פאר מיר גייען ווייטער מוז קלאר געשטעלט ווערן אז אחכה לו בכל יום שיבוא. יעדן טאג קוקן ערליכע אידן ארויס אויף דעם גרויסן טאג וואס משיח ווער רייטן אויפן אייזל, און וועט אונז ארויפטראגן אין הייליג לאנד.
דא וויל איך נאר אדורכשמועסן ווי עס איז מעגליך אזא זאך ווען דער חפץ חיים אין זיין הקדמה פונעם ספר (דאס איז נאך געווען פאר ער האט אנטייל גענומען אין די אגודה קאנווענשן...) אז עס איז נישט מעגליך מיר זאלן אויסגעלייזט ווערן פון דא אין צייט וואס עס איז דא מחלוקת צווישן אידן, פאררופנדיג זיך אויפן פסוק ויהי בישורין מלך בהתאסף ראשי עם קען נאר זיין ווען עס איז יחד שבטי ישראל.
אין א צייט וואס די גאנצע וועלט ווערט אויפגעשוידערט פון די קריגערייען וואס גייט פאר מיט אידן וואס וואלטן געדארפט פרעזענטירן די בעסטע פון כלל ישראל קומט ווידער ארויף די אלטע פראגע ווי קען ער קומען היינט צוטאגס?
א אנדערע פראגע, און דאס איז שוין געוואנדען צו אונזערע סאטמארע קאלעגע דא. ווער וועט זיין דער קומענדיגער מלך המשיח? קען ער זיין א צווייטער אויסער א סאטמארער? אדער מעג ער זיין איינער וואס האט אן אנדער קאליר אויפן פנים? לדוגמה א ספרד'ישער?
איינער וואס איז נישט קיין סאטמארער וועט אננמען סיי וועם עס וועט קלאר ווערן (דורך די עצות וואס זענען געגעבן געווארן פון חכמינו ז"ל) אבער פאר א סאטמארער איז שווער צו געפונען א איד וואס זאל זיין ערליך ביי אים אויב האלט ער אביסל אנדערש אין די שיטה.