבנים פאר די חוצפה צו זאגן אנדערש פון אים, און עס האט נאכגעפאלגט א גאנצע ווינטער מיט העסליכע ארטיקלן אין "אלגעמיינער", און פארשטייט זיך אויף פארקערט אויך, בקיצור די מצב איז געווען מוראדיג אנגעצויגען, האט מען זיי געבעטן אז זיי זאלן דאס יאר נישט קימען, אויך די פאליציי האט זיך געבעטן, אבער עס האט גארנישט געהאלפן, זיי זענן דווקא יא געקומען, וועגין דעם האט דאס פאסירט.

גורארי » 7/11/2005 19:56

אינטערסאנט אז די אלע קינדער מיט וועם ער האט נעבעך אומשולדיגערהייט געלערנט תניא זעניען געווארען חסידים פון היינטיגער ליובאווטישער רבי שליט"א.

וואס איז? צו לערנען תניא דארף מען ווערן א חסיד פון רבי'ן?

עס פעלט אידען וואס לערנען תניא אין זיי זענען נישט קיין חסידים פון קראון הייטס?

בכלל פארוואס האט ער נאר געלערנט מיט מיינאר'ס? מיט אינגעלייט אין גרויסע בחורים דארף מען נישט לערנען תניא?

Baachi » 7/11/2005 20:03

נבוכדנצר

איך מיין ביזט שלא לענין במדה גדושה.

צו נעמען די גמרא ככתבה וכלשונה מיינט אז די תלמידי בית שמאי זענען געוועהן רוצחים ח"ו.

די גמרא פון נעץ חרב איז א לשון הפלגה להודיעך חומר הענין.

קידושין ל
לא יבושו כי ידברו את אויבים בשער מאי את אויבים בשער אמר רבי חייא בר אבא אפי' האב ובנו הרב ותלמידו שעוסקין בתורה בשער אחד נעשים אויבים זה את זה ואינם זזים משם עד שנעשים אוהבים זה את זה שנאמר את והב בסופה אל תקרי בסופה אלא בסופה:

אפילו אין ירושלמי יבמות ח
אע"פ שנחלקו בית שמאי ובית הלל בצרות ובאחיות ובגט ישן ובספק אשת איש ובמקדש בשוה פרוטה והמגרש את אשתו ולנה עמו בפונדקי והאשה מתקדשת בדינר ובשוה דינר. לא נמנעו בית שמאי מלישא נשים מבית הלל ולא בית הלל מב"ש אלא נוהגין באמת ובשלום שנא' האמת והשלום אהבו

בבלי יבמות יד
תא שמע אף על פי שנחלקו בית שמאי אומרים ובית הלל בצרות ובאחיות בגט ישן ובספק אשת איש ובמגרש את אשתו ולנה עמו בפונדק בכסף ובשוה כסף בפרוטה ובשוה פרוטה לא נמנעו בית שמאי אומרים מלישא נשים מבית הלל ולא בית הלל מבית שמאי ללמדך שחיבה וריעות נוהגים זה בזה לקיים מה שנאמר האמת והשלום אהבו

דעם חתם סופר וואס דו ברענדסט איז א לימוד זכות.
אפשר ברענגסטו אראיה פון קדושת לוי אז ממעג אינמיטן דאווענען אין טלית און תפחלין טוישען א טייער פון א קאר?

אויב דו ווילסט דוקא ברענגען ראיה פון די תורה
ברענג פון קין מיט הבל
(אדער פון אדם וחוה... ולא יתבוששו)

ווילסט דוקא פון די גמרא: קם רבה ושחטיה לרבי זירא.

אפילו לשיטתך, איז די מחלוקת שמאי והלל געוועהן ווען קנאה וכבוד?

אחוץ אז דו טענהסט אז די מחלוקה אינערהאלב סאטמער האט צוטוהן מיט דברי תורה?

