היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » שאלות אויף די סדרה: פרשת לך לך

שאלות אויף די סדרה: פרשת לך לך

52 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1656992
בלאט: 1 2

קרעמער » 6/11/2005 02:45

1. וויפיל ווייבער האט דער זיידע תרח געהאט?

2. וויאזוי האט געהייסן די מוטער פון אברהם אבינו?

3. וועלכע פרוי האט גע'מפיל'ט (ל"ע) די איינציגע 'נפל' וואס ווערט דערמאנט אין די תורה?

כתבן » 6/11/2005 05:10

2. וויאזוי האט געהייסן די מוטער פון אברהם אבינו?

אמתלאי בת כרנבו (אפעס אזוי...)

3. וועלכע פרוי האט גע'מפיל'ט (ל"ע) די איינציגע 'נפל' וואס ווערט דערמאנט אין די תורה?

הגר רש"י פרק ט"ז פסוק ה' ד"ה "אנכי" זאגט רש"י ... שהכניסה עין הרע בעיבורה של הגר והפילה עוברה

קרעמער » 6/11/2005 05:36

כתבן;

גוט וואך און שלום עליכם!

אז איר קענט אזוי שנעל ענטפערן אויף די צוויי שאלות, פארוואס האט איר נישט קיין תירוץ אויף די ערשטע?

==
פארן עולם דא;

זענען די פראגעס געווען צי גרינג?

חי_וקים » 6/11/2005 11:12

קרעמר

תרח איז געשטארבן אין פרשת נח יעצט איז שוין לך לך.
עבר זמנו בטל קרבנו. אי"ה נח תשס"ז וועל איך דיר ענפערן אויף די ערשטע פראגע.



קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

קרעמער » 6/11/2005 15:27

איך האף טאקע צו הערן א תשובה פון דיר פרשת נח תשס"ז, אבער זאלסט מיר דאן דערמאנען צו ענטפערן אויף דיין שאלה פון וימת הרן על פני תרח אביו (זמן שכחה י"ב חודש).

mefikel » 6/11/2005 18:01

מיין זיידע ע"ה פלעגט נאכזאגן, אז פארדעם האט מען אים א נאמען געגעבן לוט ווייל ס'איז ר"ת ל'וט ו'ויל ט'רינקען (כידוע לכל חברי ה'קרעטשמע)

שטעלט זיך דאך דו הארבע פראגע פארוואס נישט טול וואס איז אויך ר"ת ט'רינקען ו'ויל ל'וט?

ווער ס'וועט וויסן א תירוץ באקומט א לאלי-פאפ!

יין_שרף » 6/11/2005 19:06

יעקב אבינו'ס קהלה...

ויקרא בשם ד' ... ולא נאמר ביעקב כן, מפני שהוליד בנים רבים כלם עבדי ד' והיתה לו קהלה גדולה נקראת "עדת ישראל"...
(רמב"ן (פר' לך לך) פר' י"ב פסוק ח')

אפשר דאס די מקור, וואס טייל אמאליגע 'ארטאדאקסישע' אידישע קהלות פלעגן זיך רופן מיטן נאמען:
'קהל עדת ישראל' ד...

שנאפס » 6/11/2005 20:08

לויט דיין המצאה פון טול וואס איז ר"ת ט'רינקען ו'ויל ל'וט וואלט געדארפט זיין ט'רינקען ו'ויל ט'ול וואלט ער געדארפט הייסן טוט איז דאך א פראבלעם מען וועט נישט וויסן צי ט'רינקען ו'ויל ט'וט צי ט'וט ו'ויל ט'רונקען
וצ"ע

נ.ב. קרעמער וואלט געווארן צוומישט, און וואלט געשריבן אירעיס...

mefikel » 7/11/2005 03:58

Shnops, you got it

שנאפס » 7/11/2005 18:05

ער פאלט אריין אין קרעטשמע אנגעטרונקען אינגאנצען ווי להבדיל א גוי, גיט זיך א מורמל אונטער אפאר נישט-יידישע ווערטער, און איידער וואס ווען וואו איז ער נישט בנמצא מער פאר קיין רפואה.
מפוקל הער אויס, מאך נישט קיין בושות פאר דיר מיט די קינדער,נ גיב מיר אב מיין לאלי פאפ, און שלום על הקרעטשמע

=====================================================
אינטערסאנט אז קיינער האט נישט געפרעגט וואס איז די וצ"ע

whats_up » 7/11/2005 18:07

איך האב פונקט יעצט געוואלט פרעגן וואס איז די וצ"ע?

