היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » היסטאריע אין קרעטשמע #2

היסטאריע אין קרעטשמע #2

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1649309

קרעמער » 1/11/2005 06:36

היינט אויפדערנאכט - מאנטאג נח - איז פארגעקומען א היסטארישע געשעעניש אין די קרעטשמע.

אלע שטעלן אן מויל און אויער. וואס איז געשען? הערט מען פון אלע ווינקלען פונעם קרעטשמע. אפילו איוואן וואס געווענליך ליגט ער אין די צייט אונטערן טיש (פארשטייט זיך: מיט א פלעשל קאניאק אין די האנט) און וואלגערט זיך פאר געלעכטער כאילו עס גייט אים גוט אויף די וועלט (דערמאן אים נישט אז מאריא האט נארוואס פארענדיגט הלכות גיטין מיטן בעסטן לאיער אין דערפל) שטופט ארויס זיין קרעציג נעזל פון צווישן די צוהאקטע פיסנבענקלעך און שטעלט אן די וואליום פון זיין הער מאשינקע אויף "תולה ארץ" גרייט צו הערן: וואס האט אקארשט פאסירט אין קרעטשמע?

איך וועל אייך נישט לאנג אויפהאלטן. בעיקר ווייל איך בין שוין אויך מיעד, עס איז שוין האלב פאר צוועלף אויפדערנאכט, און מארגן - זאגט די וועטער - איז אויך א טאג!

אלזא, איך וועל צוקומען צום ווארט:

מען האט מיר געמעקט!!!



יא... (דאס זענען דריי טרערן) איך - דער גרינדער און אנפירער פונעם שענסטן און בעסטן קרעטשמע אויף היידפארק - האב געשריבן א תגובה דא, און ווי איר אלע ווייסט, קומט דאס נישט צופיס (איך טייפ מיט די פינגער פון די הענט).

קומט זיך אן דער 'פענסטער' און מאכט מיר 'פינסטער'! נישט מער און נישט ווייניגער, נאר ער האט געהאט די העזה מיר צו מעקן!!!

איך האב נישט קיין טענות צו אים, און איך קען נישט האבן קיין טענות צו אים, ווייל אז איך האב עובר געווען אויף די תקנות פון די קרעטשמע (אין די אויגן פון די היינטיגע הנהלת הקרעטשמע) ברויך איך דאך זיין דער ערשטער וואס זאל מוחה זיין.

איז אויב אזוי, נא וואזשעט ווילסטו דא??? איז אזוי:

איך וויל צוויי זאכען:

1. בלאזן אביסל שוים... (און ארויסברענגן אז א מענטש קען זיך פלאגן אויף א פראיעקט א יאר צייט און דאן שטויסט מען אים ארויס ווי א הינט).

2. עפענען נאך אן אשכול!

א גוטע נאכט!!!

gishmoker » 1/11/2005 07:14


אין נפחא'ס צייטן וואלט דאס נישט פאסירט

גזרה היא מלפני ואין לך רשות להרהר אחריה!

פענסטער » 1/11/2005 19:26

יא קרעמער, אז מ'דערלעבט דערלעבט מען.

איין מיסטעיק האסטו געמאכט דא, אבער נעבער מיינד...

קודם פילסטו וואס איך פלעג שפירן ווען די פלעגסט מעקן מיינע תגובות, און נאכדעם דעס איז נישט נאר עובר געווען אויף די תקנות און די אויגן פון די היינטיגע הנהלה, נאר אויך לויט די אלטע הנהלה.

====

גישמאקער;

יש לך רשות להרהר אחריה.

קרעמער » 1/11/2005 19:34

סארא מיסטעיק? אה ...

פאר א שווארץ יאר...

התאחדות » 1/11/2005 23:06

מ.ב.קרעמער
המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים

gishmoker » 2/11/2005 05:13


יש לי רשות להרהר אחריה?

גלייב מיר פענסטער איך הער נישט אויף טראכטן פון ...

וואס האט נאר קרעמער געשריבן...?