היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » אמעריקאנע פרעזידענטן

אמעריקאנע פרעזידענטן

56 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1658230
בלאט: 1 2

פעדעקס » 6/11/2005 21:48

א שוואגער מיינער האט מיך געבעטן איך זאל אים ארויס העלפן זיך לערנען אביסל אמעריקאנע היסטאריע.
וואס גייט פאר?
ער גייט בקרוב האבן א טעסט פאר סיטיזענשיפ, על כן בעט ער איך זאל אים העלפן זיך ציגרייטען.

כ'האב אנגעהויבן צו ליינען דערוועגן. צום ערשט האב איך אנגעהויבן מיט די פרעזידענטן, איך האב מיך באגעגענט מיט אסאך אינטערסאנטע פאקטן וואס אפילו איך - א געבוירענער יענקי - האב נישט געוויסט דערפון.

איך וועל פרעגן עטליכע פראגעס, איך בין נייגעריג צו דער עולם דא ווייסט צו ענטפערן. (אבער פליז, נישט טשידען..)


1. וויפיל מענטשן האבן געדינט אלס פרעזידענט פון די יונייטעד סטעיטס?

קרעמער » 6/11/2005 21:51

דער יעצטיגער בוש איז דער דריי און פערציגסטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן. אויב מיין זכרון דינט.

פעדעקס » 6/11/2005 21:53

קרעמער צו שנעל גענטפערט.

במחילת כבודך הרמה, ביזט WRONG.

קרעמער » 6/11/2005 21:55

אפשר האסטו דא אויך אויסגעשפרייט א פאסטקע (אזוי ווי חי-וקים) מיטן שרייבן "מענטשן", און דו רעכנסט נישט די בהמות (ביל קלינטאן וכדומה)...

אבער איך שטיי אויף מיין גראונד! בוש 43!

פעדעקס » 6/11/2005 22:05

א-קעי.

דער ענטפער איז 42!

יא, ביז צום היינטיגען טאג האבן געדינט בלויז 42 מענטשען אלס פרעזידענט.

איין מינוט, דזשארדזש דאבעליו איז דאך נאמבער 43, טא וויאזוי שטימט עס?

גראווער קליוולאנד האט געדינט צוויי טערמינען נישט אין א רייע. קודם פון 1885 ביז 1889, נאכדעם האט אים בענדזשאמין העריסאן באזיגט. פיר יאר שפעטער איז קליוולאנד נאכאמאל געלאפען קעגן העריסאן און אים באזיגט, קליוולאנד האט דערפאר באקומען 2 נומערן אלס פרעזידענט, 22 און 24.

פעדעקס » 6/11/2005 22:18

דעס איז שוין גרינגער אביסל.

2. ווער איז געווען דער עלטסטער מענטש צו ווערן פרעזידענט, און ווער איז געווען דער אינגסטער?

תוקן על ידי - פעדעקס - 06/11/2005 22:17:24

יין_שרף » 6/11/2005 22:22

טאקע באלערענד, נישט געוואוסט דאס. די גרינע בירגערס וועלכע מאכן זיך סיטיזשיפ זענען שוין באלד גרעסערע תלמידי חכמים אין די היסטאריע פון די 'פאראייניגטע שטאטן' ווי די ארגינאלע 'יענקי'ס'...

אגב, איז דאס - אז 'קליוולאנד' ווערט פאררעכנט אין די ליסטע פון די אמעריקאנער פרעזידענטן' אין צוויי באזונדערע נומערן - אויך איינע פון די פראגעס, ווען מ'מאכט סיטיזנשיפ???

פעדעקס » 6/11/2005 23:39

קרעמער, כ'האף האסט דיך נישט באליידיגט.

עניוועי, דער עלטסטער מאן צו ווערן פרעזידענט איז געווען ראנאלד רעיגן, ער איז אלט געווען 69 יאר אין 1981 ווען ער איז געווארן פרעזידענט.

