http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1503945
תוקן על ידי - kraitchmer - 30/10/2005 5:33:41
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
טררר דער וועקער קלינגט און זינגט זיין באקאנטער מעלאדי "לונדון ברידזשעס פאללינג דאון".
מיין פרוי דערמאנט מיך, דאס לעצטער מאל וואס דער גאס האט געהאט די זכי' צו מיין באשיינונג אזוינע פריע מארגען שטונדען איז געווען ווען מיר האבען געכאפט א טעקסי צום געווינען שפרה'לע. דאן האבען מיר אויך גערופען ברוקלין קאר סערוויס איידער דער זוהן אויפשיין.
יא יא - דער חילוק איז, יעצט ביזט דו עטליכע דרייסיג פונט לייכטער - מורמעל איך מען זאל נישט הערען.
דעם דרייווער האבען מיר באשטעלט אויף 5:30 פארטאגס צום אפליה. זעקס צופרי זעהט קענעדי עירפארט אויס ווי דער קראקא מארק אין די גיטע צייטען. א ספרדיש אידעל האט מיך דערזעהן, ער זיכט א מנין אויף שחרית, איך האב אים געזאגט איך וועל דאווענען ביים אנקום מערצשעם.
אלץ קינד פלעגט די מאמע זאגען "טוה אויס די שיך, נא, גיי טוה דיך שון אויס, אריין אין בעט".
דאס איז מיר געקומען אויפ'ן געדאנק ווען די פארטאריכישע מאדאמקע וואס איז קוים פיר און האלב פיס שרייט און באפעלט "טעיק אף יאר שאוס".
מיט די שיך אין האנט שטעלען מיר זיך אין די ליניע צו ווערען באטאפט, דזשונדארען באזיכען די פעק, איין שווארצער וואלף האט נאר געוואלט דערשנאפען דעם לעפ-טאפ, ביז מיר זענען געווען אויפ'ן עראפלאן איז שוין כמעט פארגאנען דער אפעטיט פון פארען. ווי די היישעריקען בעפאלען זיי אונזערע פעק, נישט אז איך האב מיך צו שעמען מיט'ן קאליר פון איהרע פידזשאמעס אבער צו וואס פעהלט דאס אויס.
אויף מיין סיעטינג-קארד איז געצייכענט צו גיין ביז רייע צוואנציג ביים פענצטער און די פרוי מיינע האט מען באזייטיגט ביים אריינגאנג זיץ. מיר זיצען מיט נייגער צו זעהן ווער גייט קומען זיצען צווישען אונז ביידען. האבען מיר געמאכט א שטילע אפמאך אויב עס וועט זיין א אובטעמטע/ר וועלען מיר שיינערהייט בעטען אונז לאזען זיצען צונאזאם נישט צו מאכען א אפטיילונג בין הדבקים חלילה.
איידער דער טיר האט זיך פארמאכט האט זיך באוויזען אן עלטערע גויע, ווען זי וואלט געווען משלנו וואלט זי געקענט זיין א עלטער עלטער באבע פון 155 אוהר אייניקלעך. זי זעצט זיך אריין צווישען אונז ביידע און וויל זיך נישט טוישען.
מיר נעמען זיך רעדען הויעך אן אויפהער אין אידיש. נאך 10 מינוט בעט זי שוין "אפשר ווילט איר ביידע זיצען איינע לעבען אנדערען".
יא מיר זענען אויפ'ן וועג קיין מיאמי. געוויסע פיין שמעקער אז זיי פארען קיין מיאמי וועלען זיי שטענדיג צולייגען "איך פאר נישט צו די אידישע געגענט" כלומרשט איז א בושה צו גיין קיין מיאמי מיט נאך נעבאכדיגע. "איך פאר קיין נארט מיאמי, פרייוועט ווילא" אפטאון ווי די אידעלעך דרייען זיך נישט". מיין בעל הבית פארגעסט נישט צו זאגען אלעמאהל פאר ער פארט, איך פאר צום מיאמי "אבער ארויס פון די אידישע געגענט" דא אין וויליאמסבורג שעמט ער זיך נישט צו וואונען צווישען 2 בערג שמוץ, דארט גייט ער מיט א בעזעם אין רוקען און לאזט אפילו איבער די פעניס אין סופער-מארקעט.
זיצענדיג 30 טויזענט פיס אין דער הייעך, ארום גענומען מיט וואלקענעס און ווייסע פארע. דער זוהן שטראלט שוין אריין צו די קליינע פענצטערלעך. דער קאפיטאן לאזט אונז וויסען אז זיין נאמען איז דזשאן דאקלעס און ער פריידט זיך זייער צו אונז. און אויב עפעס געשעהט זאלען מיר זיך אנטוען די געלע קליידער און ארויסטאנצען פון פליגער ווי די סטוארדקעס וועלען צייגען.
זי פרעגט מיך וואס וועט זיין אויב חס ושלום מיר מאכען עס נישט ביז פלארידא. איך ברויך בארואיגען א דערשראקענע אידענע וואס האט נישט מורא צו שטיין אינדרויסען פון פערטען שטאק פיצען דאס פענצטער אבער "וואס וועט זיין אז דער עראפלאן וועט קראכען"
עס קומט שוין א מעלדונג אז מען קען שוין אפטוען די באווארענונגס פאסיק. מיר כאפען דאס אטעם, מען טיילט שוין אויס דאס נאש פעקעל, די מוידען ברענגען קאלטס און ווארעמס לעקיך מיט שנאפס און מיר דאכצעך האלט שוין ביים לחיים נאך שחרית.
די צוויי שעה אין דער הייעך גייט אדורך פלינק, זי איז פארטוען אין א ביכעל און רעדט צו מיר צווישען יעדען פאראגראף.
איידער מיר קענען זיך אויסגלייכען די ביינער און דער באלון גרייט זיך צום ענדיגען די רייזע. זי וויל שוין קאלען די מוטער אנזאגען די גיטע בשורה אז זי איז שוין אט אויף דער ערד, זי איז אזוי ענטוזיאסטיש ווי נאכען האבען שפרה'לע.
ווי נאר מען קען שוין ווידער ניצען דעם טעלעפון:
האלאוי מאמי וואס טוט זיך אין וויליאמסבורג?
גארנישט! וואס עפעס קאלסטו?
איך בין שוין אין דא!
דא? ווי דא?
דא אין פלארידא!
אהה! כאב פארגעסען ד פארסט היינט, אקעי סי נאך 10 אזייגער איי עם סוי טייערד, טאק טא יו לעטער. ביי.
מען לאדענט אריין די רענצלען צום געדינגענעם פיצינקע שווארצע קאר, איידער מען קען טראכטען פון זיך אויספאקען האבען מיר שוין באגריסט א צענדליג היימישע וואס שמייכלען אינטער "אהה זיי זענען אויך דא". דער ספרדי וויל וויסען אויב יעצט וויל איך שוין יא דאווענען, מי כעמך ישראל. ווי קען איך אבער דאווענען אן א גלעזעל קאווע?
די דירעקשען'ס צום האטעל וואס יאהו האט מיר פארצייכענט שטומט וואנדערבאר. מיט ציטערדיגע האנט עפענען מיר אויף דעם ווילא מיט'ן ווייסען קארטעל, ווער ווייסט אפשר וועט ער אויך ארבעטען אין עי-טי-עם מאשין. הלואי !
דא גייען מיר פארברענגען א וואך מיט דריי טאג און שיעור נישט פארגעסען, זיך אויסרוען פון די שווערע ארבייט.
מיר פאקען אויס דאס גערענצעל, פרובירען אויס דעם ביגעל אייזען, באטאפען די זייפלעך, מיר מאכען זיכער אז דער בייבעל איז אין נאכט קעסטעל. פון די אפענע שפארעס קומט אריין א געשמאקע פרישע לופט, ווען מען קען דאס אריין לייגען אין א באטעל, פארמאכען און אהיים ברענגען קיין וויליאמסבורג וואלט דאס געווען א האט-אייטעם.
הממ מיר גייען צום וואסער מען עט שוין ענדיגען אויספאקען שפעטער.
ביים זאמטיגען בארטען זעהן מיר הערשט די וואונדערליכע וועלט, דער גן עדן פון ג-ט. די נאטור פון באשעפער שפראצט ארויס פון אלע ווייעכע גרעזעלעך און גרינע ביימעלעך. עס שמעקט פיין פון דער אפענער הימעל, עס ווערט עפעס גרינג אויפ'ן הארצען. ס'לעבט זיך דא געשמאק. דא קען מען עסען פונעם עץ הדעת מיט אלע שיינע אידען שפאצירען הין און צוריק ווען ווייסע רויב פויגעל טשיפשען זיך רואיג און אלע רבי'לעך הערען דאס אייגענע שלוש סעודות ניגון. איין אזא מה יפית האט זיך פארקוקט אויף אונזער שפאצירען, זיך אנלאנענדיג אויפ'ן זילבערנעם שטעקען מיט קענטיגע הנאה צו זעהן א היימישקייט. דער גבאי זיינער מיט מיין פרוי זענען ביידע אויפאמאל פארויטעלט געווארען.
די ספאניטשקעס ביים וואסער זיצען אויסגעלייגט ביים זומפיקען בלאטע, א טייל אינטער שטרויענע ביידלעך, איינע צו קאפענ'ס די אנדערע, זינגענדיג זיס-טרויעריגע לידער פון באגער און האפענונג, טרייסט מיט ליעבשאפט, רחמנות און בענקעניש צונעזאם. אלעס איז פארטיעפט שטילערהייט אין פייגעל מילך מיט האניג. מיט צוגעמאכטע אויגען בראטענדיג אויף דער זוהן קוקען זיי אויס ווי ביים פלייש יריד און ווען דייקא דארט טרעף איך מיין חבר פון שוהל, שעמעוודיג זאגט ער "איי ווי בין איך דא אריין געפאלען? איך זיך דעם וועג צום רוסישען שוויץ זאגט ער.
יא און איך זיך דעם דעשער רבינ'ס בוידעם.
דער סאפער וואס מיר האבען מיט געבראכט פארפאקט אין פלאסטיק האט א טעם גן עדן, נישט ווייל ער איז אזוי גיט. אויך נישט ווייל איך דארף נישט ווארטען דערויף ביז זי לייגט אראפ דעם טעלעפון - ווי אינדערהיים. נאר ווייל מען קען עסען בשעת'ן זעהן דעספערט האוזווייפס וכו'
צום צווייטען טאג האבען מיר זיך דערקייקעלט צו א שיינער ליכטיגער שוהל, ווי א מערהייט דאווענער פארזיכען שוין די יארצייט ברוינפען איידער ובא לציון. ווען נישט איך באקום א טעלעפון-קאל און דער שמש שיקט מיך רעדען אויפ'ן באלאטע וואלט איך מיטגעלערענט דעם חק און געזאגט צוויי יום תהלים.
כ'האב אהיים געטראגען מיט די קאר ר' מנשה'ן צו זיין הייזקע. ער זאגט ער וואונט דא כמעט א גאנץ יאר. דאס ווייב ווארט שוין אויף אים פארענט פון הויז גרייט מיר צו געבען א טוץ ברכות. ער זאגט מיר צו שטיל, די ערשטע קשיא גייט זיין "וואס האסטעך היינט געזוימט?" אזוי איז טאקע געווען, מיט א קוויטשעדיג קול שרייט זי "מנאשע, וואס האט געדויערט היינט?" ער ענטפערט מיט א שמייכעל "עס איז געווען א ברית אין שוהל" און לאכט צו מיר.
זי העלפט אים ארויס פון די קאר אינטעהאלטענדיג ביים זייט און טייטעלט אויף מיר מיט'ן פינגער, ווער איז דאס?
זי מוטיגט מיך איך זאל זיך זוימען אפאר מינוט. איך פארשט אים אויס פון וואנעט זענט איר פון דערהיים.
איך פרעג אים איבער זיינע קינדער און אזוי ווייטער.
געווינענדיג זיין צוטרוי זאגט ער מיר ער איז זייער ברוגז אויפ'ן רמב'ן הק', שוין עטליכע וואכען וואס אים באדערט א שטיקעל רמב"ן און ער קריכט נישט ארויס.
גייט אין שוהל זאג איך אים, דא זענען פארהאן געניג תלמידי חכמים.
ניין ענגבערט זיך ר' מנשה און ער ווערט רויט ווי א בוריק. דא קומען נאר אזוינע וואס קענען נישט לערנען. כאב שוין געפרעגט ליטפישע מיט חסידישע קיינער קען מיר דעם רמב"ן נישט פארענטפערען. זיכער א טעות הדפוס. איך וועל טרעפען דעם בחור הזעצער און כ'וועל אים דערווערגען.
זי שמייכעלט צוריק צו מיר און זאגט "ווען די עסט זיין אלט וועל איך לאכען"
אויך דאס פיטער ברויט אין מיאמי עסט זיך לייכטער אויפ'ן הארץ, וויסענדיג אז היינט ווארט נישט אויף מיר א שטאך ארבייט, אויסער זיך אויסרוען. איך ענטפער נישט קיין טעלעפון'ס. איך יאג נישט דורך קיין "אראנדש" לייט'ס. איך בארטאכט די קאליר פון די הייזער, דאס רואיגקייט פון די אלטע לייט און עס ווילט זיך אפשטעלען דער זייגער אויף נאך אביסעל.
גייענדיג צום טעגליכען שיעור ביים וואסער, טוה איך זיך באקענען מיט א צווייטען אלטען איד, זיין אפגעבראטענע בארד זאגט עדות אז ער האט געכאפט דעם ערשטען פליגער מוצאי סוכות זיך צוקומען ווארימען אויף די הייליגע ערטער.
זיין פאדאנטקייט ווייזט אז ער איז שוין אן אלטער קומער, ער רוכערט קיובאנע פיפקעס וואס די פריינד פון דער שכינותדיגער ווערץ-הויז טוען אים שענקען. אויפ'ן בארטען פון ים רופט מען אים "סאנטע-קלאוז" צוליב זיין לאנגע ווייסע בארדע.
פרעג איך ר' נטע, פון ווי קומט א איד פון דערהיים?
און אז כעל דער זאגען, עסטע וויסען? קינד איינער, וואס פארשטעהסטו..
רבי איד זייט נישט בייז, עך קען מעך אביסעל אויס דא און דארט
גיט, זאג-זשע נאר אינגערמאנטשיק, ווי ארבעסטע?
אין וואל סטריט
ר' נטע מאכט מיטן אקסעל ווי ער וואלט אצינדער געטראפען א פארלוירענעם דימאנד
אזוי? [אינגאנצען באגייסטערט] האב עך צו דיר א פארלאנג, איך קען נישט יעצט רעדען ווייל מיין אידענע וועט זיך באלד אריין שטיפען די נאז, מארגען בלינעדער וויל עך צו דיר רעדען, כאב עפעס א פלאן, קענסט מאכען שיין געלט. זיך מיך אויף אין קערעסטירע שוהל באלד נאכען דאווענען.
גיט, אי"ה, צום ווידער זעהן א גיטע נאכט.
איך פרעג זיך נאך אויפ'ן קארעסטירער שוהל גרייט צו מאכען געלט, אפשר איז ער א עלענדער מענטש וואס זיכט פאר וועם איבער צו שרייבען זיינע הייזער און שווייצע אקאונט'ס.
נאכען דאווענען, נו וואס קען איך אייך העלפען ר' נטע?
ער ווישט אפ די ברעקלעך פון די בארד. קום ארויס אינגערמאנטשיק, באגלייט מיך אהיים. מיר'ן רעדען.
