היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » פונקט היינט? פארוואס? גם זו לטובה!

פונקט היינט? פארוואס? גם זו לטובה!

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1658145

קרעמער » 6/11/2005 21:05

היינט. זונטאג פרשת לך. איז די קרעטשמע פולער ווי אימער. און איך בין פארנומען ווי נח אין די תיבה. כ'מוז מקצר זיין. א גוטן טאג.

התאחדות » 6/11/2005 21:18

מ.ב.קרעמער
נח אין די תיבה האט געהאט אסאך צייט, אזוי קומעט מיר אויס לויט די מדרשים פאריגע וואך
סאו קום אריין און האלט דרשות איןקרעטשמע ביטע, אויב דו האסט אן אנדערן ניק קענסטו עס יוזן
אבער בעיקר לאז אונז נישט איבער

נאטורליך » 6/11/2005 21:24

אוודאי האט דאס צו טוען מיט די לויפער'ס, מיר חסידים ואנשי מעשה ווילען זיך נישט דרייען אין די טריפה'נע גאס אצינדער.
(זאגט מיר דא איינע א הערה: ווער זאגט אז דער אינטערנעט איז בעסער?)
אלענספאל'ס אין דער קרעטשמע איז א תמיד א פארגעניגען.
אלעס א דאנק אינזער באליבטער ר' קרעטשמער.

התאחדות » 6/11/2005 21:32

וואו קומט דא אריין די לויפערס?

פענסטער » 6/11/2005 21:46

אז מ'רעדט שוין פון נח

http://www.miriamshaviv.com/noach.mpeg

(קרעדיט פאר "א אידישער וועלט")

תוקן על ידי - פענסטער - 06/11/2005 21:46:09

קרעמער » 6/11/2005 21:53

התאחדות;

אם קרית לא שנית אם שנית לא שלשת אם שלשת לא פירשו לך (ברכות פרק מי שמתו [י"ח ע"א])...

נח האט נישט געהאט קיין טאג און קיין נאכט, ווייל ער האט געברויכט אנפיטערן די בהמות און חיות און שרצים, און א חלק פון זיי עסן בייטאג, אנדערע עסן ביינאכט.

התאחדות » 6/11/2005 22:16

מ.ב.קרעמער דאס האב איך דאך געוואלט
איך זעה אז דו ביסט טאקע נישט אזוי ביזי וואו נח אין די תיבה