שיינהייט » 7/11/2005 20:31

לאמער פרוביר'ן אביסל פשוטע שאלות.

1. ווער איז געווען אברהם'ס מוהל? (חיתוך-פריעה-מציצה).

2. ווען איז די ברית פארגעקומען?

שנאפס » 7/11/2005 20:57

די צ"ע איז: באמת וואלט מען יא געוואוסט אז עס מאכט ט'רונקן ו'ויל ט'וט, ווייל טאמער עס מיינט ט'וט ו'ויל ט'רונקען האט מען דאך שוין געקענט בלייבן מיט לוט...

בןהרחמן » 7/11/2005 23:07

אברהם אבינו'ס ברית איז געווען יום הכיפורים ביי מנחה כמבואר בפרקי דרבי אליעזר פכ"ח ועי' שם בפי' הרד"ל, וברקנטי פר' וירא, ובעשרה מאמרות,

און אז מען רעדט שוין לאמיך אויך פרעגן א קשיא (א איד ענטפערט דאך אייביג מיט א קשיא

מען גרייט אייביג אהן ביי א ברית א גרויסן כסא של אליהו הנביא זכור לטוב ווייל אליהו איז דאך דער מלאך הברית, פארוואס טאקע קומט אליהו פונקט ביי מצות מילה?

זארעכפעפער » 7/11/2005 23:24

בענין יום מילת אברהם אבינו, עיי' בתוספות ר"ה י"א ע"א ד"ה אלא. עיי"ש באריכות.

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 07/11/2005 23:24:57

אייןסאטמאר » 8/11/2005 00:01

דער זוה"ק זאגט אויף וימת תרח על פני אביו אז ער איז געווען דער ערשטער צו שטארבן בחיי אביו.

לכאורה שטייט שוין אין פרשת בראשית אז למך האט געהארגעט זיין זין תובל קין?

זארעכפעפער » 8/11/2005 00:08

קענסט דאך פרעגן נאך בעסער:
קין האט גע'הרג'עט הבל בחיי אביו אדם הראשון?

אייןסאטמאר » 8/11/2005 00:34

האסט מיך געלייגט אין א דילעמע.

איך האב געהאט א תירוץ, אבער דיין ראי' פון קין והבל ווערט נישט פארענטפערט דערמיט, איך וועל נאכקיקן און צוריקומען מיט א ענטפער מארגען אי"ה

אייןסאטמאר » 8/11/2005 00:41

נאך א זזאך.

די סדרה הייבט זיך אן אז הקב"ה האט געזאגט פאר אברהם לך לך מארצך אל הארץ אשר אראך, און ער איז אוועק פון חרן קיין ארץ כנען, לכאורה פאריגע וואך ענדיגט זיך אז תרח מיט אברהם זענין אוועק פון חרן קיין כנען נאך פאר די צווי פון השי"ת?

איך ווייס יעדער וועט זאגן אין מוקדם ומאוחר, אבער די ראשונים רעדין דערפון, וויל איך הערן ווער עס האט געלערנט.

ווען איר וועט נאכקיקען די ראשונים וועט איר שוין קענן פארענטפערן נאך א קשיא, דהיינו ווי איז אברהם אבינו געבוירן?

התאחדות » 8/11/2005 01:01

אברהם אבינו האט זיך אליינס געמל'עט

זארעכפעפער » 8/11/2005 01:06

לויטן פשוטן פשט אין פסוק פון וימת הרן ע"פ תרח אביו, איז ער געשטארבן פשוט, כמות כל האדם, איז דער חילוק פשוט, ווייל ער איז געווען דער ערשטער וואס איז געשטארבן כמות כל האדם ע"פ אביו, משא"כ די אויבנדערמאנטע זענען גע'הרג'עט געווארן.

נאר לויט דעם באקאנטן מ"א, וואס רש"י ברענגט, אז הרן איז פארברענט געווארן שטימט דאס נישט אזוי, והגם שיש לחלק צווישן די הריגת פון קין-והבל ולמך-ותובל קין און די מיתה פון הרן, ודו"ק.

קרעמער » 8/11/2005 01:14

אויב איר זענט יא אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים, פארוואזשעט ענטפערט איר נישט אויף די ערשטע שאלה פון די וואך (אנהייב אשכול):

וויפיל ווייבער האט דער זיידע תרח געהאט?