ער שענקט מיר א בליק פון האפענונג און טרעט צו צום ענין אן קווענקעלנישען. הער זיך איין קינד מיינ'ס, איך בין שוין א איד קרוב די אכציג. איך האב מיר אנגעזאמעלט א לייטישער סומע אינטערען מאדראץ, אפשר קענסטו ארויף לייגען מיין פירמא אויף די בערזע?
און וואס פאר א שטייגער ביזנעס האט איר? וועלען אייערע יורשים'לעך נישט זיין ברוגז? איז עס שוין א קארפארעשען?
נאא מאכט רבי נטע מיט די איינגשריפעטע זיידיטשקע הענט, פארשטיי גיט מיין קינד איך בין שוין א שדכן קרוב צו פופציג יאר.
א מזל איר זייט נישט א מוהל זאג איך אים.
נו הכלל וועסטו העלפען אן אלטען איד? איך וויל מיין ביזנעס לייגען אויף די בערזע!
אבער זאג מיר קודם -פרעגט ער- וואזוי ארבייט דאס דער סטאק מארקעט? וויפיל פראצענט וועל איך מאכען א יאר? כ'האב אן אייניקעל וואס איז רייך געווארען פון די מארקעט.
ר' נטע שוועבט יעצט אין א צווייטע וועלט, ער גלעט זיך די בארד און פארווישט דאס שווייס פון שטערען, נא וואס טראכסטע?
ווען נישט זיין אידענע קומט אריין ווייס איך נישט וויאזוי איך דריי זיך ארויס פון דעם פלאנטער.
די פרוי זיינע אן אלטע באביטשקע אבער זייער א פראקטישע, האט אונז געפאקט ביי די מעשה. ווער איז דער אינגערמאן? פרעגט זי מיט כאפעניש, וויאזוי הייסט איר? הא, פון וואס א שטאט? הא? פארוואסערע מוסד גייט איר נאך געלט?
זי קען מיין מאמע און באבע, זי ווייסט אויך צו זאגען אז מיין זיידע ע"ה איז געווען א טייערער איד און זי איז געווען שטארק באפריינדעט מיט זיין ערשטע פרוי פאר די מלחמה.
נאכען זיך בארואיגען זאגט זי "א שיינעם דאנק פאר'ן באזיכען. און זי בעט מיר א גענאדע.
מיר זאלען גיין אין דער פארמאסי קויפען א לאטארי, נו פארוואס דען נישט. נאא זי וויל די "סקרעטש אאף, די אינסטענט לאטטא
און זי וויל מיר זאלען דאס אפקראצען מיט איהר קוואדער און מיט רעכטע האנט. אזוי איז זי פארזיכערט אז זי וועט געוואונען א שיינער סכום, און נישט פארגעסען צוריק צוברענגען דעם קוואדער. שרייט זי מיר נאך.
ווער ווייסט וויל לאנג דער ר' נטע חלומ'ט שוין פון זיין ביזנעס אויף די בערזע.
אפאר טאג שפעטער זעהט זי אונז שפאצירען און לויפט צו אונז מיט גרויס אימפעט, "מיר האבען געוואנען מיסטער"?
ניין ליידער!
אזוי? א כפרה פאר'ן דאללאר. זאגט נאר ווי איז דער קוואדער?
כאב עס אוועק געפאקט אין טאש איך וועל עס בלי"נ נוצען פאר א מיטער אויף ליע עוו.
"נו זאל עס זיין לע"נ מיין מוטער ע"ה.
וואקאציע דריי איך איבער פון טאג נאכט און נאכט טאג, מיינע פריינד ווייסען שוין מיך צו רופען נאך חצות. אזוי גייען מיר ביידע ביים וואסער איך רעד אויף מיין סעל און זי אויף איר'ס. און טייל באגעגענער לאכען פון אונז.
מיר הערען ווי א אינגערמאן וואס שפאצירט הינטער אונז זאגט "קוק די משוגעים זיי שפאצירען צונאזאם און רעדען אוודאי איינער צום צווייטען אויפ'ן טעלעפון"
פרייטאג מיטאג רעדען מיר מיט די קינדער קיין וויליאמסבורג, מען מאכט זיכער זיי האבען געשעמפאאט דעם קאפ און אנגעטון די רעכטע שיך אויפ'ן רעכטען פיס. אז דער שבת קודש גיט א קום אינטער. פיהלט זיך עפעס מאדנע אנצוטוען דעם שטיימעל אן הערען דאס געפייף. איך לויף אין שוהל אינאיינעם מיט נאך שכינים איינער מיט שיך און זאקען א צווייטער מיט א ספאדיק און קעצעלע גלעזער. דאהי זענען מיר אלע געסט. אין וויליאמסבורג וואלט מען נישט צוגעלאזט אזא חמור אייזעל.
מיין ברידער'ס א חבר א אויפגעקומענער פארמעגליכער, האט מיר א גרויסען שמייכעל פארגונען, היינט זענען מיר אלע אנגעוויזען אויף א פרעמד שאקעל מיט'ן קאפ. ביי שטילע שמונה עשרה האב איך אפגעציילט זעקס און פערציג ערוואקסענע און דריי אינגעלעך. א אלטישטשקער איז צוגעקומען צו מיין טיש מיט בייזע בליקען, היתכן דאס טישטיך האט זיך אביסעל אויפגעדעקט. איך האב אים געפרעגט צו סי דא א זכר? זאגט ער "נו וודאי, מיר זענען אלע זכרים דא".
נאכען דאווענען מאכט זיך א רעדעל פון אלטע לייט, אלע פילען זיך דא ווי אין שארעשפאטיק פאר די מלחמה, מען שמעקט טאביק און מען וועבט א שמועס האלב זיסלעך און האלב זויער. טייל כאפען זיך אן איינער דעם אנדערען ביים ארעם און גייען אהיים קופקעסווייז צוזאם מיט א ווארימען גיטשאבס.
איך שפאציער אהיים פאמעליך מיט א חבר ווען די שטערען פון הימעל לייכטען אראפ און מיר זעהן ווי דאס וואסער קראן וואס באשפריצט די גראז האט מיר נאס געמאכט די בעקיטשע. עס איז שא שטוהל די פאר ווייבעלעך זיצען אינדרויסען פון האטעל ווי אין דער קאנטרי, איך זינג דער זמירות געשווינד ווי אין שנה ראשונה.
דער פרייטאג צו נאכטס אין מיאמי אן די קינדער איז עלענד און איינזאם, ווען דער לבנה שיינט אריין צום פינסטערען שטוב דורך א פענסטערעל דעק איך זיך אינטער די דאכענע אן רעדענדיג א איבעריג ווארט.
א צווייטער איד וואס האט זיך פארטשעפעט אין מיר איז ר' יאנקעל, אין קליין שוהל'כעל ווען מען האט מיך אויסגערופען צו די תורה יעמוד ר' יאנקעב בן, איז ער געקומען אויך צו לויפען. דער גבאי ווייזט אויף מיר, והוא באחת שרייט ברכו את ד'. אז מען מאכט אים אויפמערקבאר זאגט ער "וואסא נאפחע מינע אבי מעהאט עולע געווען"שפעטער באמערק איך זיינע אויגען ברעמען גייען אים אריבער ביז די נאז, נאך שיין ער זעהט און הערט נישט קלאר.
דער שכן אין האטעל זינגט הויעך דעם חי ד' און דאס ווייב זיינע זינגט מיט. אזש די פרייע ווילען פרום ווערען.
א ספעציעלער טעם האט דאס אראפ שפאצירען דעם טשאלענט ביי די קוואליעס פון וואסער. מיר טרעפען נאך א פארפאלק פון דערהיים, זיי זאגען אונז מיר זאלען קומען עסען ביי זיי שלוש סעודות.
גענוי ווי אין קאנטרי יעדער באקאנטער וואס טרעפט אונז וויל וויסען ווען מיר זענען געקומען, ווען גייען מיר אהיים. טרעף איך א פעטער וואס וואונט אין מאנסי, וויל ער וויסען ווי מיר נעכטיגען און ווי איך דאווען שבת. וואסארא טשאלענט האט עטץ געגעסען, ווען קומט עטץ באזיכען?
מנחה בין איך שוין אנגעקומען פערסאפעט צום שפרינגען קדוש, רבי מנשה- מיין נייער פריינד- האט מיך באזינדער מכבד געווען מיט א גלאנציגע בילקע אימפארטירט פון סאנדער'ס בעקערי אויף ליע עווניא. אלע זיידעס ארום האבען מיך מקנא געווען. אפילו דער רב האט מיר שוין שלום געגעבן. ווען נישט ער מאכט א גרויסען האפטשא און איך ענטפער צום געזינד וואלט מיין האנד נאך געווען אין זיין האנד אצינדער.
גלייך ביים זמן רופט מען ווידער קיין וויליאמסבורג, אויסצוגעפינען אויב אלע הייזער שטייען גאנץ. איך בענק שוין נאך די קינדער, זי זאגט אז דער הארץ נאגט איז א גיטער סימן.
מוצאי שבת נאך חצות קוקט אויס דער בארטען פון ביעטש ווי וואדבערען מוצאי שבת נחמו. אינג און אלט שפאצירט איינער רעדט הויעך א צווייטער לאכט. יעדער גריסט זיך הויעך אגיטעוואך און פרובירט זיך דאס פנים באוויזען פאר וואס מער היימישע.
איין אינג פארפאלק האט זיך באוויזען מיט א קליינער ביקסעל פיצא, געגעסען פון א בעג ווי ערב פסח שחל בשבת.
זונטאג גייען מיר צו "פערעט דזשאנגעל" גיטע פריינט באפעלען מיט צונעמען זוהן ברילען, אנדערע זאגען סי'ז א נעבירה די פינף צוואנציג דאללער א טיקעט. אהיים קומענדיג טרעפען מיר ר' מנשה, וויל ער וויסען פארוואס מיר האבען אים נישט מיט גענומען. אז איך פארצייל אים איבער דיינעסארס זאגט ער איך רעדט ווי זיין אייניקעל שרה'לע.
אין גראסערי טרעף איך שלמה'ן מיין שכן פון בלאק. פארציילט ער מיר די נייעס אז חיים פון אראונד דע קארנער איז אויך דא, טרעף איך שפעטער חיים פארציילט ער מיט גרויס פרייד "נו וואס זאגסטע, שלמה איז אויך דא" "יא כאב עם היינט געזעהן אין מקוה". א שמחה אין אלע וועלטען.
מען האט זיך שוין אפגעבאקען אלע גלידערען, אויסער דאס פלאץ פון זייגער איז די אויבערפלאך פון פינגער מיט די שטערען און נאז פעך שווארץ, יעדער וועט אונז שוין גלייבען אז מיר זענען געווען אין פלארידא.
איינגעקויפט טשאטשקעלעך פאר די קינדערלעך. זיך באקאנט געמאכט מיט האלב מיאמי אין דער גאנצער שטאט. סי צייט אהיים פארען.
געווען אמאל א צייט אז א אינגעל אין חדר איז געקומען מיט א עוג מלך הבשן פענסיל אין חדר האט מען געוויסט אז דער באבע האט אים אהיים געברענגט עפעס פון פלארידא. היינט מיז מען שוין ברענגען א גאנץ פעקעל נאש מיט שמאנצעס אז די קליינע זאלען זיין צופרידען.
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
זייט מען האט געבענשט ראש חודש אדר באקט מען שוין נישט חלות און בראוני קעיק ביי אונז אין שטוב, די סאפערס ווערען מאגער און שפעטיגט אינטער, מיר ווישען זיך שוין אפ מיט נעפקינס כשר לפסח בהשגחת דעם רב וואס האט דאס זיכער באקוקט, ס'טייטש אונזערע עלטערען איז גארנישט בייגעפאלען אז מען דארף האבען א בדיקה פאר נעפקינס אדער פלאסטיק טישטיכער.
אפילו די קעיז און יאגערט שאכטלען האבען שוין דעם זיגעל כשר לפסח אבער שטיקלעך פרעצעל וואלגערען זיך אינטער אלע בעטען.
צוליב די אנגייענדע רענאוואציעס איז שוין א טראדיציע צו עסען שבת אין קאך פינף וואכען איידער מען זעצט זיך צום סדר. אבער די קינדער לויפען אין דיינונג רום אינטערען טיש און ווארפען ארום 10 ברעקלעך.
אז איך קום אהיים פון דער ארבייט, איידער איך עפען דער טיהר, אויב הער איך נישט דעם וואקיום קלינער ארבייטען ווייס איך אז זי איז אוודאי אין דער גאס ביי א סעיל. און ווער וויל נישט עפעס ניי און פריש פאר די שעפעלעך לכבוד חול המועד -פעישאן וויק ביי אונז אידעלעך- פאר זיך קויפט מען איין נייע פאנדזעלויס און שטרימפ ווי די גאבעלירטע פין שטאט.
אויב וועט דער בעל הבית געבען אפאר זייטיגע דאלאר לכבוד יום טוב איז פארהאן א גרויסער שאנס אז מיינע דריי יורשים וועלען שפאנצירען אויף דער גאס מיט'ן זעלבען קאליר העמד און הויזען שיך אין טראגער אזוי אז די גאנצער גאס וועט זיי באוואונדערען און אלע וועלען זיך אויסדרייען קוקען אויף די קיין עין הרע'דיגע. פוי פוי פלעגט די באבע זאגען.
חס וחלילה אויב באקום איך נישט דעם באונעס קען געמאלט זיין אז די קרעדיט קארד פירמא וועט אונז מיזען ארויסהעלפען.
דער עיקר איז, מען זאגט שטרענג אן די גויטע אפצורייניגען גיט דעם דאך, יא דער ניין פוסיגער דאך וואס שטייט דאס ווייטסטע אוועק פון חמץ ער איז דער ערשטער צו ווערען פסח'יג ביי אונז אין שטוב, אזוי האט מען זיך געפירט ביי די עלטערען.
אלע טאשען, אלע ארבעל זענען שוין געפיצט. די פענטצער זענען ריין פון שטויב, די הילצלעך ארום די שויבען ווערען איבער געפארבט ציכטיג ווייס, עס זאל למען הרחמים נישט זיין חמצ'יג. די אייער קוכען וואס מיר האבען זיך אזוי געפריידט צו איר יענע וואך ווערט פארוואנדעלט און די מלחמה צווישען אונזער משפחה מיט להבדיל די ברעקלעך. עס הערשט אזא אנגסט אין הויז אקעגען ברעקלעך אז די פרוי שרייט אין מיט'ן חלום "נאאא ארויס פון דא, שוין פסח'יג"
משה'לע פארשטייט גארנישט פארוואס מען טאר נישט עסען פיצא אין דיינונג רום "איך מאך דאך נישט אן קיין ברעקלעך. און חנה'לע לאזט נישט נאך מיר זאלען קויפען א פסח'יג לעוואר פאר נעגעל וואסער און א ניי קליידעל פאר די בעבי דאאל. איך מיין מיר זאלען זיך פשוט ארויס ציעהן פון שטוב אויף אכט טאג צו א האטעל אריין, מיר'ן אלץ אפקומען ביליגער ווי בלייבען אין שטוב, ווי יעדער מינוט דא באטרעפט נאך א צוואנציגער, ווען איך זאג אז דאס בערזעל איז ליידיג זאגט זי איך זאל שטיין ביים פענצטער אין ווארטען אפשר וועט אנקומען א פערד און וואגען מיט א רייכען פעטער וואס זיכט ווי איינצושטיין אויף פסח.
