היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » א גוטען אפעטיט / באן עפעטייט

א גוטען אפעטיט / באן עפעטייט

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1653541

קרעמער » 3/11/2005 20:36

יא, איר האט גוט געליינט, איך וואונטש אייך אן אויף איטאליעניש " א גוטען אפעטיט "!

מיטן נארוואס ערשינענעם רעצעפט-בוך (רעסעפי-בוק) פון אלע איטאליענישע מאכלים, וועט איר שוין נישט ברויכן שלינגן שפייעכץ ווען איר זעהט טאני סאפראנא מיט זיינע "פריינד" ריקן "זיטי"...

איר וועט שוין קענען פארלאנגען ביי אייער בעלעבאסטע צו מאכן די פיינסטע לאזאניע "נוסח איטאליע"!

http://news.yahoo.com/s/nm/20051103/en_nm/italian_cookbook_dc

פארגעסט נישט אריינצולייגן וואס מער "מוצאראל"... און:

BAUNO APETITO
(מסתמא נישט גוט געספעלט... אבער יו געט די פוינט).

not2bz » 3/11/2005 20:46

ליינענדיג פון עסן דערמאן איך מיר מיין נעכטיגע נאכטמאל ווי שווער עס איז צוגעגאנגען

נעכטן האט מיין חשובע פרוי באשלאסן צו מאכן ספגעריס (די לאנגע לאקשן בערך איין פיס) איך האב מיך זייער געפלאגט עס צו עסן

ווייסט איינער וואס דער וואס האט עס אויסגעטראפן האט געוואלט טון דערמיט?

קרעמער » 3/11/2005 21:03

ס'איז דא אן עצה: זאג מרת נאט-טו-ביזי (אדער אפשר איז זי אליין יא ביזי...) זאל צוברעכן די שטעקלעך פארן קאכן, אדער קענסטו אליין נעמען א מעסער מיט א גאפעל און צו'מזיק'ן די לאנגע לאקשן איידער דו פארזוכסט זיי.

אויב ווילסטו יא עסן די לאנגע, איז אויך דא א וועג וויאזוי מען עסט דאס, איך קען דיר דאס אבער נישט מסביר זיין, מען ברויך גיין צום "טיש" פון ר' טאני סאפראנא, דער יחיד מומחה אין "הלכות פרעס" נוסח איטאליע.

not2bz » 3/11/2005 21:11

די עצה פון צוברעכן האב איך איר שוין געזאגט נאך די ערשטע מאל וואס זי האט עס געמאכט נאר זעט אויס אז נעכטן האט זי פארגעסן

גיי ווייס פארוואס זי קען נישט גראד נעמען די געהעריגע סייז לאקשן

פארברענגן » 3/11/2005 23:33

קרעמער ווער איז טאני סאפראנא וואס פארקויפט ער

Average » 4/11/2005 01:35

באן אפעטיט איז נישט ספאניש. דאכט זיך עס איז פראנצוזיש.