זאלסט מיר אוודאי מוחל זיין אבער
איך קען מיך נישט איינהאלטן פון צופרעגן,
ווי האסטו דיך אויסגעלערט צו נעמען איין אגדתא אין מאכן םון דעהם א איין הלכה?



תוקן על ידי - baachi - 07/11/2005 20:22:53

נבוכדנאצר » 7/11/2005 20:21

באטשי לעבן,

1. האסט דאך זייער גוט געכאפט מיין נקודה (ביזט דאך א בעל כשרון..)! תלמידי בית שמאי זענען ח"ו נישט געווען קיין רוצחים, אבער זיי האבן גענוצט שווערדן און ווי די לשון פון די גמרא "והורגין בהם"

2. חומר הענין? הביננו! איך האב אלע מיינע יאהרן געלערנט די גמרא פשוט אז חזקיה המלך האט געטריבן אידן אין בית המדרש און זיי דערשראקן מיט א שווערד; איך האב זיך אלע מיינע יאהרן טועה געווען?... וואס מיינט חומר הענין?

3. דאס איז - אנטשולדיג מיר - לגמרי שלא מן הענין, איבער דעם ענין איז די תשובה פון חוות יאיר סימן קנ"ו, מען רעדט בשעת'ן לערנען, אבער נישט בשעת'ן לערנען מאן דכר שמיה?

4. די צוויי גמרות וואס די ברענגסט איז מסייע וואס איך זאג, אמאל ברעכט אויס א קריג, אבער נאכדעם וואס מען שטעלט איין א וואפנשטילשטאנד - איז שלום ושלוה, מען הערט דען נישט אז סאטמורים זענען זיך משדך מיט אנדערע (אפשר חוץ ליובאוויטש, עס איז פונקט אזוי גילטיג לגבי אונגארישע און חסידישע, פון ליובאוויטש ווייכט מען זיך אביסל, דוכט זיך, כ'מיין נישט ח"ו קיין גנאי, פשוט צוליב די סארט מענטשן), מען מאכט ביזנעס אינאיינעם, מען דאוונט אין איין שול, אבער ווען עס ברעכט אויס א קריג - גייט מכות רצח, און חרבות ורמחים...

5. כ'האב סך הכל געזאגט אז ביי אידן האט מען זיך שטענדיג געקריגט, און אז בלויז דורכדעם האט מען קובע געווען י"ח דבר ווי בית שמאי, און נישט ווי קין און הבל נאר תנאים און אמוראים

6. כ'האב נישט געמאכט קיין הלכות, כ'האב דערציילט א מעשה פון די גמרא....

אגב, מען האט זיך געשלאגן אין ווילנע פונקט ווי אין ווארשע, ביי די ליטאים ווי ביי חסידים, אין קלוזש (תרפ"ב קעגן הרב גלאזנער ווייל ער איז געווארן א "ציוני" עיין קונטרסים משפט צדק - ישוב משפט) ווי אין קראלי - סאטמאר,

דער מעסטל פון לשם שמים שטייט אין די משנה:

כל מחלוקת שהיא לשם שמים סופה להתקיים ושאינה לשם שמים אין סופה להתקיים איזו היא מחלוקת שהוא לשם שמים זו מחלוקת הלל ושמאי ושאינה לשם שמים זו מחלוקת קרח וכל עדתו

די מחלוקת פון סאטמאר מיט די אנדערע איז דערווייל מתקיימת, קיינער פון די סאטמערע האבן נישט נאכגעלאזט פון די מערכה קעגן ציונות, טא, איז עס לשם שמים צי ניין? דאס בארעכטיגט געוויס נישט די געוואלטאטן, אבער דער תירוץ שטייט אין מהר"ל און אין חתם סופר

כ'וועל באלד האבן צייט וועל איך אריינסקענען א גוט שטיקל סחורה פון א געוויסן אדמו"ר א תלמיד חכם