מערקעוודיג, פון ראש חודש ניסן עסען שוין די שכינים ביי די טרעפ, און נישט אינדרויסען נאר הארט פאר אונזער טיר אז די געשרייען און געפילדער פון די סאמע גרעסטע פאמיליע אויפ'ן בלאק הערט זיך ביז צו אונז אין שלאף צימער אריין. "פייגעלע קום נעם די קינדער וואש זיי גיט אפ די האנט" שרייט א בת קול פון אויבען צום גרויס מיידעל אין באד-רום. שלמה'לע נישט ארום לויפען די שטיגען. אן אמינדעסטע איינזעהניש אז ביי אונז לייגט מען שוין די קינדער שלאפען.
דער קארידאר זאגט אונז אויס וואס זיי האבען געגעסען פאר נאכטמאהל, די טרעפ ווערט פארשמירט מיט שבת'דיגע טשאלענט און קעטשאפ, פארבליבענע פלאסטיק גאפלעך פליעהן ביז אין דער גאס ארויס. די פארבליבענע שריים הענגען זיי אן אויף די הענטעל פון טיהר אינדרויסען.
גיי איך צום שכנ'טע און בעט זיך איין, אפשר קענען זי איינהאלטען די קינדער נישט צו טאנצען אויפ'ן קאפ, קענען זיי נישט עסען אין הויף? דער וועטער איז נישט שלעכט, גייט אין הויף ארויס ווייל די קינדער קענען נישט אינשלאפען ביי אונז.
"דאס עסען אינדרויסען איז שוין אזוי איינגעפעדעמט פון אונזערע עלטערען" מיר גיבען שטארק אבאכט זיך נישט אוועקצורורען פון זייערע מנהגים ספעציעל אום פסח".
נו אפשר געט איר זיי שניצעל מיט פאטעיטעס און עסט אין שטוב?
"גיט כעל זיי האלטען אין די ראמען."
אלעס קומט צו א שטילשטאנד ווען דער מאן חיים מענדל קומט ארויף פאמעליך די שטיגען, אזוי אין דער גאס זעהט נישט אויס ער קען זיך הייבען די שטומע. אינדערהיים אבער האבען זיי פאר אים דאס קדחת.
ר' חיים מענדל וואס גייט אין די קוטשמע ביז עס ווערט ניינציג אינדרויסען, קומט ארויף אינטערזינגענדיג א ניגון'דיל וואס ר' טובי' פון פידלער האט נאך פארפאסט. ביי יעדער טריט רוהט ער זיך אפ און קרעכצעט הויעך ווי איינער וואס וואלט גערען געבליבען שלאפען אין דער גאס ווי אהיים צוקומען. א מזל ג-ט האט אים באשאנקען מיט גרויסע אויערען ווען נישט וואלט אים דער קוטשמע אריבער געשווימען די נאז.
אז ער דערזעהט מיך פרעגט ער מיט א ניגון " נא יאנקעל וועסטע מעך קענען אפשעהרען פאר פסח?
ווער עס קען אונזער חיים מענדיל וואס גייט מיט די זעלבע פאר זאקען משבת לשבת און ציין פאסטע האט נאך נישט ארויף געטרעטען אויף זיינע ציין זייט ער איז א קינד, פארשייט פארוואס איך האב שיעור נישט אויסגעבראכען דעם סאפער.
דאס גאנצע הויז ביי אונז שמעקט פון כאמיקאל און בליעטש, שארפע זייף און איזי אףף. אלעס איז איבער געדרייט ווי נאך א מבול אבער דער טעלעפון הערט נישט אויף צו קלינגען פון נייגעריגע פריינד און געשוויסטער "ווי האלסטו מיט'ן פסח יוטעלע?" האסט שוין ג'כשרט? יאאא נאך יענע וואך!
זי לאזט ארום לויפען דאס קליינווארג מיט קוקיס און דער זעלבער צייט רוימט זי ארויס די ברעקלעך. און וואס איז די קוקי? נישט חמץ? פרעג איך
נו וואס זאל איך טוען? זאל זי מיר וויינען אויפ'ן קאפ? כעל דעך אנדערש נישט אנקומען מיט'ן פסח.
גיי ברענג א שטיין צום כשר'ן אדער גיי טראג דעם שמות אין שוהל אריין. טראג די מצה טאשען און בעכערס צו מיין מאמע אדער פארקויף דאס חמץ. הערסט יאנקעל, און פארגעס נישט צו ברענגען עפעס צו עסען ווייל כאב גארנישט געגעסען היינט. איים סטארווט.
נאך א מזל איך פארברענג נישט צופוהל אין די ספרים וואס מען האט מיך מיט זיי בר מצוה געמאכט, דאן וואלט איך געדארפט דורך בלעטערען איטליכען בלאט באזונדער.
אלע גאסען זענען פיל מיט שמות טראקס, איך פיהל זיך פשוט ווי א גר אין שטאט צו ברענגען אזא ארים פעקעל צום שמות טראק.
די ערב פסח מצות ליגען שוין באהאלטען ערגעץ אויף א גיט פלאץ אז עס זאל נישט צוקומען מייז אדער חמץ, דער פאדלאגע ווערט אפגעוואשען און גערייניגט, אלע שפילצייג און צאצקעלעך וואס די קינדער נעמען אין מויל אלע טישען און בענקלעך ווערען אפגעוואשען.
רבי לוי יצחק פון בארדיטשוב וואלט שטאלץ געווען ביז גאר מיט אונזער טעפ גערייבעכץ.
א באזינדער קאפיטעל איז דער גראסערי ארדער בעפאר פסח, דורכ'ן יאר גייען די פרויען אליין איינקויפען אדער דורכ'ן טעלעפון. צום פסח ווילען אלע מענער נעמען אנטייל אינעם שאפינג הו הא. מען וואנדערט ארום פון איין גראסערי צום צווייטען צו מאכען זיכער אז מען האט געכאפט דאס גרעסטע מציאה אין שטאט. פאר-פעלקער וואס שמאצען ארויס גרויס געלט אויף אלע נארישקייטען ווערען פלוצים שפארזאם און פרובירען צאלען וואס ווייניגער פאר א פלאש גרעיפ דשזוס, און אז מען קען זיך אויפטוען פאר א חבר אין מקוה אז מ'האט געצאלט 20 סענט ביליגער פאר די באנאנעס ביי א גראסערי אין יענעם עק וויליאמסבורג אדער א דאללאר ביליגער אויף א קעסטעל סעלצער ביי כולל אין בארא פארק איז דאס פרייד אומגעהויער.
איך הער ווי א אינגערמאנטשיק טוט זיך אויף אז דער שווער האט אים געקויפט די 3 פונט מצות און ער איז גליקליך שבגקליקליך. גיי דערצייל אים אז דער שווער האט באקומען די מצות פון קמחא דפסחא.
וואס א טאג נענטער ווערען די זויבער מאכונגען מער פיבערהאפטיג, די אייער זענען שוין באוואשען, די צימרינג איז גרייט פאר'ן חרוסת, די שמוציגע מייערען און פעטרישקע פארנעמט דעם אויבען אן.
די גראבע אום אויפגעהאקטע ניס שטייט גרייט מיר זאלען זיי צוקלאפען אין די פרייע פסח צייט. דאס ווייסע שווייצע שאקלאד ליגט אין פסח'יגע פאפיר פאר שבת חול המועד נאכמיטאג. מען פרעגעלט די פאטעיטעס מיט אייער ביז עס קריכט פון די נאז ארויס, דא ווידער איז א גאנצער פארמעסט וויפיל דאזען אייער מען האט פארניצט. ווער עס פארניצט דאס מערסטע איז דער גליקליכסטער און וועט עס קענען פארציילען אין פריידען אי"ה אין קאנטרי.
און אזוי ווערט דאס חמץ צוביסלעך פארשווינדען און די פסח'יגע הארטע זאלץ מיט גאלאונען שמאלץ קומען אריין אין קיך מיט א ברייטען שמייכעל. מען לייגט זיך שפעט און שטייט אויף פריה, די קינדער פארשפעטיגען דעם באס און מ'וואשט נישט קיין קליידער, אלעס איז אבער לשם מצות מצה.
די קינדער פרעגען "ווי וועט מען גיין חל המועד? טאטי האסט שוין מצות? ווייסט וואס איך גיי בעטען אויף אפיקומן? אין דאס ווייב פרעגט, וועסטו מיר קויפען עפעס א שהחינו? ווילסט קומען ערגעץ שבת הגדול? האסט נאך געלט?.
יא, אז דו טרעפטס א האטעל ווי א רב זאגט א שבת הגדול דרשה גייעך, אנדערש בלייב איך דא.
די גויטע לאזט מען נישט רוען א מינוט, זי קומט פריה אין גייט שפעט, מען זאגט איר צו דאס גליק אז זי ווען בלייבען נאך א שעה. זי גייט אנגעטוען אין דעם זעלבען שירצעל ווי די פרוי אז איך ווייס שוין נישט וועס סי'ז ווער.
איך קוק זיך פאר א תורה'לע פאר'ן שווער. דורכ'ן יאר דרימעלט ער איין, קען איך זיך פארקוקען ווי א בר מצוה בחור וואס איז זיכער מיט'ן אריין זינגען. פסח אבער, שפיצט ער אן א אויער און פרעגט אריין מעשה תלמוד חכם בשעת ער קייעט די מצה אן אויפהער. ביים סדר איז ער שטארק אויפגעלייגט צוליב דעם איבערפלוס פון היימישען וויין, ער לאזט זיך וואול גיין מיט די אפיקומן'ס. צוזאגען און ליעב האבען קאסט נישט קיין געלט, זאגט ער צו וואס מען פארלאנגט אן איבערקלערען, חוה"מ געדענקט ער שוין נישט ווער עס האט געגעסען ביי אים דעם סדר.
דאס ביהמ"ד אז שוין אפגעוואשען פאר יום טוב, די רעבעצין שארט ארויף די ארבעל אין רייניגט ארויס די שלוש סעודות ברעקלעך פון אלע קעסטלעך. די פארקעי אוילט מען איבער, מען ריקט אלע גרויסע זייגער'ס אויף א שעה פאראויס. דער לייטער שטעלט מען אויף און די ערלים טוישען איין די לעמפ. און מעכיל דער חזן זיכט נאך א צענטען אויף קידוש לבנה.
דער מקוה איד שערט קאפ נאך קאפ ביז דאס האר רינט ארויס אין דער גאס, היימישע מתפללים פרובירען אן די קאפלעך אויף די פריש געשוירענע קעפ פאר זיך און אלע קינדער מען פרובירט איינס און מען ווארפט עס צוריק אן א טראפ בושה.
ר' בערל פון די חשובע מתפללים ווארפט אנידער זיין פעקל שמות און שרייבט אויף כל הקודם זכה.
משה'לע קען שוין קוים ווארטען אויפ'ן שריפת חמץ, ער איז פון די צינדער נישט פון די לעשער. אז איך לאז אים נישט שטיין ביים פייער שטייט ער ביים פענצטער און קלאצט אויפ'ן ספעקטאל וואס ער ווארט דערויף א גאנץ יאר.
דער קיטעל איז געביגעלט, מען גרייט שוין צו די צעהן ברעקלעך
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:namespace prefix = o />
יא מיר האבען גענישטערט נאך די ברעקלעך און זיי נישט געפינען. נאר אייניגע שווארצע הארעלעך אין נאכט קעסטעל, שטויב אין די שבת הויז ארבעל, עפעס אן אלטער שמיראכץ אין מעדעצין קאבינעט וואס רב בלומענקראץ רעדט נישט דערפון, און די צעהן ברעקעלעך.
געזאגט דעם כל חמירא מיט פארשלאסענע אויגען און פארברענט דאס חמץ מיט'ן הילצערנעם לעפעל נישט פארגעסענדיג פונעם לולב מיט די חנוכה קנויטען.
א אידענע שרייט אראפ פון אויבען צום קינד "יואלי גיי אוועק פון פייער" ער ווארפט אריין גיך א גרויסען ליידיגען שאכטעל און שטייט פון דער זייט צו באטראכטען זיינע פירות ווען דער גרויסער ברידער קומט מיט'ן בעזים שטעקען און מאכט זיכער אז די וועקיום בעגס ווערען גיט דורך געברענט.
מיט אייפער האבען מיר אריין געברענגט די געפעלטשטע פיש, ציפעדיגע חרוסת געמישט מיט אינגבער. אראפ געשלעפט די הגדה'ס פון די באהעלטעניש און איידער מען געט זיך א דריי, דאס בארשט און די עירוב תבשילים שטייען נאך אומבארירט אין פריזשדער און מיר זיצען שוין אלע איבער די פרישע האלב געבאקענע פיצא מוצאי יום טוב.
ווען נישט די קינדער מיטשען נאך אלץ פאר די אפיקומנ'ס וואלטען מיר שוין לאנג פארגעסען אז עס איז געווען פסח אויף דער וועלט.
דער שליסעל חלה ווערט באשמירט מיט לויזע אייער, פרנסה וועט יעצט קומען מיט א ברייטקייט, אצינד קען מען גיין איינקויפען מיט א רואיג געוויסען.
צום ערשט א נייע שווים קלייד, פרישע בעט געוואנט מיט טישטיכער. אז עס וועט נישט גיט זיין פאר די קאנטרי וועט עס גיט זיין פאר די נייע דירה, מען לויפט ארום קיין בורופארק און צי געפ, מען קויפט און טראגט צוריק, מען זיכט געפעליגקייט ביי אלע שכינות און אויב איינע קרומט מיט די נאז איז מען צופרי אויפ'ן באן צוריק קיין מאנהעטען.
זי קויפט אן אויפהער. וואס דען קען א אידענע טוען א גרינעם מיטוואך ווען די גויטע האט שוין אויפגערוימט דאס הויז און די קינדער זענען נאך אלע אין שולע? גייט מען איינקויפען. ווען דער לעצטער גראשען לאזט זיך אויס נעמט מען אפיר דעם פלאסטיק קארטעל וואס גיט ניטאמאל ארויס א קרעכץ אז מען באניצט זיך מיט איר צעהן מאל אין איין טאג. זיפצען זאל דער וואס ברויך לייענען די קליינע אויתיות סוף חודש וואס אין אידיש האט דאס איין ווארט, "באצאהל" ביז דרייצען טאג. וועה און ווינד אז מען לייענט דורך יעדעס שורה איינציג ווייז.
נו וואס קען איך טוען ווען עס קומט דער טאג וואס דער בילל דארף אנקומען? פארלירען דאס שליסעל פון פאסט קעסטעל? טאנץ איך ליבערשט אינטער א איבעריג טענצעל ביי קידוש לבנה און קוק זיך איין אויף די שפאגעל נייע לבנה מיט א שטילע געבעט אין די געדאנקען אפשר וועט זיך דאס הימעל צועפענען אין עס וועט אראפ פאלען פון אויבען א בייטעל הינדערטערס גראד אין מיין טאש.
פאר די אכט וואכען זימער, פארלאנגט זיך צו רעגיסטרירען און געבען איינגאבעס פאר די קינדער אין דעי קעמפ, ביים מיידעל מיט די העלע הויט וואס באקוקט די לייז אין די קינדער קעפעלעך, דערמאנען דעם קורץ באבערדעלטער פיש סוחר וואסערע פיש מיר האבען ליעב, מען דארף איינשרייבען ביי ווערייזאן דעם טעלעפון. קלינגען און באשטעלען א ווען סערוויס מיט'ן דאטום און צייט וואס מיר ווילען פארען.
אזוי זענען מיר פארנומען זיך קוויטלען ביי אלע וואס זיכען צו מאכען אפאר דאללאר, פאר די איינע צוועק ווייל מיר ווילען זיך אויסרוען אויסער די שטאט.
