היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » הייס : משתמש מאכט טעלעפאן קאלס בשם רבינו

הייס : משתמש מאכט טעלעפאן קאלס בשם רבינו

3 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 4 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1651700

אלסווייסער » 2/11/2005 16:25

נאך די מעכטיגע מפלה וואס די זאלי קאמפאני האט געליטן דעם מאנטאג, נאכדעם וואס זייער ברוטאלע טעראר אויף דזשאדזש סטוארט ראזענוואסער, האט מיאוס בעקפייערט, איז נעכטן געווען א מיטינג, פון אלע גרויסע קעפ, בראש פון משה פריעדמאן (גבאי), און עס איז דארט באשלאסן געווארן, אז מען מוז עפענען א מלחמת חרמה קעגן ראזענוואסער, און מען גייט אנווענדן אלע כוחות אז ער זאל פארלירן די וואלן קומענדיגען דינסטאג.

אזוי ווי די וואלן ווערן אפגעהאלטן אין אפאר אפסטעיט קאונטיס, אינקלאדינג ראקלענד קאונטי, האט דער טעראריסט משה פריעדמאן תיכף געמאכט טעלעפאן קאלס ,צו אביגדור עסטרייכער פון סקווירא, ווי אויך קיין צו זיינע פרענדס אינערהאלב וויזשניץ מאנסי, און ער האט געזאגט אז ער קאלט בשם דעם רבינו שליט"א, אז אזוי ווי עס לויפט היי יאר א גרויסער שונא ישראל, מיטן נאמען "ראזענוואסער" פאר סטעיט סופרים קאורט, און עס איז א גרויסע סכנה פאר אידן אויב ער ווערט ערוועלט, דעריבער זאל מען בשום אופן נישט שטימען פאר עם.

אין די זעלבע צייט ארבעטן יעצט אויס די זאליס, כלליות'דיגע פלענער, צו עפענען א שטארקען קאמפיין קעגן ראזענוואסער אין מאנסי.

הפנים, דער אלד- פעישאנד טעראריסט, מיינט אז יעצט איז נאך תשמ"ג.

נעבעך !!!! נעבעך!!!!





תוקן על ידי - אלסווייסער - 02/11/2005 16:26:05

זשוליאני08 » 2/11/2005 16:43

די זאליס פירן אן א מעידזשאר מעידזשאר קאמפיין קעגן ראזנוואסער אין סקווער, וויזניץ און מאנסי. זיי ווילן אים זען פארלירן פאר אלע פרייזן.

פון אנפאנגען זיך מיט א דזשאדזש האט נאך קיינער נישט פארדינט!

איחודמעמבר » 2/11/2005 17:01

נעבעך!

א פרישער לוזערישער טאקטיק פון די אהרונים!

קיינער רעדט זיך נישט איין אז דזשאדזש ראזענוואסער וועט געווינען וועגן די אידישע שטימען, און קיינער רעדט זיך נישט איין אז ער וועט פארלירן וועגן די אידישע שטימען!

אבער גיי טענה מיט אן אהרוני...