יעצט ווער ווייסט ווער איז געווען דער אינגסטער?

פעדעקס » 6/11/2005 23:43

יין שרף:

איך ווייס נישט וואס מ'פרעגט דארט ווייל כ'האב עס נישט מיטגעמאכט.

שיינהייט » 6/11/2005 23:43

אויב מאך איך נישט א טעות איז דער אינגסטער געווען J F KENNEDY

יין_שרף » 6/11/2005 23:48

ערשטנס, א יישר כח פאר'ן ענטפערן.

דערנאך, כ'מיין דער אינגסטער איז געווען BILL CLINTON.

פעדעקס » 6/11/2005 23:58

שיינהייט:

גראדע מאכסטו יא א טעות.

דער אינגסטער מענטש צו ווערן פרעזידענט איז געווען טעאדאר רוזוועלט ער איז אלט געווען 42 יאר ווען ער האט איבער גענומען וויליאם מעקינלי ווען ער איז געשאסען געווארן אין 1901.

קענעדי איז געווען דער אינגסטער מענטש צו ווערן "ערוועלט" אלס פרעזידענט, ער איז געווען 43.

===

יין שרף:

נישט אזוי שלעכט, קלינטאן קומט די נעקסטער אין די רייע, ער איז געווען 46.

שיינהייט » 7/11/2005 00:15

נו נאך א גלעזל יין שרף מעג מען מאכן אזא קליינע טעות.
באט עט ליעסט האמיר עפעס געדענקט.

תוקן על ידי - שיינהייט - 07/11/2005 0:14:47

קרעמער » 7/11/2005 02:20

פעדעקס;

איך ווער ב"ה נישט אזוי שנעל באליידיגט, איך בין פשוט נישט דאהי געווען היינט ווי געהעריג.

דער עלטסטער פרעזידענט וואלט איך אויך געשריבן ראנאלד רעיגן (מיין פעוואריט פרעזידענט פון אלע צייטן).

דער אינגסטער וואלט איך געשריבן דזשאן פיצדזשעראלד קענעדי, הגם דו וואלסט געשריבן אז טעדי בער איז געווען אינגער און געמאכט א גאנצע חילוק מיט א בויך-סברא, ערוועלט אדער ערזעצט.

יעצט לאמיר דיר פרעגן מיין פריינט:

וועלכע איז די קלענסטע מסכתא?

פעדעקס » 7/11/2005 17:01

גמרא אדער משניות?

קרעמער » 7/11/2005 17:47

גמרא

שנאפס » 7/11/2005 18:07

מסכת תמיד

פעדעקס » 7/11/2005 18:24

איך וועל דיר זאגען דעם אמת, איך בין נישט אזא גרויסע 'טאנעס חאלעם', און כ'האב נישט קיין ש"ס ביי דער ארבעט, אבער פון זכרון וואלט איך געזאגט: הוריות. איך מיין ס'האט 13 בלאט.

קרעמער » 7/11/2005 18:26

shnaps, you got it right this time again

שנאפס » 7/11/2005 18:36

הע קרעמער
זאג עס פאסט דיר שוין נישט צי רעדען יידיש, הא,
די גויאישע שפראך רעדסטו, פע פע


באלד וועט ער קומען מיט מראי מקומות, יא איך בין אויך דרוך געפאלן, האבר האב שוין תשובה געטאהן

קרעמער » 7/11/2005 18:52

Sir, I got no clue what you are talking about... what means 'durchgefalen' and whats that got to do with 'tshuva'

בערגער213 » 7/11/2005 21:06

ווער ווייסט (אן קיקן אין אן א google search )
וועלכער פרעזידענט איז אויפן $10 וועלכע נומבער פרעזידענט איז ער געווען?

יוסעלע » 9/11/2005 19:43

תמיד האט נאר 8 בלאט און איז די קלענסטע מס', מיין פעיוואריט מסכת.

יוסעלע

קרעמער » 9/11/2005 20:02

יא יאסעלע!