פארשטייט זיך אליין מיר מייענען נאר די טייערע קינדערלעך.
דאס יאר קומען מיר צוריק ווי אלט באזעצענע, קיין באזינדערע ענדערונגען אין די באנגעלוי, דער שכן נעבען אונז האט מיר שוין געווינקען פון יענע זייט גאס מיט זיינע לאנגע אויגען ברעמען ווי ער וואלט געוואלט זאגען "מיר'ן זיך זעהן בקרוב".
אויך די געשוויסטער און אמייסטענס גיטע פריינד קומען צוריק צו די פאריעריגע באשטימטע ענגע באנגעלויס איינע מיט נאך א קינד און דאס צווייטע אט אט. אלע מיט פאק דריקענישען, נישט געפלויגענע מעשה'לעך און שיעור נישט געשעהנע פאסירונגען וואס ליגט אין גארגעל גרייט אויסצושפייען ביים ערשטען זיצונג אין רינג דעם ערשטען טאג נאך איידער מען פאקט זיך אויס.
איינע אבער, וואס קען נישט קומען צוליב אנדערע אומשטענדען שיקט די שוועגערין אבאכט געבען אויף די קינדער, מיין פרוי מיט די געשוויסטער פרעגען זיך נאך אויף איר ווי בעפאר א שידוך פון א אייגען קינד. אלע שטימען איין אז זי איז נישט אזוי געשמאק אבער פארט נעמט מען איר אריין אין די גרופע פאר די דריי וואכען, עס זאל זיי אלע גערעכענט ווערען. און מען גרייט צו עפעס מזונות אין פריזער אז עס וועט זיך אויספעלען.
מיר ווייסען שוין פון פאר א יאר ווער איז דער מקוה איד און ווער ס'איז דער גראסערי מאן, גרויסע טוישינגען קומען נישט פאר אין די באהערדע. מיט'ן אויסנאם פון די גוים וואס זיי טוישט מען סייווי דריי מאהל א זימער ווי נאר זיי ווילען מער געהאלט ווי א קאלט קעסטעל ביר מיט א אומזיסטיגע געלעגער. אויך די לעפקאוויצ'ס קומען מיט א נייע שנירעלע.
פון געהיימע קוועלער ווערען מיר-מיוחסים אויך געוואר איבער דער נייער צוים וואס מען לייגט ארום דעם סווימינג פול כדי עס זאל זיין אויסגעהאלטען פאר די דיין'טע. און ווער עס גייט זיין די טיטשער פאר חנה'לע. אלעס איז מסכים, אלעס באשטייט אז דער זומער זאל זיך שוין אנהייבען וואס פריער, מיט גרויס פאראדע און געהייטערטע געמיטער.
מיר זענען אלע שוין גרייט צו פארלאזען די שטאטישע ציגעל הייזער מיט איר זימער'דיגע שימעל-שווייס גערוך צו די אלטע כאטקעס ארום גענומען מיט פריש געשארענע גראז וואס שמעקט אזוי באטעמט אין דער לונג, ביז דער ווייס האריגער סקאנק טוט איר נישט באשפריצען. ווען עס פאסירט נאכ'ן זין אינטערגאנג ווערט דאס געפלוידעריי אפגעשיבט צום אנדערען טייל קאלאני און די באטרעפענדע ווייקען זיך און טאמעטע דזשוס צו אלעמענס מיטלייד.
אויסער די פאר טויזענט רובעל וואס פעלט זיך אויס צום באנגעלוי, צו פארטיגען צאלען דעם פלייש געשעפט און שכר לימוד וואס גראדע איז נאך נישט פארהאן א שפור דערפון אין באנק-קאונטא. ווייסען מיר אבער אויסענווייניג וועלכער דאנערשטאג מען דארף האבען גרייט די פעקלעך. דער פרייז היי יאר איז ארויף מיט נאך דריי הינדערט זיבעציג דאללאר צוליב די הויכע אויל קאסטען.
אז זי פרעגט מיך פון וואנעט איך קלער צו נעמען דאס געלט, איז מיין ענטפער ווידעראמאל. דער זעלבער באשעפער וואס האט געשיקט רבי ליב שרה'ס אונזערע זיידעס צו הילף, וועט זיכער שיקען א אנגעפילטער קערבעל מיט דאללארען דער לעצטער מינוט איידער דער פריץ שליידערט אונז אריין אין לאך. און אפשר וועט דער רייכער חבר אריין לייגען זיין דעפאזיט אין מיין באנק אקאונט אומוועלענדיג. אנדערש זעה איך נישט א אויסוועג וויאזוי צופרידען שטעלען דעם קאנטרי אייגענטומער, נייער דירה סוחר, בוטשער און פיש געשעפט און אזוי ווייטער.
צו די זעלבער צייט רוקט זיך אינטער דער יום טוב פון קעיז דעלקעלעך מיט בלינצעס. די געבעקסען שפירט זיך אריין צו אלע שטובער, נאך אפאר טאג ספירה ציילען און די קרעפלעך וועלען ליגען אין די טשיינע געשיר לאכעדיגערהייט. די קליינע שלעפען ארויס די קוכען פון די בעקעלעך פאר עס קילט זיך נאך אפ און די גרויסע באקומען צימרינג מיט קעיז קוכען אינעם לאנטש זעקעל.
דער שוואגער שמעריל האט גערופען אויף זונטאג צופרי צום אפשערען פון זיין חעזקעלע.
דער קליינער ווערט דריי יאר ערשט מיטוואך, שמעריל שערט אבער שטענדיג אפ נאר אויף א זינטאג. דעמאלס ארבייט ער נישט, ביי אים פאסירט נישט ער זאל קומען שפעט צו דער ארבייט, סיידען ער וועט הערען דאס געשריי פון אלי' הנביא אויפ'ן ווייסען אייזעל.
פאוואליע, איידער די חתן גייט זיך טרעפען מיט די כלה אום שבועות כאפען מיר זיך נאר אריבער אויף א שבת אין די בערג.
אידישע קינדער דארפען זיך כסדר אויסרועהן, צו שבת הגדול אין האטעל, נאך חנוכה אין מיאמי, פאר פורים אין שווייץ, גאנץ זימער אין קאנטרי, אינמיטען זימער קומט מען אריין אין שטאט אויף א צוויי טאג פאר "א טשענדש".
אינדערצווישען מיז מיר אויך ערגעץ גיין. פארוואס? ווייל יענער גייט.
זענען מיר געפארען אוועק פון שטוב פאר קנאפע זעקס הינדערט דאללאר, זיך אויס צו רוען. מיר האבען זיך אזוי אויסגערוהט אז איך שפעקוליר צו דער קאנטרי פעהלט אונז שוין נישט אויס.
צוגעזאגט האט מען אונז אין דעם ליפלעט, פיש פון לויתן און רינדערען פלייש, אנגעקומען זענען מיר צו פארטיג געקויפטע געמאלענע אייער מיט לעבער און אלע גיטע זאכען וואס מיר ערלויבען זיך אויך אינדערהיים.
באקומען האבען מיר הוילע צימעס, מען האט סערווירט קאלטע וואסער מיט קאלא און א שמוציג פלאש, איין סערוועטעל מיט א זמירות לאשכנז. ס'האט געזינגען איינער זעלצער, מיט הילף פון א שניצלער, און נאך עפעס א באפיצטער, א בעל דרשן האט געזאגט א דרשה, געשטורמעט אקעגען עפעס א רשע, פרובירט צו מאכען וויצען, כדי צו האלטען דעם עולם אין די זיצען, ווען קיינער האט נישט געהארכט, האמיר זיך ארויסגעריקט אן פארכט. קיינער האט נישט געלאכט, האבען מיר געמאכט נאכט.
דאס עסען האט אויסגעזעהן ווי א סעודה אין דע בעדפארד גארדענ'ס סוכה, יעדעס פארעל האט מען געזעצט אינטער א אייגענעם טענענ-בוים מיט א שטארקע ליכט וואס שיינט אויף די אויסגעמאגערטע בילקע.
מען האט באשטעלט א חזן אבער איז נישט אנגעקומען, מיט'ן אויסרייד איבער א לעצט מינוטיגע אומפאראויסגעזעהנע אנטוויקלונג ביי זיין משפחה, האט זיך דער האטעל באלעבאס געוואנדען צו א צווייטען אינגערמאן מיט א שטריימעל און נעקטיי וואס האט א אויסקוק ווי א חזן, אים איינגעבעטען ער זאל זינגען אלע זמירות. נאכען זינגען האבען מיר אים געפרעגט צו ער הייסט נישט פערצופאל ראזענבלאט אויפ'ן לעצטען נאמען, ער האט זיך שטארק געפריידט.
שבת צופרי זענען מיר שוין געווען אזוי אויסגערוהט אז כ'האב געזיכט א דיין זאל מיר מתיר זיין אהיים פארען צוריק.
מיר האבען זיך געשעמט צו פארציילען אז א שאד איז געווען דער געז אהין צו פארען האבען מיר כאטש געלערענט א לעקציע נישט צו זיין פון די אלץ גלייבער אין קאליערטע אדווערטייזער. פארציילט האבען מיר יעדען פון די גלאז האלב פיל, אז געדאווענט האבען מיר אלע אידען באנעזאם, חסידים, ליטווים, היטען ארויף און אראפ געבויגען, שטריימלען הויכע מיט נידעריגע א שטייגער ווי אין די יו ען.
און יעצט שטרעקען מיר אויס ביידע ארעמעס צו ענטפאנגען דעם הייליגען יום טוב שבועות. זאל ער קומען זאל ער זיך באווייזען, זאל זיך טרעפען די חתן מיט די כלה, מיר בענקען זיך אזוי.
דער נאסטאלאגיע נאך דער ניגון פון אקדמות קלינגט שוין אין די אויערען. ווען דער עולם שטייט ארום די בימה וואס איז באדעקט מיט פוירפעל און פינקע בלומען, רויטע רויזען און גרינע ביימעלעך. מעכיל דער חזן זינגט הויעך מיט זיין זיסער שטומע אז אפילו די וויינעדיגע קינדער אין ווייבער שוהל שלאפען איין מיט א שמייכעל איבער די חן גריבעלעך.
=========
אביסל גרעסער געמאכט דער עולם זאל זיך נישט ברויכן אנשטרענגען די אויגן
ערב יום טוב גאנץ פרי, די פלייסיגע פרויען מיירען איין די גרויסע חלות אין שיסעל. שיקען אפ דאס געזינדעל אין חדר אריין מיט אום-געמאכטע פיאות, סייווי א האלבער טאג. טוען שנעל אן די ברוינע באקוועמע שיך און שטעלען זיך אין רעגען ביז'ן צווייטען פייף צו פארקויפען בלימען פאר די הייליגע מוסדות.
יעדעס גרינע בלעטעלע וואס ווערט היינט פארקויפט, ברענגט אריין צעהן גרינע בלעטער פאר די תלמוד תורה. מען שוויצט און פיבערט איבער צו רעדען די קויפערס "מיר זענען די איינציגסטע וואס האבען די פרישסטע בלימען אין גאנץ וויליאמסבורג, אליין געווען ביים שניידען, נאך נעכטען געווען אין גארטען, מיר שטייען אינטער השגחה פון דיין. אא"וו פרובירט מען מיט גיט אין בייז צו כאפען א צוואנציגער פאר א קליין צווייגעלע וואס יענע וואך ערב שבת האט דאס דער מוסלעמענער פארקויפט צוויי פאר פינף דאללאר ביים זעלבען ווינקעל.*:namespace prefix = o />
פאר צוויי מאל חי' שיקען די ליידיס אקזולערי אהיים א קליין ביימעלע מיט די פרי-וואן-עי מיידעלעך וואס קומען און באגלייטונג פון אלע געשוויסטער צו שליסען א געשעפט ביי אלע שכינים.
זיי גיבען מיט א צעטעל וואס לויטעט "מיט אייער קויפען ביי אונז שטיצט איר די העכער 300 תלמידות", איך האב געוואלט צו שרייבען אויפ'ן צעטעל "איר העלפט "די מאמעס" פון די 400 תלמידות. אז זייערע קינדער קלאפען ביי א צווייטען און דרייען אייך נישט דעם קאפ.
טאני דער וויליאמסבורג בארבער שרייט אויף די קונדען וואס פארלאנגען עיר קאנדישאן צום אטעמען און קריגען זיך איבער די יענע וואכעדיגע פיפעלס מאגאזין.
אז משה'לע זעצט זיך ארויף אויפ'ן שטענדער צו ווערען אפגעגאלט זאגט ער מיר שמייכלענדיג "זאג אים ער זאל מיר נישט אראפ נעמען די שנויצען". ער האט אים שיעור נישט אראפ גענומען א האלבע פיאה ווען עמיצער מיט א גרויסע וואקי-טאקי און אסאך שליסלען האט אים פארגעהאלטען הלמאי ער האט נישט דעם היינטיגען דעילי נאוז. זיין נעקסטעל האט נישט אויפגעהערט צו קלינגען מיט א "רינג טאון" פון א ישראל'דיג זינגערען תואר כלה מאוד נתעלה, אז טאני איז ארויס פון גלייכגעוויכט און אויסגעטון די ברילען, ארויס אין דער גאס געבען א שטיקעל אנצובייסען פאר'ן פארבייגייענדיג הינטעל.
כ'האב אים געצה'ט אין אינגליש, "וואס רעגסט דיך אזוי טאני? שנייד אים נאר אפ א האלבען קאפ און זאג אים ער איז פארטיג".
דער אינגערמאן האט אפילו נישט פארשטאנען וואס כ'האב גערעדט. אז ער שניידט אים ווען אפ איז אויך נישט א מעלער, מייסטענס קוקען ניטאמאל אין שפיגעל ווען ער פארטיגט.
אלע זענען דא רואיג, די זעלבע אינגעלייט וואס אויב א קינד וויל אריבער די גאס וועלען זיי נישט אפשטעלען די קאר צוליב מאנגעל אין צייט, זיצען אבער דא געמיטלעך פאר איין סיבה, ווייל דא זענען אלע געבינדען צום איינרעדעניש אז ער קען אשטייגער שערען בעסער ווי אלע מקוה אידען וואס ברויכען דאס געלט צעהן מאל וויכטיגער ווי דער טאליענער וואס שימפט אונז אלע אן ווי נאר מען עפענט אויף זיין שוועל, און וועט נישט אראפ נעמען דעם בילד פון יוזעל וואס הענגט אויף די וואנט.
דער שמש לויפט ארום מיט'ן טלית קטן אויפ'ן איקסעל, שטעלט אן די שבת זייגערס אין ביהמ"ד, ער באויפטראגט אפאר אינגלאך זיי זאלען רייסען ביימער און אריין ברענגען אין שוהל. זיי האבען ארויסגעשלעפט אפאר בענק פון ווייבער שוהל און פון דער הויעך אויסגעריסען אלע צווייגען ביים הויף דערנעבען. ווען אן אלטער דורכגייער האט זיי אנגעשריגען האבען זיי אריין געברענגט דעם אוצר אויפ'ן באלעמער ווי דער שמש מיט'ן הילף פון אפאר מקוה ארויסקומער האבען צוגעבינדען מיט שטריק ארום די בימה.
א צווייטער כלל פארזארגער אין שוהל האט שוין אראפ געשלעפט דעם ספירת העומר טעוועלע, עס אריין געשטעלט אינטערען ארון קודש קאמערעל פאר איבערעס יאר. צוזאמען מיט די זילבערנע טייטלער און אפגעניצטע מענטעלעך.
