נארמאל קויף איך נישט די אלגעמיינער נאר די וואך האב איך געזעהן אז עס איז דא עפעס וועגן סאטמאר האב איך עס גע'קויפט בשעת איך האב עס געליינט האב איך געזעהן א אינטערסאנטע שטיקל האב איך מחליט געווען עס דא ארויף צו לייגן
דא האט איר
[בילד – נישט אפגעהיט]
אזא פנים האבען צייטונגען וואס נעמען נייעס פון בחדרי חרדים.
זיי קענען זיך געבען א האנט מיט שעה טובה אין בקהילה
ואס איז געשטאנען פון סאטמאר?
פארוואס נישט פון חדשות אנ"ש???
לגבי די צוויי אויבענדערמאנטע צייטונגען איך האב פאר אייך גרויס נייעס ס'איז דא אסאך גרעסערע פערזאנען וואס נעמען פון דארט (איך מיין פון די גרויסע לייט) מ'דארף נאר וויסען אויף וועלכע ניקס מ'קען זיך פארלאזען...
א זאך וואס די זורנאל וויסט זהעט זיך אויס נישט...
איך הער אז עס באלאנגט פאר משפחה אדער די שרייבערס וואס ארבעטן דארט
זיי וויסן גוט אויף וועלכע ניק מען קען זיך פארלאזן אין וועלכע נישט
NYPICS
פון וועלכע וואך איז די אנטשולדיגונג פון רעדאקציע?
ווייל בח"ח האט ערשט געטוישט זייער מעלדונג נאך גאנצענע צוויי וואכען וואס זיי האבען עס געלאזט.
ווייסט אויס אז די בית התלמודער געפינען זיך נישט אויפ'ן וועב.
די שעה טובה שרייבט וועכנטליך פון היידפארק
דער רעדאקטער פון בקהילה איז אויך מנהל פון פורום ב"חדרי חרדים"
עהט אויס אז קיינער פון בית התלמוד ליינט נישט די אלגעמיינער אויך נישט, און די צוריקציאונג האבען זיי אויך גענומען פון בחדרי.