די אינגע יארען, נישט וואס מ'האט איינגערעדט אין חדר
אינטערוויוס מיט פארשידענע פערזענליכקייטען
מומלץ פאר ליטאים און חסידי סאטמאר והנגררים אחריהם
גלייבט מיר, ס'איז ווערט!
http://video.google.com/videoplay?docid=2891767164018601811&q=lubavitchעס איז כדאי א קוק צו טוהן אבער נישט אזוי שפעט ביינאכט, עס האט מיך געקאסט צופיל צייט, ס'וואלט בעסער געווען ווען די לייגסט עס ווען חול המועד
מ'מוז דאך אלץ אויף איין מאל, ביסלעכווייז
ריכטיגע ליבאביטשער פראבאגנדא, קיין ווארט פון זיין ארום הענגען אין בערלין און פאריז, מיט ל"ו צדיקים וצדקניות.
פון ברלין שמועסט עס יא, פון סארבאן דערמאנט עס אפילו נישט.
פארוואס?
פרעג דעם ליאזשנער, ער שרייבט עס אין בוך.
תעיין שם ותמצא נחת... ממש...
הלוואי קען איך שאפען ערגעץ דעם בוך.
עס איז נישט דא צו באקומען.
צבי! וואס גייט פאר מיט דיר???
פון וואו נעמסטו די אחריות צו אנהייבן אזא דיסקוסיע איבער דיין רבי'נס יוגנט?
אביסעל רעספעקט פארן רעבין!!!!!!!
תוקן על ידי - בדעבד - 31/10/2005 20:56:05
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די אויפגעקלערטע קנאים דא אין פורום ווייסען בעסער ווי עדי ראיה און שמיעה, און די ראיה דערצו איז די בפירוש'ע רבי אין חדר אדער די מגי"ש אין סענדז סטריט, ער האט בעסער געוואוסט!
דאס אז די ליובאוויטשער רבי איז געווען "גרויס" שטערט אייך עפעס? סאטמאר קען אזוי נישט עקזעסטירען?
ר' צבי, נישטא וואס צו רעדן, ליובאוויטשער רבי האט געהאט גרויסקייטן וואס מ'קען נישט אוועקמאכן. אבער די אינפארמאציע מיט פונקטליכקייט און צוגעפאסטע דאקומענטאציע פון די תולדות הרבי, שטאמט פון איינעם הרב שאול שמעון דויטש האדמור מליאזנע, וועלכער האט - דוכט זיך מיר - קיינמאל נישט געלערנט אויף סענדז סטריט, אויך נישט אין מאנרא. עכ"פ אין דעם גלגול זיכער נישט...
פראגע: אין וועלכע ישיבה האט התמים מנחם מענדל שנייהארסאן געלערנט?
אין כפר חב"ד? לוד? קרית מלאכי? צפת? מאריסטאן?
אין מילים! חזק מאד!
כל הכבוד צבי!
תוקן על ידי - ישראלטשע - 01/11/2005 3:47:28