די אייער פאר'ן עירוב תבשילין ליגט שוין גרייט מיט א בילקע צוגעקניפט. די מחזורים שלעפט מען אפיר פון שראנק און דער יום טוב איז דא. אויפ'ן וועג צום שוהל פרעג איך משה'לע פארוואס מען מאכט יום טוב שבועות, פארציילט ער מיר די מעשה מיט רבי מאיר וואס איז אריבער דעם סמבטיון און געמיזט בלייבען וואונען מיט די אנדערע שבטים, ער האט געטוישט פרוי מיט רבי דן. גאר אינטערסאנטע געשעהניש האט פאסירט יענע צייטען...
יעצט קען מעכיל דער חזן אראפ לייגען זיין מערבית, און פארברייטנוג צום מארגענדיגען אודך כי עניתני, דאן וועט שוין די רעביצינ'ס הייסע לאטקען שמעקען ביז צו אונז אין שוהל אריין. עס איז זימער אין דער גאס אבער ער קומט מיט'ן ווייסען האלז שאהל ווי חצי טבת. דאס זאגען די אלץ-ווייסער, איז א צוואה פון א זיידען וואס האט נאך געלעבט אין די צייטען פון חזן יוסעלע.
און משה'לע וואס רעדט שוין דריי טאג פון אויף זיין א גאנצע נאכט, שלאפט אויפ'ן רעקליינער מיט די שמונה בגדים און גרעיפ דזשוס באגאסענעם העמד. מיין שכן געציל קלאפט שוין אויף די טיהר מיך מיט צונעמען אפרעכטען דעם תיקון.
ענדליך ער דערוועקט זיך פין טיפען שלאף, עפענט אויף די אויגען צוביסלעך-ווייז ווי נאך א טינקעלע שלוש סעודות תורה. דער שטערען אינגאנצען רויט פונעם אווערנייט דרימעל. נאך א זיסער חלום פון די מארגענדיגער סמייטע זיפ מיט מילכיגע קיכען לויפט ער אראפ כאפען א טינק אינטער'ן האלב-ווארים וואסער איידער עס הייבט אן טאגען און די פייער פינקען פון עלות שפראצען אריין אויף די שוין אויסגעליידיגטער שוהל.
דאס ווייב זיינע מיינט אוודאי ער האט אויסגעזאגט דעם גאנצען גראבען תיקון ליל שבועות פון דעקעל צו דעקעל, אפילו מיט די טראפען. אונזער ר' בערל איז יעצט אויסגערוהט ווי א בער נאכען אפשאלפען א איבער-יאריגען ווינטער. דער גאנצער קערפער טרייסעלט זיך ווען ער קומט צוריק ארויף פון מקוה, דזשאכעט אין ריקען פון זיין זעכצען יעריג בכור, דערמאנט אים פונעם אנזאג נישט אויסצורעדען ביז נאך כתר אזוי וועט ער א חתן ווערען אינגיכען, דער טשאטשקעלע זיינער איז געקומען צו פארען אויף יום טוב פון ישיבה אין דע מערכאקעם, דאס פיצינקע בערדעל שפרודעלט שוין פון די ערשטע אומגעפלאכטענע גרעזעלעך, דאס אויבערשטע קנעפעל אין העמד איז ברייט צועפענט, די אויגען שטייט אים קרום אין קאפ אבער דער טאטע רעדט שוין צו אים פון שידוכים ווי גלייך ער האט 2 ברידער העכער צוואנציג וואס ווארטען אין די רייע.
מיר אלע שטייען נאך אינטערען טלית ביים דוכענען, עס הערט זיך א גערידעריי פון גלעזערנע פלעשער און אייער בייגעל עפעס טוישט מען שוין איבער צו קלאר-ווייסע טישטיכער, דאס מיז זיין די רעבעצין וואס טוט אונז נישט אנטוישען. ווי נאר דער חזן זאגט שלום זעהן מיר דעם דריי שטאקיק טשיז קעיק געמאכט פון זויערע מילך מיט ווייסע טשאקלאד, יאגדעס און קליינע לעבעדיגע גרינע בלעטער נעמען ארום דאס געביידע, דער שכן מיינער האט שוין אריין געגאסען א גאנץ גלעזעל משקה אין קאפ און מיר געצוצקעט פון יענע זייט איך זאל אים דערלאנגען פון די פוטער איינגעמאכטס.
דער רב זאל לעבען ווארט נישט היינט אויפ'ן קדיש יתום נאך אנעים זמירות נאר מאכט שנעל קידוש האסטיג און פרייליך, אנגעגורט די לענדען צו עסען די לאקשען קיגעל מיט קעיז ווי ס'איז דער מנהג ישראל, ער טיילט פאר די קינדער פון די הייסע קיגעל אין די נאקעטע הענט אז זיי טאנצען אינטער, אים ארט דאס גארנישט נאר טיילט ווייטער ביז א אינגעלע שרייט "אוטש" און לאזט אראפ דעם קוגעל אויפ'ן זיינע גלאנציגע שיך.
חנה'לע הערט ווי איך דעצייל אין שטוב אז דער שוהל איז עפעס שיטערער היי יאר, געוויסע חברים זענען צופארען, ווער צו די קאנטרי-היים און ווער קיין הייליג לאנד. אפאר חברים זענען געפארען קיין קרית יואל איינער אפילו קיין קרית קאשוי און קרית טאהש. די וויליאמסבורגע גאסען זענען היי יאר היבש ליידיג, זאגט זי. זי וויל פאר'ן קיין קיוריעס "דזשארש".
דער שווער האט יארצייט אים סאמע שבועות נאך זיין מאמע זאל זיך מיעהן, זענען מיר אלע געלאדענט צו עסען די מילכיגע סעודה ביי אים אין שטוב. אלעמאל פארציילט ער ווי זי איז פארפאלען געווארען אין די טעג פאר שבועות, מען ווייסט נישט גענוי וועלכער טאג, האט מען עס באשטימט אויף שבועות. ער פארלאזט א טרער און ווישט זיך אפ די נאניע ווי זי וואלט נעכטן נאך געווען צווישען די לעבעדיגע.
איך פרעג אים יעדעס יאר פארוואס מען האט נישט באשטימט די יארצייט אויף פסח, וואלט מען אפגעקומען מיט הארטע אייער.
ער באפעלט די קינדערלאך זינגען א שיינעם ניגון אויף תחתונים עלזו, אז זיי זינגען נישט מאכט ער מיט'ן גראבען פינגער "העכער" ביז שפרה'לע צוברעטשעט זיך פון זיין שטרענגען בליק העכער די ברייטע נאז לעכער און וויל אהיים גיין.
מוצאי יום טוב באלד נאכען זאגען ג-ט פון אברהם הייבט זיך אפיציעל אן דאס געפאקעכט'ס צום קאנטרי. זאכען וואס מען לייגט געווענליך אוועק בלייבט יעצט ליגען אויפ'ן דיינונג רום טיש, מען באקט שוין נישט מען רוימט שוין נישט, אלע קאנטרי זאכען נעמט מען אפיר, מען פרובירט אן די קליידלעך אויב זיי זענען נאך צו די מאס פון די קליינע הענט און פיסאלעך, ווער עס איז געוואקסען באקומט א ניי וואס איז נישט גיט פאר קיינעם לייגט מען אוועק פאר'ן קומענדיגען אז ס'וועט זיך עפעס מאכען.
=========
אביסל גרעסער געמאכט דער עולם זאל זיך נישט ברויכן אנשטרענגען די אויגן
דער חתונה טאראראם אין וויליאמסבורג הייבט זיך אן דריי טעג איידער יו"ט שבועות און האלט אָן מיט די פולע פארע ביז אין די דריי-וואכען אריין. א פאמיליע וואס באקומט נישט צוויי צענדליג חתונה בריוולעך אין פאָסט קאסטען דורכאויס די צייט, אים איז א באזינדערע מצוה ליעב צו האבען, אזוי שטייט אין חומש "ואהבתם את הגר"
נעכטען נאכט האט חתונה געמאכט פעטער יאנקעל, די שוויגערס גרויסע ברידער. שוין דאס אכטע קעניינע האָרע. אונזער חתן איז גאָר א גרויסער טשאטשקע מער פון זיינע ברידער, מען שמועסט אין די משפחה אז דאס איז צו פארדאנקען עפעס א ברכה פון א ירושלים'ע עלטער עלטער מומע.
מיר זענען אנגעקומען צום זאל הארט נאך די חופה אבער נאך אריינגעכאפט צו זעהן ווי דער חתן דנן גיבט א טרעט אָן די כלה'ס ווייסע שיך. דאס ניי-געבוירען פאָרעל באגלייט פון די מאמע און שוויגער גייען לאנגזאם אינטערען רויטען טעפיך ביז צום יחוד שטיבעל האנד ביי האנד, ווען די טרערען פליסען פון צווישען די מוטער'ס אייגעלעך. אלע ארומיגע קוקען צו דאס ליעבשאפט וואס הענגט אין די לופטען, מיט געבעט און האפענונג צו דעם פון אויבען אז דאס מזל אזוי שיינען ביז משיח'ס טאג.
פעטער יאנקעל נעמט אן די מזל טוב'ס מיט גרויס אנוטוזיאסטישקייט ווי עס וואלט געווען א איינס איינציגס. די האנד איז נאך פארקלעבט מיט די אראפ געטראָפטע חלב פון נארוואס פארלאשענע הבדלה.
אונזערע קינדער קומען אויסשטאָפירט מיט קליידונג ווי קינדער פונעם קאָזאק, משה'לע האט באקומען א נייעם אנצוג ווי א ערוואקסענער, מיט א נעקטיי און דעם גאנצען קלאפער געצייג, דאס רעקעל האט אפילו א שניט פון אינטען. די קליינע שיכעלעך גלאנצען אז מען קען זיך קוקען אין שפיגעל דערין. ער קוקט אויס ווי א "לומעזין דרייווער" אז אלע האבען אים געקניפט אין בעקעל.
די מוידען זענען נישט הינטערשטעליג, עלעגאנט, באפיצט און באשמירט, די האָר פארלאָקט ביי א ספעציאליסטקע וואס צייכענט זיך אויס מיט האָר פאר געשוויסטער פון די מחותנ'עסטע.
דער מוזיקאנט טוט דאס זייניגע, אזש מען קען פארטויבט ווערען און דעם אייגענעם קול נישט הערען. פעטער אליעזר זיצט שוין אויף זיין באשטימט פלאץ און האט שוין פארטיליגט אלע זויערע פיקעל פון אויבען אָן טיש.
גיטע פריינט פון פעטער יאנקעל זיכען אים ארום און אלע עקען זאל, ער איז נישט צום געפונען. ווייניג וויסען אז מען פאראייביגט אים יעצט מיט אלע קינדער אין יחוד שטיבעל. גייען זיי אהיים מיט דער האפענונג אז דער מחותן יאנקעל וועט זיי גלייבען מארגען אז זיי זענען טאקע געווען.
מיר שוואגערס דרייען זיך ארום זיכען א פאסיג פלאץ, מען מאכט א ענגע בארוטונג און דאס בעסטע ארט ווערט באשטימט דארט און דער זייט ווי קיינער באדערט נישט און מען גייט זיך וואשען, אלע שוואגערס אין די רייע, די קינדער שיקט מען זיי זאלען ברענגען דעם פאָרשפייז פון די פרויען, דארט איז אלעמאל פארהאן בעסערס. אלע בייסען אריין אין די המוציא און רעדען אויפ'ן טעלעפון וואס הערט נישט אויף קלינגען, די בייבי סיטער'ס רעדען זיך אלע אָפ אז די קליינע טאנצען ארום און די גרויסע ווילען נישט פאָלגען. דער שוואָגער חיים שרייט אריין און טרייבעל, "משה'לע כ'על דיך אזוי אָנפאטשען ווען איך קום אהיים אז דו וועסט מיך געדענקען" און לייגט אראָפ דעם טעלעפון א בייזער.
איין פארשפעטיגטער שוואגער קומט אָן פון זיין אווענט דרימעל מיט א בילקע אין האנט. מיר ווייזען אים אלע אָן ער זאל צוריקען א בענקעל דא, דארט, נאר נישט לעבען מיר. ער רעדט זיך אפ פארוואס מען האט נישט געווארט אויף אים מיט די חופה. און סי שוין נישט איבער געבליבען קיין פיש. ווען דער געלט-גייער בעט אים א נדבה גיבט ער א קרום מיט'ן נאז און אקסעל, נישט ווי זיין שטייגער, כאָ נישט.
דער שפיעלער נעמט ענדליך אראפ די פינגער פון פויק געצייג און גייט אויף פאזע, ער בעט א אינגעלע זאל אים ברענגען פון קאָך א טעלער פיש, ווען דאס אינגעל קומט צוריק מיט'ן אוצר, שרייט ער "כא דער פארגעסען צו זאגען, "כאב ליעב דאס וויידעל, גיי ברענג א וויידעל" ווען ער איז פארטיג ווישט ער זיך אפ די בארד, לייגט צוריק אריין דאס פויק הייטל אין אויער און נעמט זיך מיט א פרישקייט צום קלינג קלאנג פון די זעלבע אויסגעדראשענע ניגונים. לויפט פון שטייטע קלעזמער צו שנעלע רעפ געוואנדען אינעם זינגער וואס קאָמאנדעוועט מיט זיין האלב הייזעריגער שטימע, קענטיג אז ער האלט שוין נאך 4 וואכען פון נעכטליכע זינגערייען. די לויזע אייער האט אים הפנים היינט נאכט נישט געהאלפען, ער קוקט אויס זייער ערשפעט און נישט מוטיג, פון דעסטוועגען זינגט ער פיבערדיק מיט'ן האפענונג אויף א שמייכעל פון א דורכגייער.
דאס איז טאקע מענדעל, מיין חבר מענדל פון ישיבה מיט'ן דין-קוויטשיגע שטימע. זיינע עלטערען האבען אים אלץ קינד געזאגט "מענדעלע, מיט אזויפיל שכל וועסטו א חזן אויסוואקסען" ער שטייט מיט די מייק אין האנד און זינגט א שלוש סעודות ניגון דערנאך קומט בן בג בג און צוריק צו פרוק ית ענך. איך זאג אים, "דו ביזט דאס מענדל? כאב געמיינט סי בען דעוויד" האט ער זיך גענומען בלאזען ווי א אינדיג, זינגען מיט א זיכערער קול העכער און שנעלער ווי דער בעל קורא מאכט א קרני פרה. און איך האב זיך עולם הבא איינגעקויפט.
ווען ער זאל אונז אלע אויסטיילען די וואטע און ער אליין וואלט געזינגען אביסעל שטילער וואלט איך כאטש געהערט וואס דער שוואגער האט זיך אפצורעדן אויף די שוויגער, און די ווארימע ברכות פון פעטער יאנקעל וואס גייט יעצט ארום מיט'ן ברוינפען גלעזעל אין די פישיגע האנד אויסטיילענדיג זיינע ברייטהארציגע ווינטשען פאר אלע געשוויסטער.
ער שטעלט זיך אפ ביי איטליכען פון אונז מיט זיין נייעם פרעכטיגען שטריימעל. די שטערען שיינט אים ווי דער לבנה. יעדען גיט ער א ברכה צוגעפאסט לויט'ן געברויך, מיר האט ער געווינטשען איך זאל מיך אין די דירה אריין ציעהן אין א גיטע שעה.