נבוכדנאצר » 7/11/2005 20:35

כ'וויל דיר אבער קלאר זאגן, די קריגעריי אין סאטמאר טוט וויי, פשוט ווייל וואס פעהלט אויס דאס געשלעג? ס'איז א איסור פונקט ווי חילול שבת, אבער וואס קען מען ליידער טון, אינשי דלא מעלי זענען איבעראל פארהאן, דער נארישסטער קינד קען קאליע מאכן יאהרן הארעוואניע, איך שטיי ב"ה ווייט פון ביידע לאגערן כמטחוי קשת, כ'האב נישט דאס מינדעסטע מיט זיי, כ'האלט נאר אז ערגעץ אנדערש איז גארנישט בעסער, אז ביי מיר וועגט נישט איבער דעם וואגשאל די קריגערייען די מעלות וואס דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט איינגעפלאנצט אין זיינע מענטשן, און וויפיל מען פרובירט עס קאליע צו מאכן, ווערט דאס קערנדל נישט פארפוילט, אפשר פאלן בלעטער פון אלע זייטן, אבער דער שטאם פונעם בוים שטייט פעסט, ווער עס וויל נישט אנטייל נעמען אין די אלע נארישע שעדליכע פאליטיק און אנהאלטן מיט די שומרי המסורת - האט די ברירה עס צו טון און בלייבן א סאטמערער

כלומר (זעץ זיך אראפ) איך בלייב א איד, א בן ישראל, כאטש וואס אין מיטל-מזרח איז דא א גרופע וועלכע רופן זיך ישראלים און פיהרן זיך ליידער אויף ווי מעקסיקאנער, איך האב נישט מיט זיי, זיי האבן נישט מיט מיר, זיי נעמען פון יהדות וואס זיי ווילן, און דאס זעלבע טוה איך, דאס זעלבע וואלט איך געראטן פאר יעדן רעכטדענקענדן מענטש וואס האלט אז די דעת תורה פון סאטמאר רב זי"ע איז ריכטיג

נבוכדנאצר » 7/11/2005 20:54

כ'זעה יעצט, מר באטשי, דיין הוספה אין די תגובה

כ'מיין אז מיר פארשטייען זיך גאנץ גוט, לאמיר נאר פרובירן צו ערלקערן מיין נקודה,

ווער האט געזאגט אז מחלוקת אין ח"ו מותרת? דער חתם סופר אליין פרעגט די קשיא, און זאגט נראה בחוש ההיפך און דאס האב איך סך הכל געזאגט, אז די ביטערע מציאות איז אז ביי אידן האט מען זיך שטענדיג געקריגט, צי צוליב'ן גלות - ווי דער מהר"ל פארענטפערט, אדער צוליב די גרויסע מאס קדושה - ווי דער חתם סופר ענטפערט, .

למעשה, קען מען נישט טייטלען אויף סאטמאר אז בלויז זיי קריגן זיך, יעדער פאהרט מיטן זעלבן באן, קען זיין אז די באן פארט אין פארקערטן ריכטונג - אבער יעדער איז גלייך

נ.ב. ווען דער נאר איז נישט מיינער וואלט איך נישט געברויכט קיין תירוצים, (ווי גייט דאס ווערטל אויף די גמרא בת תחילה סימן יפה לבנים - אבער בן תחילה דארף נישט קיין טרייסט...) אבער אז מען קריגט זיך ליידער יא, קומט נישט ארויס פון די לעכער און טייטלט, זעהסט! אלעמאל קריגט מען זיך... קיינער איז נישט אנדערש

בקיצור, קיינער איז נישט גערעכט, אבער איך זאג נאך אלץ נישט אז די שלעגעריי איז ריכטיג, והבן.

