היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וואס טוט מען מיט ליידיגע צייט ?

וואס טוט מען מיט ליידיגע צייט ?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1652633

aaatozzz » 3/11/2005 07:59

די גמרא אין נעכטיגען דף היומי דערציילט אז רב זירא ווער ער איז שוואך געווארען פון לערנען האט ער זיך געזעצט ביי די טיהר פון בית המדרש פון ר' יהודה בר אמי כדי אז ווען די בני ישיבה וועלען ארויסקומען פון בית המדרש וועט ער זיך אויפשטעלען פאר זיי און אזוי מקיים זיין א מצוה און האבען פארדעם שכר.

מיינט איר אז דאס אלץ וואס ער האט געטוען זיך אויפגעטעלט און צוריקגעזעצט, ניין א לערנער קען נישט אויפגעבען און אזוי ווי א בחור'ל איז ארויס געקומען פון בית המדרש האט ער אים געפרעגט וואס ער לערענט און גלייך אריין מיט אים אין ויכוח. עיי"ש עירובין כ"ח ע"ב.

אויך איז לעצטענס נפטר געווארען אן אלטער תלמיד חכם, אויף די עלטער האט אים דער דאקטער געזאגט אז ער מוז זיך מער באוועגען פאר זיין געזונט, האט ער א האלבע שעה אין טאג גפאקט ספרים.

דאס טוט מען מיט ליידיגע צייט.

בענעדיקט16 » 3/11/2005 15:03

אן ענליכן גמרא שטייט אין אלטן דף היומי (וואס דו וועסט מסתמא נישט אנקוקען פאר זעקס און א האלב יאר ארום) ברכות כ"ח ע"א, עיין שם.

דיפלאמאט » 3/11/2005 16:45

דאס דארף זיין א סיבה אויף נישט מיטצוהאלטן דעם דף? און וואס איז אז מען וועט עס נישט לערנען אין די נעקסטע זעקס א האלב יאר?

yohcee718 » 3/11/2005 17:20

עס דערמאנט מיך פון א מעשה וואס איך האב געזעהן פון סאטמאר רב ר' יהודא גרינוואלד זצ"ל (אדער אין דער הקדמה פון זיין ספר שו"ת אדער עה"ת)

אויף דער עלטער איז ער געוועהן שוואך אין פאר אביסל אפרוה איז ער געזעסין אין הויף פון זיין הויז אין סאטמאר אויף א בענקל.

עס איז געוועהן זייער א הייסער טאג און ער איז געזעסן מיט זיין ברייטער אשכנז'ישער ביבער הוט, און אויף זיין שטערן איז גערינען שווייס... זיינע תלמידים וואס זענען געשטאנען נעבען איהם האבען איהם געבעטן ער זאל כאטש אויסטוהן זיין הוט.

האט ער זיי געזאגט: איך בין שוין אלט איך האב נישט קיין כח צו לערנען, זאל איך כאטש זיצען לפני השם ית' באימה ויראה...כלפני המלך מיט מיין הוט.

הדברים נוראים.

ווי זענען די אמאהליגע אשכזישער רבנים כאלה?

בענעדיקט16 » 3/11/2005 17:36

דאס דערמאנט מיר אן אנדערע (מער באקאנטע) מעשה:

רבי יונתן שטייף זצ"ל איז אמאל געווען אויף זומער אפרוה אין די נייטרא ישיבה (איך מיין אז דאס איז נאך געווען פאר מאונט קיסקא, איך בין נישט זיכער), איז ער געזעסן אינדרויסן אונטער א בוים און געלערנט פלייסיג.

עס איז געווען א הייסער טאג, דער עולם האט גוט געשוויצט (קיין עירקאנדישן איז נאך דאן נישט געווען בנמצא אזוי ווי היינט), פלוצלינג איז אנגעקומען א קיל ווינטל וואס האט אלעמען אויפגעפרישט.

האט זיך רבי יונתן ז"ל אראפגענומען דעם היטל און זיך פארנויגט פאר השי"ת, זאגנדיג: דאנקע שעהן!!!

yohcee718 » 3/11/2005 18:02

איך האב לעצטענס געקויפט (פאר $36) א סעט פון 2 DVD דיסקס וואס ערהאלט כמעט 2000 ספרי שו"ת אין PDF פארם
עס הייסט "פתחי תשובה"

ממש א מציאה!

דא איז דער מעשה ארגינעל ווי עס איז אין שו"ת זכרון יהודה


[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 3/11/2005 19:59

סאטמאר רב ז"ל האט פאר די מלך קאראל פון ראמעניע אויסגעטוהן דעם "גרויסען אשכנז'ישער ביבער הוט"

yohcee718 » 3/11/2005 20:30

דער צבי איז נעבעך חולה .

ווען ער זעהט "סאטמאר" ווערט ער צומישט..

מ'רעדט דאך דא פון ר' יהודה גרינוואלד ..