אינמיטען עסען די זיפ רופט א קינד אויס ביים הויך-הילכער "מעריב", אלעס לויפען ארויס איבערלאזענדיג די הייסע בונדעל זיפ, ענדליך יאוועט זיך א בעל תפילה ווען צווישען השכיבינו קומט אריין א שכן מיינער און שאקעלט "נא, מזל טוב! וויאזוי ביזטו דא א קרוב יאנקעל? איך זאג אים נא, אהא, מעריב, ער פרעגט ווידער דאס זייניגע אבער וואס טוסטו דא מיט'ן שטריימעל יאנעקל? ווארט דא איך וויל מיט דיר רעדען. ער ווערט פארשווינדען.
ביי די שטילע שמונה עשרה רופט איינער אויס "ווער עס האט געפארקט א קאר מיט'ן לייסענס פלעט עקס וויי זי כאפט יעצט א טיקעט, דער דרייווער -וואס האלט און מיט'ן שמונה עשרה- לויפט גיך ארויס.
קוים איך זאג עלינו און דער קליינער נעפיו דוד'על זאגט מיר אין די אויער, יוטעלע זאגט זאלסט נישט פארגעסען אהיים רופען דעם בעבי סיטער צו מאכען זיכער אז די קינדער זענען וואול.
מען קומט צוריק צום קאלטען זיפ, זעהנדיג ווי א אנדערע משפחה האט זיך שיין פלאצירט אויף אונזערע ערטער, אומבטע'מט מיז מען זיי אויפהייבען.
דער כינעזער גוי מיט'ן קאפעל פרעגט "שיקען אָר סטעיק? אלע ווילען סטעיק אויסער דער קליינער דארער שלמה'לע, ער וויל נישט גראָב ווערען.
דער מוזיק גראגערט אז מען קען דיל ווערען, דערצווישען שפיר איך א ווארימקייט בלאזט מיר אין די אויערען, איך דריי זיך אויס זעה איך ווי דער שוואגער רעדט צו מיר, ווער ווייסט ווילאנג ער האלט שוין א דרשה און איך ווייס גאר נישט.
איידער איך ענדיג אפלעקען דאס לעצטער ביינדעל, איך דריי זיך אויס צו געבען שלום א שוועסטער-קינד און דער טעלער אז מער נישטא, איך וויל זעהן ווער עס האט גענומען און דער טיש צוזאמען מיט די אומאויפגעגעסענע געבראָטענע שוועמלען איז אוועק געשלעפט, די סארווירער מאכען שוין ארדענונג. ווען מיטאמאל ווערט שטיל, א סקרוך גייט דורך די ביינער ווי נאר מען הערט די ערשטע סטרונעס פון דעם באקאנטען מארטש וואס צוזינגט זיך העכער און העכער מיט די בשורה אז דער קוים אויסגעפאסטער חתן קומט אריין איבעראשט און צוטומעלט פון די ביז איצטיגע איבערלעבענישען וואס האט יעצט פאסירט צווישען פיהר אויגען.
זיינע ישיבה פריינט, בחור'לעך און שנה ראשונ'יקעס לייגען אים געשווינד ארויף אויף א בענקעל און מען שאקעלט ווי א כפרה ארויף און ארום, דער קאָפ איז אים שוין גיט צוטרייסעלט נעמט אים דער ברידער ארויף אויף זיינע פליגעל און לויפט ארום ביז דער שטריימעל ווערט פארהאנקעט אין טשענדעליער. ער זעצט זיך ענדליך אראפ ווי א גענעראל אין פעטרעסבורג. אלע שטיפען זיך צו רייכען די האנד, דער קליינער ברידער לויפט אים אקעגען אפווישען דעם שטערען, דער גרויסער שוואגער ברענגט א גלעזעל סאדא וואסער, שהכל נהי' בדברו, קוים איין טרינק און א רעוועלע איז שוין אין רינג, מיט צוויי פארגלייזטע אויגען כאפט ער אן די פייכט-פארשוויצטע האנד פון חתן און טאנצט צום ריטעם פונעם פיאנאָ, ווי העכער די ארומיגע פאטשען אלס שטערקער מאכט ער צו די אויגען און איז זיך מדבק און באשעפער ביים מקיים זיין די אומגעהויערע גרויסע מצוה פון זיין א משמח חתן וכלה, ווען נישט א קינד לויפט דורך און ווארפט אים שיעור אנידער וואלט ער געטאנצען ביז ווען דער חתן כלה שטייט אויף.
דערנאך קומט די רייע אויף די איבעריגע משפחה, יעדער באזינדער שטופט אריין דעם צווייטען, טאנץ דו, יעצט דו, נישט מיר נישט דיר טאנץ דער חתן מיט די לעצטע כוחות, ער האלט און איין ארויף ריקען דאס גארטעל וואס גליטשט זיך אראפ פונעם דזשי ענד דזשי יאפאנעזישען כמו זיידענע בעקעטשע. די ארומיגע שטיפען צו א בענקעל אבער מען לאזט נישט זיצען, פעטער מרדכי קומט יעצט צו גיין קורצע טריט אויפגעהייטערט, ווען די קינדער האלטען אים אינטער, ער טאנצט אז עס נעמט נישט א עק. מען שלעפט אריין נאך און נאך נאענטע און באקאנטע, זיי וואלטען זיך ליבערשט געדרייט יענע זייט בעט ווי צוקוקען ווי מען שלעפט דעם חתן ארינגעראנגעראָזי.
דער טראדיציע זאגט אז יעצט קומט דער פרישער שווער צום טענצעל, אלע קינדער מאכען אים פריי א וועג, ער כאפט אן דעם נייעם גן עדן מיט א דרייסטקייט, האלזט זיך ארום און טאנצט די הקפות. אלע קינדער לויפען אויף פאראויס הין און צוריק, ווארפען אים אלע צוקוקער, מען עפענט אויף א דורכגאנג ביז כמעט אין פרויען זייט, ער ווערט שיעור דערינקען פון אייגענעם שוויץ, אטעמט הויעך מיט די לעצטע כוחות. ביז איינער דערבארעמט זיך מיט א בענקעל פאר'ן חתן און זעצט זיך אראפ אפגעמאטערט.
א בת קול איז געקומען פון א קליין מיידעלע, "דיין ווייב רופט דיך", אלע שטייען ביי די מחיצה, איינע קוקט ווי די בחור'לעך טאנצען א צווייטע ווארט אויפ'ן מאן. איך פאל שיעור אנידער פונעם לייטער וואס דער פאטאגרעפער האט אראפ געשטעלט לעבען מיינע פיס.
"יא וואס איז?
נאטינג ספעשעל! ענדזשויסטעך?
יא, איך גיי אריין טאנצען!
יא אר? איי עם גאואינג טא וואטש יא!
גיט, דערנאך קען איך גיי זעהן ווי דו טאנצט?
זי לויפט אוועק.
דער מוזיקאנט נעמט ווייטער אראפ די פינגער פון די גרויסע ווייסע קנעפ מען רוהט זיך אפ, דער זינגער טרינקט א גלאז וואסער, דער חתן שמייכעלט צו זיינע חברים וואס רינגלען אים ארום, זיי ווילען וויסען אויב דער יחוד שטוב צערעמאניע איז געקרוינט מיט סוקסעס. ער פינטעלט מיט די אויגען האלב פארשעמט, צו זאגען "גאנץ גיט"
דער און יענער ברענגט א פארמאכטען קאנווערט, דער ביזעם טאש האט נאך פלאץ פאר א פאר טשעק'ס, זאל מען נאר ברענגען.
מערערע ערשטע און צווייטע קאזינס שמוגלען זיך אריין מיינענדיג קיינער באמערקט זיי נישט. ווי נאר זיי גיבען די האנד ווערען זיי פארשווינדען נאך איידער מען קען זיי מכבד זיין.
מען ברענגט אריין פארציעס אייז קרים וואס די גוים האבען נאך אריין געשטעלט אין פריזער יענע נאכט, עס האט אלע קאלירען ווייל פון די נעכטיגע ווייסע אייסעס איז איבער געבליבען צופיל, האט מען עס אריין געמישט און היינטיגען רויטע און רעסייקעלד. אבער פעטער מרדכי פארציקט דאס מיט גרויס אפעטיט שטייעדיגערהייט און פרעגט יעדען דורך גייער, פאָרסט אפשר קיין בורופארק?
דא דארט ווערען געפירט א טוץ מיט געשעפטען פון באקאנטע און נאָנטע, מען ווערט געוואור אלצדינג, ווער עס האט לעצטענס געקויפט א דירה און וואס איז דער מצב מיט די פאלעסטינער. צו גייט מען אין קאנטרי, אויב יא ווי, וויפיל רומס, וויפיל צאָלסטע, צו כאב געהערט אז שמעון משה האלט ביים צושפארען דאס געשעפט. צום לעצט קומט דער שווער מאכען פאָרש-ארבייט צו סי דא עפעס נייעס ביי אונז?
יעדער פלאפעלט און פרעגט "ווען גייט מען שוין בענטעשן?" "ווער גייט גראמען? "
דערצווישען קומט אריין דער בדחן מיט נאסע צולאָדזשעטע פיאות, פרעגט זיך נאך ווער עס איז דער מחותן פון די אנדערע זייט, פארצייכענט זיך אין ביכעלע ווער ס'איז ווער, ער שטעלט צוזאם דעם פאָזעל וועֶם מען וועט היינט באזינגען און באשמירען. ווען אלעס קלאפט גייט ער צום אבי החתן און האט צו אים א בקשה ער זאל אים פרובירען צו געבען קעש ווייל די קינדער פאָרען אין קעמפ, דער מצב איז פחדים. דערנאך זאגט ער: דער אנדערער מחותן וויל עס מאכען טשיק שטאק, איר ווילט אויך?
אקעי, אז ער וויל, בין איך מסכים.
יעצט גייט ער צום אנדערען מחותן ווי אהרן הכהן'ס ארבייט, און זאגט:
דער אנדערער מחותן וויל אויסלעשען די לעקטער 2 איר זענט מסכים?
נא ער באצאלט דאך. זאל זיין אזוי.
אינימיטען ווערט א טומעל, עס קומט אריין אין זאל דער וויאזוי-הייסטער וואס האט גילערנט מיטן חתן ווי זיך צו פירען, שטיפט ארויף זיין פארהויכטכע ברילען צום שפיץ נאָז, רוקט אראָפ דעם היט ביז איבער די שטעכיגע אויגען ברעמען און צולאזטע בארד, מאכט צורעכט די פיאות און טאנצט פון מזרח ביז צפון מיט'ן שם הוי' אז די אדערען אין קאפ קומען שיעור ארויס. דער חתן'ס טאטע קומט אריין אין רינג שעפענדיג נחת, ער פלאנטערט מיט די פיס, ווי דער שטייגער איז. לעבעדיג, פרעהליך, טרא-רא-ראם-באם-באם און דרייט אן אקאפעליע.
אלע געשוויסטער פרובירען מאכען גיטמוטיג, די קליינע קינדער מאכען א באזינדער רינג און האלטען זיך אינטער אז מען לאזט זיי אויפזיין אזוי שפעט.
אז מען הייבט אן די האָרא קומען צולויפען אלע אינטער דרייסיג, חברים פונעם חתן שלעפען אים אין א זייט און מען פאכעט און האפקעט ביז דער שווייס רינט אויף דע באָרד. מערסטענס קענען נישט טאנצען די טענץ, די וואס קענען יא ווערען אומגעדולדיג און מאכען א באזינדער רינג פאר די קענערס. דארט הייבען זיך די פיסלעך גענוי צום טיק ווי דער זינגער מאלעוועט. מיט שטאָלץ דרייען זיי זיך ארום ווי דער מארטש אויף דע פענגווינס, איינער א שלימואל האט נישט געקענט די פיס אויפהייבען גענוג געשווינד, האבען אים די חברים ארויס געשליידערט פון צוג ביז'ן זינגען פון דוד המלך טאנץ.
די פרויען שטייען אויף די בענק א בליק צו כאפען, משה'לע לויפט אויך אריין פרובירען זיין גליק, און מיט רעכט, ער האט דאך שוין א רעקעל. ווען ער פאלט אום קומט ער מיר זאגען "די מאמעס טאנצען שענער"
ווען א שטארק נאנטער חבר טאנצט, טוט מען אים אָן א שטריימעל, אויב איז ער אויך א פויגעל פייפען די חברים מיט'ן מויל. דער זינגער האלט יעצט אן אויג אויף די חתן רינג און אויף די מחותנים באזינדער. ער שוויצט ווי א ביבער און ווינקט פאר'ן מוזיקאנט זאל שוין אויפהערען ווייל ער דערהייבט עס נישט.
דער מוזיק שטעלט זיך ווידער אפ, מען רופט אויס "מע גייט בענטעשן אין צעהן מינוט - די כלה זאל אריין קומען", אין חתונה שפראך: "יעדער קען אהיים גיין" [אויסער די גאר נאענטע]" יעדער שטייט ביי די מחיצה און רופט ארויס זיין באשערטע, יאנקעל רופט מעכיל'ס אידענע, ווען זי קומט אן בעט מען איר זי זאל גיין רופען חייקעל'ס מאן, אזו טוט זיך א גערופעכץ און אפגעשמיסעכץ, "ווארט מיך ביי יענע קארנער", "קום ארויס ביז זיבען מינוט" איך גיי נאך זאגען מזל טוב די טאנטע דוואשע און איך קום".
ביז אלע זענען אינדרויסען און ביז ווען דער חתן טוישט זיך די קליידער און די כלה ווערט פריש באשמירט איז שוין א שטונדע און א האלב שפעטער און די פלייסיגע צווישען אונז דרימלען שוין. די גרויסע אויפ'ן טיש, די קליינע אויסגעשפרייט אויף צוויי בענקלעך.
איך כאפ זיך אויף פין קליינעם דרימעל ווען איינער פון די כלה'ס זייט וואס זיצט לעבען מיר האט באקומען ברכה אחריתא, מען ברענגט שנעל דאס גאנצע פאטאגרעפירער צו פאראייביגען דער ניגונ'דעל און אז מען גיבט אים דער מייק הייבט ער נאכאמאל אן די זיבעטע ברכה פון אנפאנג.
ערשט יעצט זעצט מען אריין דעם חתן אויבען אן צווישען די פרויען, דארט קוקט ער אויס ווי א יון אין די סוכה, דער בדחן סודות'ט זיך מיט די מחותנים און שטעלט זיך אין דער הייעך, הייסט יעדען זיצען, מאכט אפאָר וויצען, אלע בייסען זיך שוין די ליפען, ער טוט יעדען אריין ציפען, פליקט יעדען פעטער באזינדער, רעכענט אויס די עבירות פון קינדס קינדער.
די ערשטע ווען מען אויסרופען פעטער לעיזער, מיט די זיידע גלעזער, יעדער דא קען עם, וועט קיינמאל נישט אריין אין גיהנם, לויפט אינעם רעגען דעם גאָס, אפצורעכטען תיקון חצות, א געוואלדיגער גאון הגאונים, יעדען צופרי פון די עשרה ראשונים, אויפגעשטעלט אזא שיינע שטיב, יעדער האט אים ליעב, אינדערהיים איז ער געווען א בארשען בינדער, געהאט א ווייב מיט 3 קינדער.
בלאזט גיט א שופר, אין געשעפט א גיטער פארקויפער. שבת געלט איז א מנהג וואס ער טוט פון קינדווייז אן שטרעבען, וועט ער יעצט ברייט עפענען דאס בערזעל און געבען, זאל ער ווייזען פאר אלע, וויאזוי מען טאנצט פאר די כלה, שרייט אלע שרייט, מע גייט מע גייט.