זארעכפעפער » 8/11/2005 01:49

איך ווייס נישט צו ס'קומט דא אריין, אבער ס'איז א גוט ווארט.

איך האב אמאל געהערט פון א איד אן ערנסטער תלמוד חכם בש"ס ופוסקים, וואס אין חומש רש"י איז ער זייער שוואך ער, האט זיך ווייניג אפגעגעבן דערמיט. זאגט ער מיר אמאל:

"איך בין אן עם הארץ (מ)[ב]דאורייתא"...

===
און יעצט צום ענין:

אייןסאטמאר. דער רמב"ן סוף פר' נח האט א גאנצן שמועס דערוועגן.

קרעמער » 8/11/2005 02:22

ר' זרח;

עס שטייט אין תוספות (בבא בתרא קי"ג ע"א ד"ה תרוייהו): פעמים שלא היו בקיאין בפסוקים!!!

אז אפילו די תנאים האבן געקענט פארזעהן א פסוק אין די תורה!!!

זארעכפעפער » 8/11/2005 03:27

שערקויעך 'קרעמער' פאר דעם תספו' און דעם מ"מ. און אויב שוין יא אזוי וועל איך זיך ערלויבן מוסיף זיין כדי ס'זאל זיין א דבר השלם:

תוספ' ברענגט דארט א בפירושע גמרא (בבא קמא נד עב - נה עא) אז ס'געווען תנאים וואס זענען נישט געווען בקי בפסוקים וז"ל הגמרא:

שאל רבי חנינא בן עגיל את רבי חייא בר אבא, מפני מה בדברות הראשונות לא נאמר בהם טוב ובדברות האחרונות נאמר בהם טוב. אמר לו, עד שאתה שואלני 'למה' נאמר בהם טוב, שאלני 'אם' נאמר בהן טוב אם לאו, שאיני יודע אם נאמר בהן טוב אם לאו.

mefikel » 8/11/2005 04:17

שנאפס, דא האסטו דיין לאלי-פאפ

Sorry for thr delay!
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 8/11/2005 05:31

מפוקל;

איך מיין אז עס איז א חשש ריבית אדער עכ"פ אבק ריבית, ווייל דו האסט צוגעזאגט איין לאלי פאפ און געגעבן דריי שטיק.

שנאפס » 8/11/2005 18:02

יואאאאאאאשששששש
מיין מאמע האט געזאגט אז אונז עסן נישט דעיע הכשר

קרעמער » 8/11/2005 18:09

שנאפס

דא האסטו א הארצעלע אויסגעפארעמטע לאלי מיט מיין הכשר.



דריי איז גענוג?

באלעק דיך דערמיט

אבער געב אכטונג זאלסט נישט ווערן רויט אויפן פנים

שיינהייט » 8/11/2005 20:00

1. בןהרחמן, דאס איז איין שיטה. (ועיין ברש"י דאומר דאברהם נמול ביום הולדתו, דזהו ג"כ בתשרי) אבער דער רמב"ן קריגט, ער האלט אז די ברית האט נישט געקענט פארקומען יום כיפור.

2. התאחדות, דאס איז איין שיטה, אבער עס איז דא נאך.

און וואס טוט זיך מיט פריעה???

פארברענגן » 8/11/2005 20:04

זאג שיינהייט מציצה ווייסטו שוין?

זארעכפעפער » 8/11/2005 20:10

שיינהייט;

1. ס'דא א שיטה (מובא בדעת זקנים מבעה"ת) אז אברהם האט געשיקט רופן 'שם בן נח' זאל אים מל'ן, לויט די שיטה איז נישט שווער ווער ס'האט געמאכט די פריעה ומציצה.

2. בנוגע דעם רמב"ן וואס פרעגט אויף רש"י, תוספ' אין ר"ה מערקט אויך אן די קשיא, כמדומה לי אז עכ"ז בלייבט אבער תוספ' אז ס'געווען תשרי.

שיינהייט » 8/11/2005 20:23

זארעך,
1. דעם דעת זקנים מבעה"ת האב איך טאקע געמיינט.

2. איך מיין אז רש"י זאגט אז דער אייבערשטער האט אים גע'מל'עט.

3. בנוגע דעם רמב"ן, פארשטיי איך נאכנישט זיין קשיא, ווייל די גמרא אין ר"ה ברענגט אז די בשורה איז נישט געווען א יאר פאר לידת יצחק, (רש"י פר' וירא סובר דהוה וצ"ע) נאר עס איז געווען אום סוכות. (וכמדומה לי דזהו בין לר"א ובין לר"י).

