היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » גוגל האט געפובלישט מיליאנען? ביכער

גוגל האט געפובלישט מיליאנען? ביכער

7 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 8 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1653841

באראפארקער » 3/11/2005 23:21

מורא'דיגע נייעס נעמט ארום די סקאלישע וועלט.

גוגל האט היינט פארעפענטליכט א וועב זייטעל וואס מען קען דארט זעהן גאר אסאך ביכער, און אסאך אידעשע ביכער.

א געוואלדיגע מעלה האבען זיי מוסיף געווען, אז זיי געבען די אביליטי צו זוכען ווערטער אין דעם בוך (דורך ocr געליינט) און זיי ווייזען דיך גלייך אלע ביכער וואס האבען דעם ווארט.

נו וואס זוכט א איד די ערשטע זאך?

איך האב געזוכט וואס אינטרעסירט אלע אידען די מערסטע היינט צו טאג!
און איך בין נישט געליבען ענטוישט, נוצט דאס און האט הנאה, אבער מיר בעטען בכל לשון של בקשה, ווער עס זעהט זאכען וואס קען זיין אינטרעסאנט פאר אונז, אידישע חסידישע גולשים פין היידפארק, זאל ביטע צוריק קומען דא און פאסטען.

יישר כחכם.


http://print.google.com/print?ie=UTF-8&q=satmar

בעל_גאוה » 3/11/2005 23:49

עס איז מוראדיג

אגב איך האב געליינט די ערשטע בלעטל ווי ער באשרייבט סאטמאר אבער דער שרייבער האט א גרויסן טעות
עס איז נישט נאר סאטמאר
אזוי פירט זיך יעדער ערליכער איד
http://print.google.com/print?hl=en&id=vj7ybCmMe5UC&dq=satmar&prev=http://print.google.com/print%3Fq%3Dsatmar&lpg=PA141&pg=PA141&sig=67r9xKjCxYhPjsumiJhkqzknPHg

באראפארקער » 4/11/2005 01:23

זעהט עטץ!
אפילו די גוים, ווען זיי ווילען רעדען וועגען א איד, רעדען זיי וועגען סאטמאר!!
סאטמאר איז דאך כידוע, די סימבאל פין א איד.

(פאר אלע סאטמארע וואס הייבען אהן פילען proud, עס מאכט אויך די חילול השם פיל פאכיג גרעסער.)

פדן_ארם » 4/11/2005 02:13

ליכטיג » 4/11/2005 02:53

טאקע אינטערסאנט.

זענען די ביכער נישט קאפירייט? אז זיי מעגען אזוי אריינסקענען?

KJfireman » 4/11/2005 03:12

די ביכער זענען קאפירייטעט, און מען קען נאר ליינען פון דעם בוך אפאר בלעטער, פאר מען הייבט אין ליינען מוז מען אריינסיינען מיט א גוגל אקאונט.

פדן_ארם » 4/11/2005 03:12

געוויסע ביכער קען מען טאקע נישט ליינען

http://print.google.com/intl/en/googleprint/help.html#whyunavailable