די קינדער און איידעמער פון פעטער גייען מיט צום טענצעל, יעדער זיכט א דאללאר אין די קעשענע מען וועקסעלט און בארגט, מען זאגט צוה אפצוגעבען שפעטער. דער בדחן קרימט מיט די נאָז אז איינער דרייט זיך ארויס.
פעטער לעיזער'ס עטלסטער זוהן הייבט זיך אינטער מיט די האלב פארקלעפטע אויגען און הערט נישט אויף צו געניצען. א אינגעלע ברענגט דאס גארטעל אבער דער זינגער דארף פונקט מאכען א טעלעפון קאל, אָן אים ווייסט מען נישט וואסארא ניגון עס קומט אויף די רייע, ווען ענדליך דער זינגער וויל שוין זינגען האט א קינד אוועק געכאפט די מייק און די כלה שטייט ביז דעווייל אינמיטען דריידעל, איינער זאל איר א כאפ טוען און זינגען דעם געדאטשקע.
פעטער אליעזר איז שוין א איד אין די מיטעלע אכציג, אזוינע שפעטע שעות ווייסט ער ניטאמאל צו ער איז וואך אדער איז ער אינמיטען א טיעפען חלום, אבער די מומע ביילא האט אים נישט אהיים געלאזט ביז איצטערט, זי וויל זעהן ווי ער טאנצט. זי טרעפט א געניצטע פארשמירטע פאפיר פון טיש און ווישט זיך דערמיט אפ די אויגען, זי טוט קוועלען ווי דער מאן נעמט דאס גארטעל ווי א אינגעמאן און זינגט דעם אלטע'ן רבינ'ס הקפה ניגון. דערנאך טאנצט ער זעלבסט מיט'ן חתן אליין. דאס פריער צוקנייטשער שטערען בליטשקעט יעצט ווי א שיינטורעם. אלע מחותנים רוקען זיך ביסלעכווייז אריין אנטייל צו נעמען אין די געשעהניש ווי פעטער לעזער איז פרייליך. אז ער ווערט פארטיג באגלייט מען אים ארויס פון זאל און דער בדחן נעמט די פארבליבענע אויפ'ן צימבעל.
און יעצט וועט מען אויסרופען א רייכען פעטער, אים צו אויסרימען וויל איך בעטען א היתר, ער טיילט דאך אויס צדקה אן א שיעור, טרינקט נאר כשר'ע ביער, שוין גענדיגט ש"ס אן א צאהל, דף היומי לערענט ער קיינמאל.
פעטער ישראל שלום -א פעטער פון די כלה- גלעט אויס דאס ציגען בערדעל, מיט'ן אריסטאקראטישען בליק קוקט ער זיך אים אויף זיינע ארומיגע און הייבט זיך אויף לאנגזאם, טוט זיך אריענטירען, נישטערט אין צוריסענעם בערזעל אָן אויפהער, וואלט מען געקענט מיינען אז מען רעדט דא פון א צוואנציגער כאטשיג. ער קנייטשט איין דאס גרין -איין דאללאר- בלעטעל אין שטיפט עס אריין באהאלטענערהייט צום בדחן אין האנט, ער בארעכטיג זיך און זאגט מיט זיין פולישער אקצענט "דער שוחט וואס קויליעט דעם טשיקען ערב יום כיפור באקומט אויך נישט מער".
ער גיסט זיך אן אביסעל וויין פון פעסעל, גיבט לחיים די ארומיגע פיל מיט עמאציע און טוט דאס זעלבע ווי זיינע פאָרגייער, בריקעוועט מיט די פיס און אלע קינדער האבען הנאה ווי ער ווארפט מיט'ן גארטעל אגרעסיוו צו אלע זייטען.
פעטער גבריאל מיט'ן האמבורג היטעל קוקט טאקע אויס ווי דער וועלטס נער, אז דער בדחן מאכט פון אים היבש חוזק, ביים טאנצען הייבט דער זינגער אן זינגען דעם צענטראלען חי' ד' ניגון, אז יעדער לאכט שוין טוישט ער דאס איין צו כי לד'.
ווען פעטער גבריא'ל וואס קוקט אויס פונקט ווי זיין ברידער -דער זיידע ע"ה- קומט נענטער צו די כלה כאפט אונז אלע אן א בענקעניש נאכ'ן זיידען וואס וואלט זיכער פארגעניגען געהאט צו זיצען דא מיט אונז. די שוויגער כאפט א בילד און מען קישט זיך מיט'ן פעטער וואס פארטרעט די משפחה ביי די עלטערע לייט. ער ווינשט אן די קינדער און אייניקלעך און גייט אויך אהיים.
מען האט שוין אויסגערימט אלע מעלות פון טאטע און שווער, מיר האבען אליין נישט געוויסט וואס פאר א ענבי הראזשינקע דא האבען זיך משדך געווען. ביידע מחותנים האבען שיעורים און טיילען צדקה, האבען א גיט הארץ און האבען אריין געלייגט גרויסע כוחות אויפציעהן א חסידיש שטוב, אלע ביידע זענען גרויסע חסידים פון זעלבען רבי'ן און געבען זיך אוועק דעם אייגענעם קישען פאר א ארעמאן. דער הספד וואלט אנגעגאנגען ביז פארטאגס און עמערס טרערען וואלט געפלאסען ביז ארויס פון זאל ווען נישט מען מיז זיך נעמען איבערען חתן כלה זעלבסט.
ווי שטענדיג הייבט זיך עס אָן מיט א משל פון א בן מלך, דער נמשל קען יעדער. דער בדחן באנעמט זיך לאנגזאם אז ווער עס איז נאך אויף אין זאל ווערט יעצט פארשלאפען פון זיין געמויזעכץ. ער מוסר'ט זיי אָן א פארציע ביז זיי וויינען.
דאן ער טוישט דעם ניגון און הייבט אן צו בענטשען דאס אינג פארעל און אלע וועקען זיך אויף.
דער הויעך פונקט קומט אצינדער ווען דער חתן שטעלט זיך אוועק ווי א העלד פאר די כלה צו זינגען דעם אשת חיל, אלעמענס אויגען זענען געוואנדען ווי דער חתן שטעלט זיך אויף און כאפט אן שעמעוודיג זיין לעבענס באגלייטערען. די כלה שטייט אינטערטעניגט, ווי א קעניגען גלייך אקייגען איבער דעם קעניג מיט אראפ געלאזטע פארוויינטע אויגען פיל מיט באגער און באשיידונג צום לאנג ערווארטענער מאמענט וואס אויף דעם קוקען ארויס עלטערען און משפחה.
מיר קלייבען צוזאם די שלאפעדיגע קינדער און מען גייט אהיים, מען ווינשט נאכאמאל די באבעס און מומעס מיט אלע געשוויסטער, מען לאדענט איין אויף שבת שבע ברכות און זאל דער אייבערשטער העלפען אז דאס אינג ביימעלע זאל זיך צו בליעהן און פרוכטבארען צום שיינקייט פון די גאנצע משפחה.
מיר זענען פון די אייניגע קליינע משפחה'לעך וואס זענען שוין אנגעקומען אין א מזל'דיגע שעה נאך איידער מערסטענס קאנטרי-לייט. מען גרייט זיך צום ערשטען שבת מיט גרויס געהויבענקייט. ווי עס איז דער שטייגער, האט מען היבש זאכען פארגעסען צו ברענגען. עס שאָדט נישט, צו אונזער גליק איז וואל-מארט נאך נישט ארויס פין ביזנעס און מיר זענען באלד אויפ'ן וועג.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
דער אייגענטומער לויפט ארום זייער פאַרסאַפעט מיט האלב אראָפגעפאַלענע הויזען-טראַגער, ער מאכט זיכער אז קיינער פאָרט נישט אריבער א רער אין דער ערד. פרובירט צופרידען שטעלען אלע אידענעס וואס האָבען זיך אפצורעדען אויף פריזערס וואס פרירען נישט גענוג, לעכעריגע סקרינס אין די פאָרטשען, פעלערהאפטיגע גאַז רענטשעס אא"וו. ער טיילט אויס באַטעריען פאר די "סמאוק-אלאַרמ'ס.
די קינדער פרייען זיך צו די פאַריעריגע גיטע פריינד און ווערען פאַרשוואונדען צו יענעם עק קאָנטרי, זיי קומען נאָר צוריק ווען זיי דאַרפען עפעס אין מויל אדער ווען איינער האט זיי געשלאגען.
איינע באטראכט דעם צווייטענס קינדער. פשֶע ביזטו געוואקסען משה'לע, קום לאמיך דיר זעהן דיינע שיעכ'עלעך חנה'לע. די מאמעס לייגען צו א קאמפלימענט.
די פרויען זענען פארנומען מיט'ן צוגרייטען דעם קאָך און אויפהענגען די פליגען כאפער'ס, מען לאזט די קינדער שלעפען פון פריזער און שאַפע, לעמאָן אייסעס מיט פארפרוירענע דרינקס אַבי זיי זאָלען נישט שטיין אינטער די פיס. עס קוקט אויס ווי ערב פסח א שעה פאר'ן זמן. דער טעלעפון ארבייט היינט פלייסיג, עס הערט נישט אויף צו קלינגען פון די נייגעריגע פריינד און אנדערע קאָלאָניס, זיי ווילען וויסען צו מ'איז שוין פאַרטיג אויספאַקען. און שכינים האבען שטענדיג וואס צו בארגען. קוים וואס מען איז דא און דער וואַש-מאַשין שטייט שוין אין פולען באניץ. אלעס איז ווי פאר א יאָר אן קיין באַזינדערע איבעראַשונגען.
געשיקטע אידענעס ווילען פאָרט א שמועס טאן, עס ארט זיי נישט אז די בענקלעך זענען נאך נישט אינדרויסען, און די וואס יא זענען דורכגעווייקט נאַס. זיי באשטייען צו פלעטקען פראָסט אזוי אינטערען צווייגיקער בוים וואס לאזט אראפ טראָפעלעך פונעם קוים פאַרענדיגטער רעגען. זיי מיזען אניאָגען צו הערען אלע נייעס שטייענדיג מיט'ן זאק וועש אין די הענד און פאריקטען טאָרבאַַן.
דער גראָסערי מאַן איז אויך מיט א יאָר עלטער, ער דערמאנט נאך יעדען פון די יעניגע פרוי וואס איז אים שולדיג געבליבען פאר צוויי יאר צוריק זיבען דאללאר. ער האָפט שטארק אז מען זאל נישט היי-יאר אוועקלויפען קויפען אין דער פרעמד, דאס יאר זאגט ער, "וועל איך פארקויפען קרעפטיגע היימיש געמאַכטע קאלטע אָראַנדזש דזשוס" אויך א גאנצער אויסוואַל פון בעקעריי פריש און וואַרים. הייסע קאָפי אינדערפרי און מעגליך, נאָר אפשר, וועל איך ברענגען פיינע סאָשי פון א רעסטאָראַנט אין טאון.
גיי גיב אים צו פארשטיין אז זיינע פרייזען זענען געשוואלען ווי דער בייכעל וואס ער שלעפט.
ער דערציילט אלע אידענעס וואס קומען אריין -צושטיל- א גרויסען סוד, אז ער גייט זיך לאזען צוזאם ציעהן דעם מאָגען און ווערען דאַר. א פרוי ענטפערט אים, שאַא זאָל אוודאי נישט שאָדען קיין עין הרע.
דער רעגען קומט אראפ אָן אויפהער, מען באָדט זיך אין מאָראַסט אבער אז מען רעדט צו די מאמע אין שטאָט לייקענט מען דאָס גאנצע רעגען. מיט'ן טרייסט אז ערגעץ אנדערש איז אויך מאָראַסטיג
וויבאלד עס לייטערט זיך אביסעל אויס און דער רעגען פאָלגט נאך מיט א צפון ווינטעל, ליגען מיר שוין אויפ'ן צוזאם-לייג בעטעל, אינדרויסען פון די פאריעֶריגע אבער שוין אויסגעריינטע באָנגעלוי. די ווייסע זימער פויגעל דערשפירען אונזער אנוועזען, זיי קומען צופליעהן א לאנגע שטרעקע פון זייער נעסט אין טיעפען וואלד, אלע אויפאַמאָל מיט א גענויע פונקטליכקייט ציפשען זיי פרייליך און העפליך לכבוד אונזער אנקומען, ווי אלטע גיטע פריינד וואס זעהן זיך נישט א לאנגע וויילע.
דאס קאַלעך פון דרויסען איז היבש אפגעשיילט פון קאַלטען ווינטער, א שפין האט באוויזען צו לייגען א וועב ביים אריינגאנג פון באנגעלוי און דער רוסישער גוי וואַלידמָאר האט שוין אפגעגאָלט די פארברענטע גראָז מיט זיין אַלטען פארדזשאַוועטער טראַקטאר וואס קרעכצעט אינטער יעדעס מאָהל מען צינדט אים אן אויפסניי.
מיר ליגען ארום גענומען מיט א פילפארביגער פענעראַמע פון אלע זייטען טינקעל-גרינע גראז וואס גיבט ארויס א בשמים שמעקעדיג גערוך בעסער פון די בעסטע זאַלב-אויל אז עס צוגייט אין די קושקע. א פלאַטערבלעטעל פליהט, א פלעדערמויז דזשומעט, די אויגען פארמאכען זיך ביסלעכווייז פון דער גאלדענער זון וואס בראָהט אויפ'ן קערפער און פאַרבט אפ דאס פנים, קודם רויט דערנאך ברוין.
יעצט קען דינערען און בליצען, די ערליכע שכינים צינדען שוין אָן די יולי 4 פייער-וואָרקס. איך הער נישט א קרעכץ. מאַמעס שרייען, קינדער וויינען, אויטאָס גלאפירען און איך בין ווי טויב צוגעשמידט צום לעכעריגען נאָגיאַד.
די פרישע גרעזעלעך טוען ערוועקען א ציעהנדע בענקשאַפט וואס צועפענט דעם געדענקעניש קאַמערעל און ציעהט אוועק דעם געדאנק פון איצטיגען קאנטרי צו ווייט אוועק, א צירקע יאָרען זענען שוין פארביי, ערגעץ אין די אינגעלישע יארען ווען מיר זענען געזעצען אינטערען גרויסען ברייטער בוים וואס איהרע קרומע צווייגען האָבען באדעקט אונזער פאָרטש מיט האַלב פונעם וואש-צימער. עס פאַלט פון איהר אומגעצייטיגטע עפאלעך, מיר קינדער האבען זיי אומוועלענדיג צוטרויטען אריבער פארענדיג מיט די "ביג-וויל'ס".
מיין גרויסע ברידער ישעי'לע פלעגט פון אים ארָאפקראַצען דיקע שפעֶנדלעך און זאגען ער וועט עס אוועק לייגען פאר ווען ער וועט ווערען א טאַטע, און עס פארקויפען אלץ פימזען האָלץ אין קליינע שאַכטעלעך פאר די אלע פרומע לייט וואס לייגען אריין העלצעלעך ווען זיי שניידען זיך די נעגעל אין מקוה.
ארום א רויטען טיש איז דאס געווען, מיט בענקלעך וואס די ראָסטיגע נעגעל האט ארויסגעשטאַרט פון אלע זייטען און קיינער האט זיך נישט געקימערט אים צו פאריכטען.
די מאמע האט אונז דארט טעגליך דערציילט די מעשה פון גאָלדי לאַקס, ווען א קאנטרי רואיגקייט איז אויסגעגאָסען אויף איר פנים.