4. לגבי פריעה עיין בדעת זקנים מבעה"ת, דבאברהם לא היה שייך פריעה.

קרעמער » 8/11/2005 20:46

שיינהייט;

יפה שמך ויפה דברת, הקב"ה האט "צוגעהאלפן" אברהם'ן.

וז"ל רש"י (בראשית י"ז, כ"ד): נטל אברהם סכין ואחז בערלתו ורצה לחתוך והיה מתירא שהיה זקן, מה עשה הקב"ה, שלח ידו ואחז עמו, שנאמר וכרות עמו הבית, לו לא נאמר אלא עמו. בראשית רבה. רש"י ישן עכ"ל.

זארעכפעפער » 8/11/2005 20:58

שיינהייט;

1-2 - יא ריכטיג, רש"י מיט'ן רמב"ן ביידע האלטן אז ער האט זיך אליין געמל'ט. (דער רמב"ן זאגט נאר אז פאר 'ילידי ביתו' קען זיין אז ער האט געברענגט מוהלים אחרים, לויט דעם רמב"ן האבן אפשר די 'מוהלים אחרים' וואס האבן גע'מל'ט ילידי ביתו געמאכט די מציצה פאר אברהם.)

3. בנוגע דיין פראגע. זע דארט אין ר"ה אין די גמרא. די גמרא אליין איז דן אין דעם אפטייטש פון "למועד". ועי' שם באריכות בתוס' דעם פשט אין "למועד" בין לר"א ובין לר"י. תוס' אליין ברענגט דיין קשיא (לשי' רש"י בפ' וירא) אויך, עיי"ש.

4. בנוגע די פריעה וואו איז דער דעת זקנים מבעה"ת?

קרעמער » 8/11/2005 21:48

וואס איז מיט אייך?

איר האט פארזעהן די רש"י (בראשית י"ז, כ"ה): באברהם לא נאמר את, לפי שלא היה חסר אלא חתוך הבשר, שכבר נתמעך על ידי תשמיש, אבל ישמעאל שהיה ילד, הוזקק לחתוך ערלה ולפרוע המילה, לכך נאמר בו את (בראשית רבה מ"ז, ח')?

שיינהייט » 8/11/2005 21:57

קרעמער, די רש"י האב איך טאקע געמיינט, איך האב פשוט פארגעסן וואו איך האב דאס געזעהן.

זארעך, איים סאו סארי פאר די טעות, איך האף אז איך האב דיר נישט געמאכט זיכן אויף די ראנג פלאץ.

בעק טו יו קרעמער, איך וויל מוחה זיין פאר'ן נישט רעדן מיט דערעך ערעץ צום הייליגן דייען, מען קען האבן א שטיקל לימוד זכות פאר'ן פארזעהן די רש"י, עס איז א רש"י הישן (אז איך מאך נישט קיין טעות נאכאמאל) קען זיין אז אינעם דייענס חומש שטייט דאס נישט.

נאכן מעיין זיין נאכאמאל אין דיין תגובה, קען זיין אז די אייך און איר מיינט גאר מיך. wow איך האף אז איך בין נישט נחשד אלס נקיבה.



תוקן על ידי - שיינהייט - 08/11/2005 21:59:53

זארעכפעפער » 8/11/2005 21:59

ר' קרעמער;

ר' שיינהייט זאגט דאך אז ס'דא א דעת זקינים פארקערט, ס'מיינט נאך נישט אז ער האט פארזען א רש"י.

זארעכפעפער » 8/11/2005 22:07

ר' שיינהייט זייט ביטע מסביר:

1. די רש"י אז אברהם האט זיך אליין גע'מל'ט האט שוין איינער צוגעצייכנט אויבן, האסט נאר געוואלט זאגן אז ס'דא נאך א דעה דערין, האב איך דיר צוגעצייכנט א דעת זקינים.

2. איר שרייבט: לגבי פריעה עיין בדעת זקנים מבעה"ת, דבאברהם "לא היה שייך פריעה".

איז דאך דאס פארקערט פון שי' רש"י?

קרעמער » 8/11/2005 22:07

נקיבה? איך גלייב נישט אז אונזערע נקיבות קענען לערנען אזוי גוט ווי דיר שיינהייט.

און 'איר' און 'אייך' איז אן אויסדרוק ווען מען רעדט צו א חשוב'ערן מענטש, אדער צו א רבים.

