היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » בוש דרייט זיך נעבעך מיט ליידיגע טאשן

בוש דרייט זיך נעבעך מיט ליידיגע טאשן

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1653858

קרעמער » 3/11/2005 23:31

ווי עס קוקט אויס האב איך זיך נישט וואס צו שעמען פונעם פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע... ווייל פונקט ווי מיר "דרייט ער זיך ארום מיט ליידיגע טאשן"!!

http://reuters.myway.com/article/20051102/2005-11-02T150953Z_01_EIC254540_RTRIDST_0_ODD-BUSH-POCKETS-DC.html

אינטערסאנט אז א טאשטיכל האט ער יא געפונען פאר וויכטיג מיטצונעמען ווי ער גייט, בעת איך בין שוין אביסל מער פארגעשריטן, און וויש זיך נישט אריין די נאז צוויי מאל אין די זעלבע שטיקל סחורה... די היינטיגע טעכנאלאגיע האט ערפינדן "טישוס"!

קען דאס איינער אריינשיקן פאר בוש'ן? יישר כח.

not2bz » 3/11/2005 23:42

דעטראבקי האט זיין אימעיל אדרעס אפשר קען ער אים געבן די עצה

התאחדות » 7/11/2005 04:06

איך דריי זיך אויך ארום מיט ליידיגע טאשן קען מיר איינער לייען א צען טויזנט דולר,

נאטורליך » 7/11/2005 04:08

נישט קיין פראבלעם, וויאזוי ווילסט עס אין צוואנציגערס, פיפציגערס אדער הינדערטער'ס. זאג שנעל.

התאחדות » 7/11/2005 04:10

רוב אין הונדערטערס צוויי טויזענט איז גוט אין פופציגערס

יין_שרף » 7/11/2005 04:12

התאחדות;

דריי זיך נישט אזוי ארום דא, וועסטטו נישט האבן קיין ליידיגע טאשן, וועסטו נישט דארפן קיין הלואוה...

התאחדות » 7/11/2005 04:12

נו נאטורליך אהער מיטן געלט

התאחדות » 7/11/2005 04:13

נו אדרבה זאג מיר ווי איך זאל זיך דרייען

נאטורליך » 7/11/2005 04:13

גיט איך גיי אהיים און איך וועל איבערדרייען דעם מאדראץ. כ'האף עס איז דא אזויפיל, לעצטע מאל איך האב געקוקט איז געווען מער ווייניגער אלעס אין טויזענטער'ס.

התאחדות » 7/11/2005 04:15

נו ווען הער איך פון דיר??????

יין_שרף » 7/11/2005 04:15

נו גיי זיי אים מסביר...

הער אויף זיך צי דרייען און טוה צו דער זאך...

יעצט פארשטייטסטו שוין???

התאחדות » 7/11/2005 04:17

אוי איך האב מורא אז דו האסט צופיל געטרונקען, איך בין זייער ערענסט איצט, אט אט באקום איך פון מיין גוטער כאווער נאטורליך די גאנצע זאך, און דו זאגסט איך זאל מיך נישט דא דרייען

יין_שרף » 7/11/2005 04:21

איים סארי התאחדות!

אויב האט דיך "נאטורליך'ס" הלוואה ברואיגט דעמאלט קענסטו זיך ווייטער דרייען...

קיין פראבלעם...

התאחדות » 7/11/2005 04:38

נו נאטורליך זיסער וואס טוט זיך, נאך א מזל איך האב נישט דיין טלפון נומער