איך האב אמאל געהאט א חברותא (אוי איז דאס געווען גוטע צייטן), האבן מיר אדורכגעלערנט די אכט בלאט אין די אכט טעג פון חנוכה, און געמאכט א שיינע סיום "זאת חנוכה".

פעדעקס » 9/11/2005 22:38

בערגער;
העמילטאן, וואס זיין פיקטשער איז אויף די צענערס איז נישט געווען קיין פרעזידענט. איך מיין אז ער איז געווען דער ערשטער סעקרעטערי פון די טרעזשורי דעפארטמענט.

נ.ב. איך האב עס נישט אויפגעזוכט אויף די אינטערנעט (אויב דו גלייבסט מיר...)

פעדעקס » 9/11/2005 22:41

לאמיר צוריק גיין צום ענין.

3. וועלכע פרעזידענט האט געדינט די לענגסטע, און ווער האט געדינט די קורצסטע?

קרעמער » 9/11/2005 23:12

לאמיר פרובירן מיין מזל:

דער לענגסט דינענדער איז געווען רוזוועלט וואס האט געדינט ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

די קורצע האט געדינט דזשאנסאהן?

פעדעקס » 10/11/2005 00:29

די ערשטע האסטו צוגעטראפן, פרענקלין דעלאנא רוזוועלט, באוואוסט אלס FDR, האט געדינט די לענגסטע אלס פרעזידענט, 12 יאר. ער איז ערוויילט געווארן 4 מאל, און איז געשטארבען אין אנהייב פון זיין לעצטען טערמין.

די צווייטע איז נישט ריכטיג. אויסער דעם איז געווען 2 דזשאנסאן'ס, איך ווייס נישט וועלכע דו מיינסט.

פעדעקס » 10/11/2005 00:36

אז מען רעדט שוין פון FDR.

וואס איז געווען די היימשטאט פון FDR?




!!!HYDE PARK

אין אפסטעיט ניו יארק.

דארט געפונט זיך זיין פרעזידענטליכע לייברערי און דארט איז אויך מנחתו כבוד.

gishmoker » 10/11/2005 03:17

דער GWB וואס איז דער לענגסטער, איז upper level אדער lower level?

mefikel » 10/11/2005 05:04

gishmoker

קרעמער » 10/11/2005 08:00

געשמאקער;

א זאגט אויך אמאל א גוט ווארט. נאדיר . מיר האבן הנאה אז דו מאכסט דיר צייט אריינצופאלן ביי אונז, טראץ די אנגעצויגנקייט פון די נייע מנהלות פאסטן.

בדעבד » 11/11/2005 04:04

קינד און קייט איז אויף מיט די מעגליכקייט פון א דר. רייס פרעזידענטשאפט. ובפרט נאך די ערשיינונג פון דיק מאריס'ס בוך איבער דעם.

איינע פון די שטרוכלונגן אירע, זאגן מאנכע, איז די פאקט אז זי איז נישט פארהייראט.


וועלכע פרעזידענט איז געווען אן אלטער בחור???

קרעמער » 11/11/2005 06:58

herbert hoover?

Average » 11/11/2005 16:31

Lou Henry Hoover, was the wife of President Herbert Hoover.


תוקן על ידי - average - 11/11/2005 16:38:47

Mench » 11/11/2005 16:34

James Buchanan the fifteenth President of the United States never married

תוקן על ידי - Mench - 11/11/2005 16:33:44

בדעבד » 11/11/2005 17:04

קרעמער:

מענטש:

קרעמער » 11/11/2005 17:20

בדיעבד;

אפשר ווען איך וואלט ... וואלט איך אויך געוואוסט די ענטפערס צו אלע דיינע פראגען

פעדעקס » 11/11/2005 19:01

בדעבד;
וואס כאפסטו מיך אויס?

דאס איך דאך געווען די נעקסטע פראגע אין די סעריע.



לאמיר זעהען צו דו ווייסט דעס:

וועלעכע פרעזידענט איז געווען א גרוש?