קרעמער » 8/11/2005 22:10

ר' זרח;

במחילת כבודך, לעניית דעתי האט שיינהייט דאס געמיינט צו זאגען: ביי אברהם איז נישט שייך געווען קיין פריעה, ווייל עס איז שוין נישט געבליבן וואס צו רייסן, און דאס איז ממש דעת רש"י.

שיינהייט » 8/11/2005 22:18

1. זארעך. איך מיין אז קיינער האט דאס נאכנישט געהאט געשריבן, אדרבה צייג מיר ווער.

2. האט שוין קרעמער פיין געענטפערט.

זארעכפעפער » 8/11/2005 22:24

שיינהייט;

1. בנוגע יום המילה - דאכטצעך אז 'סאכדעס' האט דאס אויבן געשריבן.

2. בנוגע פריעה - דיין טעות מיטן דעת זקינים האט מיר געמאכט טראכטן אז אולי איז דא עפעס א מחלוקת בדבר, און ס'מיר געווען א נייעס, אצינד אז איר שרייבט אז ס'געווען א טעות איז הכל על מקומו יבא בשלום.

קרעמער » 8/11/2005 22:35

ברוך השם.

גרויס שלום האט אויסגעבראכן צווישן דעם געוועזענעם דיין ר' זרח, מיטן גאסט מר. שיינהייט.

עס איז מקוים געווארן מאמר חז"ל את והב בסופה.

לאמיר זיך געבן לחיים!!!

יין_שרף » 11/11/2005 19:40

נו קרעמער, וואו ביסטו?

ס'נישט שיין פון דיר. שוין ערב שבת פרשת לך לך, נאך חצות, נא זאג שוין דעם תי' אויף די ערשטע קשיא.

קרעמער » 11/11/2005 19:41

איך קען נישט גלייבן מיינע אויגן!

שוין די צווייטע וואך וואס עס בלייבט איבער א קשיא אומפארענטפערט:

וויפיל ווייבער האט דער זיידע תרח געהאט?

אויב קיינער ענטפערט נישט, וועל איך אליין מוזען ענטפערן אי"ה מוצאי שבת, ווען איך וועל אי"ה ארויפלייגן די נייע שאלות פאר קומענדיגע וואך.

קרעמער » 13/11/2005 05:15

תירוץ אויף די אומפארענטפערטע שאלה פון פרשת לך


תרח האט געהאט מינימום צוויי ווייבער. איינע איז געווען די מוטער פון אברהם אבינו, אמתלאי בת כרנבו.

די צווייטע איז געווען הרן'ס מוטער.

אזוי שטייט אין רש"י (בראשית כ' י"ב):אך לא בת אמי, הרן מאם אחרת היה עכ"ל. רש"י שרייבט דאס אויך אין סנהדרין (נ"ח ע"א ד"ה מן האב יקיים) ע"ש.

קרעמער » 5/12/2005 18:00

א נייע תירוץ האב איך געזען נעכטן אויף די שאלה פון "שיינהייט" בנוגע וועלכע טאג עס איז געווען אברהם אבינו'ס ברית.

ראש חודש תמוז (סדר הדורות).

קרעמער » 5/6/2006 22:08

דער דאטום איז ט' סיון, דער פרשה איז נשא ב', איך האב אבער נעכטן געזען אין שבט מוסר א מורא'דיגע אינטערסאנטע זאך בנוגע די טעמע פון פרשת לך, וועל איך עס דא אריינשרייבן.

ער ברענגט אראפ א מדרש ילמדנו אז אברהם אבינו איז גאר גע'מל'ט געווארן דורך אן עגדיס!!!!!!!!

אזוי שטייט אין מדרש! אברהם אבינו איז דערשראקן געווארן ווען השי"ת האט אים באפוילן זיך צו מל'ן, אזוי ווי עס שטייט ויפול על פניו. גלייך איז געקומען אן "עקרב", און אים אראפגעביסן די ערלה!!!

שיינהייט;

האסטו נאך א תירוץ אויף דיין קשיא (אויב דו ביסט נאך צווישן אונז).

שיינהייט » 6/6/2006 15:45

קרעמער;
יא, איך בין נאך דא (דערווייל).
איבער די תירוץ, איך געדענק שוין נישט. בלי נדר אויב וועל איך נאך זיין דא קומעדיגע פרשת לך, וועל איך עס נאכאמאל איבערגיין אפשר וועל איך מיך דערמאנען.
בלאט: 1 2