נבוכדנאצר » 7/11/2005 22:40

א נקודה איבער איסור חיתון פון ספר הגאון עמודים 924-925
[בילד – נישט אפגעהיט]

נבוכדנאצר » 7/11/2005 22:52

דעת האדמו"ר מצאנז-קלויזענבורג ז"ל איבער די קריגערייען ביי חסידים (פון ספר הגאון בלעטל 938):

(אויב איינער קען לערנען אנדערש פשט - אדרבה, איך האב נישט דעם שפע חיים, אפשר קען איינער עס סקענען)
[בילד – נישט אפגעהיט]

Baachi » 7/11/2005 23:29

נבוכדנצר

דו ביזט שוין אזוי אויף צרות אז דו מוזט אהנקומען צו דעם "הגאון"?

לפי מיטב ידיעתי האט ער "געפאנפעט" (פא רפויה) דעם רעיון פון שפע חיים, און ברענגט נאר א האלבע ציטאט, ווי אלע "פאנפערס"

זיין ווארט איז געוועהן

"די מלחמה פון דעם גר"א קעגן תלמידי בעש"ט איז נישט געוועהן אויף די חסידים פון דעמאלטס, נאר דער גר"א האט געזעהן ווי עס וועלען אויס זעהן די חסידים פון היינט"
ע"כ וואס אליאך ברענגט

יעצט די צווייטע העלפט םון דעהם ווארט וואס ער ברענגט נישט

"דער בעש"ט ותלמידיו האבן דאס אויך געזעהן, אבער זיי האבן אויך געזעהן ווי סוועט אויס זעהן די וואס גייען נישט בדרך החסידות"

"אין זיי האבן פאר שטאנען אז מדארף האבן דעהם דרך הבעש"ט"


דו ווילסט יעצט רעדן פון נשתכח דרך הבעש"ט?

בענעדיקט16 » 7/11/2005 23:33

באטשי און (להבדיל) נבוכדנאצר

איר דארפט עפענען א פריש אשכול פאר אייער תוכן'דיגע ויכוח. דער קעפל פון דעם אשכול ברענגט ארויס א גרויל, גיעול, אזש ביז כדי הקאה...

נבוכדנאצר » 7/11/2005 23:33

קען זיין אז איך בין אויף צרות אבער כ'ווייס נישט מיט וואס (היא גופא צרה?)

כ'האב געשריבן מיט אכטונג, אז אזוי פארשטיי איך - און סתם ליינער - עמך אידן, משניות-עין יעקב לערנער - פון אליאך, אפשר האט איינער דער שפע חיים און קען אריינסקענען דעם בריוול

דאס האסטו דערווייל נישט געטון

קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא

דעם ויכוח איבער דרך הבעל שם וועל איך איבערלאזן פאר די וועלכע עס ווייסן וואס דער דרך הבעל שם איז

יצמח_פרקנה » 8/11/2005 05:22






יא בענעדיקט איך מיין אויך אזוי אין אז דע בעסטע עצה מיט דעם ראטצער מען זאל עם איגנארען אינגאנצען אין נישט קיקען וואסערע פאנטאזיעס ער שרייבט





מאנטריאל » 8/11/2005 05:49

ראטצער
דע חברה קענען נישט איינזען זייער דורכפאל שיסען זיי דעם messenger

wassa_dif » 8/11/2005 15:12

איך האב זייער הנאה געהאט פון די בילד. שקויח UPTO פאר די לינק.
און ווי פאסיג צו'ם קעפעל, "באגיין זעלבסטמאד אין אייגענעם ביהמ"ד"[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 8/11/2005 16:41

חברה, דאס איז נישט געווען קיין כי הוא זה אקעגן די מעכטיגע חילול ה' אין "צפון ברוקלין" שמע"צ, א פאר בחורים האבען זיך געשלאגען, ביג דיל, ס'נישט קיין שווארצע באונסערס, קיין פאליציי, קיין רעפארטערס וכו' SO PLEASE

merkaz » 8/11/2005 16:44

ווען אידישע בחורים שלאגן זיך איז נישט קיין חילול ה', נאר ווען שחורים שלאגן זיך דאן איז שרעקליך דער חילול השם,

בלאט: 1 2