(זיין פוירסט לעידי איז געווען זיווג שני...)

פעדעקס » 11/11/2005 19:22

איידער איך פארגעס.

איך זעה אז קיינער ענטפערט נישט וועלכער פרעזידענט האט געדינט די קורצסטע, וועל איך ענטפערן.

וויליאם הענרי העריסאן האט געדינט אלס פרעזידענט איין (יא 1!) מאנאט.

ער איז געווארן פרעזידענט אין 1841 זייענדיג אלט 68 יאר (א זקן מופלג אין יענע צייט), ביי זיין איינשווערונגס צערעמאניע האט געהערשט א ביטערע קעלט, און העריסאן האט געזאגט א לאנגע רעדע, די לענגסטע פון סיי וועלעכען פרעזידענט (2 שעה!), שטייענדיג אין די גאס אן א מאנטעל.

ער האט דערפון באקומען א קאלד, און דערנאך נעמאניע, און איז געשטארבען 32 טעג שפעטער.

בדעבד » 11/11/2005 19:39

קרעמער, איך ווייס נישט פארוואס דו דארפסט זיך פארענטפערן. דו ביסט זייער גוט אין וויסען וועלכע ס'איז די קלענסטע מס'....

ועתה אל תעצבו....

gishmoker » 11/11/2005 23:09

וועלכע פרעזידעענט איז געהייזשעקט געווארן אין די עיר פארס וואן ...??

און די וויפילטע?

קרעמער » 13/11/2005 04:44

בדעבד;

א גוטע וואך, און א גרויסע יישר כח פאר די דברי חיזוק.

ABI_MLEBT » 13/11/2005 10:14

Harrison Ford

BeChusid » 13/11/2005 23:45

ABI_MLEBT I loved your answer

קרעמער » 14/11/2005 02:09

ביחסיד;

יו קנוי וואט

YOU KNOW WHAT

איך בין געווען אביסל בייז ווען איך האב געזען 'געשמאקער' פרובירן פארדרייען דעם אשכול דורכן אריינברענגן פאלשע פרעזידענטן פון מואוויס...

אבער אז דאס האט דיר גורם געווען אריינצושרייבן א ווארט צוויי (א זאך וואס איך לעכץ צו זעהן מער און מער דערפון), האט זיך אלעס אויסגעצאלט!!

ווי וואנט טו סי יו מאר

WE WANT MORE OF BECHUSID, PLEASE

ABI_MLEBT » 14/11/2005 05:04

b.t.w., which president was an actor before
he became president?

FEDEX
this will answer your question as well,

תוקן על ידי - abi_mlebt - 14/11/2005 5:19:07

ABI_MLEBT » 14/11/2005 07:43

Whats going on ??
it became very queit here in the kraitchme


shhhh!
I hear someone coming

gishmoker » 14/11/2005 08:40

קרעמער זיי נישט בייז [גימל קענסטו יא זיין...]

דערפאר האב איך געפרעגט "צוויי" פראגעס, כדי נישט אינגאנצן צו פארדרייען דעם אשכול...

"און די וויפילטע ???"

וואס קיינער האט נאכנישט גענטפערט.

אגב, איך הנאה אז דו האסט געוויסט דעם ענטפער אויף די ערשטע שאלע...


ביחסיד:
ווי וואנט יו מאר העיר!
וועלקאם בעק טו ק.נ.א. אפדעיט...

קרעמער » 14/11/2005 15:28

אבי מ'לעבט;

ראנאלד רעיגען איז געווען אן אקטיאר איידער ער איז געווארן גאווערנער פון קאליפארניע (אויך אהנאלד... דער גאווערנאר פון קאליפארניע איז געווען אן אקטיאר פון פריער, ודעתו לחזור) און פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן.
==
וועלכער פרעזידענט איז געווען אן אקטיאר בשעת ער איז געווען פרעזידענט?
בלאט: 1 2