דורכדעם האט זי קונצליש ביסלעכווייז באוויזען אריין צו קייקלען דעם גאנצען טעלער שניצעל מיט רייז אדער איבערגעצויגען פלייש מיט פרישע קאָרן אין אונזערע קליינע מיילער, דערנאך ווען זי איז געגאנגען ברענגען דאָס אייז קאַלטע פרוכט זיפ זענען מיר שוין לאנג אַנטרינען, צוריק אין וואַלד אריין ווי מיר האבען געבויעט א כאַטקע צווישען צוויי געדיכטע ביימער, און זיך איינגערעדט אז ווען ער וועט זיין פאַרטיג וועט די מאמע אונז לאָזען ארויף שלעפען דאָכענעס מיר זאל קענען דאָרט איבערנעכטיגען.
פון גרויס פרייד האב איך אפילו א בריוו געשריבען צו די באָבע קיין וויליאַמסבורג, אז מיר וועלען זיך צוקוקען ווי די הערשען קומען ארויס אינמיטען די נאַכט, מיר האָבען שטענדיג פלאַנירט ווי אזוי מיר וועלען דעם הערש פאַרכאַפען אין א נעץ און בינדען הענט און פיס, שחט'ן און אָפבראָטען, עסען זיין האַרטע צינג אויף סאַפער.
אז סי טינקעל געווארען איז די מאמע אונז געלאפען זיכען איבעראַל, געשיקט די גרויסע שכינים אונז אהיים רופען, מיט א סטראַשע'דיג שטומע האט זי געזאגט זי וועט דערציילען דעם טאטען סוף וואך. די האַרטע רייד האט אונז גאנץ ווייניג דערשראקען. געוויסט האבען מיר אז ער וועט אונז -ווי שטענדיג- אהיים ברענגען ווייסע טשאקלאד מיט ניס.
אויפ'ן וועג אהיים האבען מיר נאך געשלעפט מילך קעסטלעך און נאָכגעלאָפען רעקאָנס מיט צווייגען וואס מיר האבען אראָפ געזויגען פון בוים. באַהאַלטען די אוצרות אינטערען באָנגעלוי, פאַרדעקט מיט א ברעט אז קיינער זאל עס נישט לקח'נען.
זי האט אונז אריין געוואָרפען אין בעט מיעד און ערשעפט פון ארום לויפען דעם פרייען פעלד אין קאָלאָני פראַנק און פריי. פון גרויס מידעניש זענען מיר איינגעשלאפען גלייך נאכען זיך אפבאָדען דעם שמוציגען קלעבעדיגען קאָפ, נאך איידער זי האט עספיעט צו ענדיגען דעם וויג ליד.
איך דערוועק זיך צום געשריי וואס איך הער פון די פרוי אין קינדער-צימער, "יאנקעל ווען גייסטע צו וואָל-מארט"?, אלע זיסע חלומות צופאַלען ווי א בינטעל שטרוי. א סעקונדע צוריק בין איך נאך נישט געווען דער טאטע פון דריי מיט א הויפען חובות. פאר די אויגען איז דורך געלאפען בליץ שנעל דאס לעבען פון א קינד וואס ווייסט קנאַפ אז עס קומט א צייט וואס די מאמעס ווערטער קומען צושטאנד "אוי וועסטיך נאך בענקען יאנקעלע".
אזוי ליגענדיג שפיר איך ווי אינטער די הויט פאָרעמט זיך אט דאָס ערשטע ווייסע האָרעל גרייט ארויסצושפראָצען מיט ווידערשפענונג, אומגעפרעגט, אָן רשות.
אלע קינדער זענען אין קאַר, דער צעטעל איז פוהל מיט באַדערפענישען פון וואָל-מארט. אפשר דינגען מיר א באָנגעלוי לעבען וואָל-מאַרט פרעג איך.
נאַ, לאָזען זיי אהער קומען, כאָ ליעב דעֶי קאנטרי. – ענטפער זי מיר.
דער פארקינג לאט איז פיהל מיט מיני-ווענ'ס מיט טינקעלע שויבען. מען באגריסט זיך מיט אלטע פריינט, קלאַפט זיך אין די פלייצע, באקוקט דעם צווייטענ'ס וואגען. די זעלבע געשפרעכן חזר'ן זיך איבער ביים יערליכען אנקומען "ווי ביזטו? שוין געקומען אויף שבת? קוק שוין די ביסט אויך דא?" קום אריבער מוצאי וועלען מיר פארברענגען, אא"וו. יעדערער פרעגט, וואס עט זיין דער וועטער אויף שבת? סע גייט רעגענען?
מערערע וויכטיגע און טיכטיגע ארימעלייט דרייען זיך דא ארום מיט די סעלפאָונס אָן דראָטען. צוגעטשעפעט איז א קליינטשיק מאשינדעל אין אויער וואס צינדט אָן א בלויער לעמפעל איטליכע סעקונדעס, זיי רעדען הויעך ווי צו זיך אליין. מהסתמא זענען זיי אין ריעל עסטעיט. צווישען אלע האב איך זיך געשפירט אויסגעשלאסען.
מען קויפט צוזאם ווי עס קומט א הינגער יאר. די קינדער ווילען שפילצייג מיט נאשעריי, מיר קויפען קעסטלעך וואַסער, סאָדא און אלעס וואס איז אויף סעיל. און וואס איז דען נישט? ביז דער וואָגען רינט נישט איבער, קויפט מען אָן אויפהער.
שפרה'לע וויל איך זאל איר נעמען שווימען מיט די מאַמעס, איך זאג איר אז זי וועט ברענגען א צעטיל פון טיטשער וועל איך איר נעמען, זי נעמט נישט "ניין" פאר א ענטפער, ביז ווען איך האב איר פארשטיין געגעבען אז די מאמעס וועלען מיך אריין ווארפען אין וואסער מיט אלע זאכען האט זי נאָכגעלאזט.
דער נייער שכן ר' פייוועל איז זיך געקומען שלום עליכם'ען, ער האט נישט געוואַרט איך זאל אים פרעגט ווי הייסט א איד, נאר אויף איין פיס פארציילט זיין גאנצער לעבענס געשיכטע פון ווען דער זכרון דינט אים. יעצט הייבט ער אן שטעלען פראגעס איבער מיין פרנסה און ווילאנג איך קום שוין דא. וויפיל איך צאהל. איך האב זיך געמאכט געניצען און שליקערצען, איך זאג "גיט וועלמער גיין אין מקוה צו א צווייטער קעמפ", האט ער זיך אָנגשלאָסען און מיט געקומען, א גאנצען וועג צוריק באקלאגט ער זיך אז מען האט נישט פארקויפט וויין און פארוואס כאב אים נישט געזאגט אז מען טיילט נישט דארט קיין האנטוכער.
ר' פייוועל איז געקומען אין קאנטרי אדאַנק זיין געטרייע שוועגערען וואס איז פאַרגאַנען יענע וואך. זיי האט מען פארבעטען אָבאַכט געבען אויף די צוויי משפחה ביז די מיטער וועט זיך צוריק אויף די פיס שטעלען. צווישען זיינע און יענע איז ר' פייוועל יעצט א טאַטע צו 16 כן ירבו. קיינער דאָרט איז נאך נישט געפאָרען אין קעמפ, איז ער ערב שבת ארום צו אלע שכינים זאגען און בעטען, אדער זאל מען אים באָרגען א בעט, אדער שיקט ער א קינד, צוויי, דריי, נאר ביז איבער שבת.
גיי פיהר א געשעפט מיט אונזער ר' פייוועל, ווען זיינע לאנגע שווארצע האָר פון נאז, אויער און אלע פינגער אליין רופען ארויס א באזינדער דרך ארץ.
20 מינוט נאכען זמן קומט א קינד פון שכן פרעגען צו סי שוין געווען דער זמן. מיר זענען שוין באַלד ביי קבלת שבת. די בענק אין שוהל זענען נאך פארשטויבט פונעם ווינטער, נייע פנימ'ער זיכען זיך ארום נאך א באקאנטען אדער פריינדליך פנים.
נאכ'ן דאווענען האב איך שוין געהאט 3 נייע חברים, זיך גערייכט די האנד מיט אלטע און נייע מיטגלידער, אלע זענען ב"ה צופרידען פון די נייע סידורים וואס איינער -וואס וויל זיין נאָמען פאַרהוילען- האט מנדב געווען.
א מידעל-עידזש אינגעמאן האט זיך אויך באקאַנט געמאכט פאר אונז, ער זאגט אז די קאנטרי געפעלט אים פון ערשטען בליק, ער פרעגט צו דער סווימינג פאל איז אפען צום טובל'ן שבת צופרי און ער גיבט אונז אנצוהערען אז ער איז א גיטער בעל קורא אין פאל עס איז א נויט.
שווער האָט זיך צוזאמען געקראַצט צעהן ערוואַקסענע צום דאווענען שבת צופרי, איידער עלף אזייגער איז אנגעקומען איינער פון די חבריא מיט א גרויסען האַנטוך אויפ'ן ארעם און זיך געבייזערט אז מען שטעלט נישט פאלטשע ציקער פאר די קאווע און פארוואס מ'שטעלט זיך נאכנישט. אביסעל דערנאך איז אונזער ר' פייוועל אנגעקומען מיט ברעקלעך פון קאָקאָשקעיק איבער די באָרד, ער קומט תיכף צו מיר און פרעגט ווי ליגען די חומשים. גיבט נאָכאַמאָהל שלום עליכם פאר די וואס ער האט אויסגעלאזט נעכטען נאַכט, די קליינע קינדער באַגריסט ער מיט'ן אריין שטעקען די ציצית אין אויער אז זיי גיבען זיך א צאַפעל.
ביים זינגען קל אדון איז שוין געווען גענוג מתפללים אז מען זאל אונז הערען ביז'ן שאָסיי.
די שוועגערען וואס האט פארגעסען צו לייגען אויפ'ן פייער דעם טשאלענט איז אריבער געקומען נאך די איי-מיט-צוויבעל צו פארענדיגען די סעודה. זי קוקט אויפ'ן זייגער און זאגט "זיבענע וועט מען שוין קענען טרינקען א קאָפי" און זי ווערט פארשווינדען.
צו שלוש סעודות האט אונזער באליבטער גבאי מיך מכבד געווען מיט ידיד נפש צוגעבענדיג אז איך בין אים א ידיד נאף פון פאַר-א-יאָר. דערנאך האט ער פארגעלערענט תורה און זיך פארענטפערט אז די שיינע אידען זענען נאך נישט דא, און במקום שאין איש, איז הערינג אויך פיש. ער האט פאָרגעלערענט פון אינווייניג א אורח חיים הק' צוליב די יאָרצייט וואס קומט אינטער און דערנאך האט ער צוגעגעבען אז ער איז טאקע נישט קוואליפיצירט צו זיין דער גבאי נאר דאס ווייב קוקט אים גאָר שטאַרק ארויף ממילא זאל מען אים זעהן בכבוד האַלטען.
נאך הבדלה האט אונזער ר' פייוועל געשיקט קנאָבעל ברויט אלס דאנק פאר'ן אים ארום פירען פרייטאג, און זעלבען אָטעם פרעגט ער אויב איך קען אים אהיים טראגען מאָרגען נאכט.
יא, פארוואס דען נישט?
און וואס עפעס שיקט איר שלַחמנות?
דאס איז א סגולה פאר די מאַסקיטאָס, זיי זאלען נישט בייסען, פרוביר עס אויס.
זינטאג נאָכען שווים פארען מיר צוריק אריין אין שטאט אויף א קורצע וואך, דער אמעריקאנער יום העצמאות וועלען מיר פראווען אין די קאנטרי נאכ'ן הייסען צוזאג פון די אידענע אז זי וועט נישט באַכלעפטשען צו פאָרען און ערגעץ. מעג מען איהר גלייבען?
משה'לע שטייט ביים שוועל פון באנגעלוי און זאגט מיר אָן בגזירות כיבוד אב איך זאל נישט צוריקומען אָן א פעקעל מיט גיטע זאכען.
וואס למשל ברויכסטו?
איך ווייס נישט, ברענג עפעס, עניטינג, ברענג א גרויסע באַקס מיט אסאך גיטע זאכן.
אויפ'ן וועג אהיים איז טאקע מיטגעקומען ר' פייוועל, ער האט נישט געלאזט אָנצינדען דעם ראַדיו, אויך נישט קיין מוזיק. אז איך האב גערעדט אויפ'ן סעלל האט ער צוריק גענטפערט ווי איך רעד גאָר צו אים.
ער האט מיר דערציילט אז ער איז אויף וואַקאַציע די וואָך אבער ער קען נישט אויסהאלטען פון ביידע משפחות, וועט ער ליבערשט זיצען אליין אין שטאָט אגאנצען טאג.
אין ניו דזשורסי ביים גאַז סטעשען האט ער זיך באזעצט אויף א האלבע שעה צו זיינע געברויכען, ארויסקומענדיג האט ער אָן געטוען היט און רעקעל צום אשר יצר און מיך פאָרגעהאלטען פארוואס איך טרינק די קאווע פון א נישט היימיש פלאץ.
ער האט נישט אויפגעהערט פרעגען קשיות איבער מיין פרנסה. כ'האב אים געמיזט זאגען אז זיין רעדען טוט מיך איינשלעפען, האט ער איינגענומען א שטיל שטאַנד.
אין זיין שלאָף האט ער פארציילט א גאנצע מעשה. דער סוף האב איך שוין נישט געהערט ווייל ער איז אויפגעשטאַנען און געהאַלטען און איין פרעגען ווי בין איך דא? ווער ביזטו?
איך האב אים אפגעטראגען ביז זיין טיר און דאַן האט ער מיך באשטעלט אויף דאָנערשטאָג אווענט צום ווידער זעהן. ער זאגט מיר אָן איך זאל קיינעם נישט מיטנעמען ווייל ער האט צוויי עירקאָנדישאן'ס וואָס ער וויל מיטברענגען.
צום יואלי דעם פערד'ען זענען מיר ווידער ארויס געקומען אין קאָנטרי. דער וועג איז טאקע ליידיג אבער א אידעל וואס איז שטעקען געבליבען מיט א פעלערהאַפטיג רעדעל האט מיך אויפגעהאלטען, ער האט נישט געקענט אראפ נעמען דאס שטומפיג רעדעל. אינצווישען האט זיך דער דראַמא פארברייטערט מיט'ן איבעפלוס פון ארויסהעלפער ווי תמיד. א פאָלאציאנט איז אנגעקומען און פארטריבען דאס געזעמעל.
אונזער ר' פייוועל האט מיט גרויס פרייד מיטגעבראַכט א טעיפ פון איינעם א ר' מיכלי פון נתני' און מיך באפוילען זיך איינהערען די וויצען ביז'ן סוף.
איך קום אָן שפעט און אווענט, די באנגעלוי איז שטיל און ליידיג, האלב נאך איינס שפאַנצירט אריין די פרוי איבעראַשט מיך צו זעהן אין שטוב, ווען ביזטו געקומען? האָטסטאָך נישט געוואָלט קומען, וואַט ע סאָרפרייז.
מען שווימט און מען עסט און מען לאזט זיך וואול גיין, דער דיין האט שוין צוזאם גערופען דעם עולם זאגען א שיעור אין הלכות ווערים, אנגעזאָגט מען זאל איבערגעבען אין שטוב נישט צו גיין אין לאַנגע פאָנדזשעלויס, אויך האט ער גערעדט מיט דערביטערונג איבער די יעניגע וואס לאזען די פרויען שווימען אומאיידעל און איבער פארשידענע איבלונגען און שטרויכלענישען וואס קומט פאר אין די זימער וואכען. ליידער. אונזער ר' פייוועל האט רעקאָדירט דעם שיעור פאר די פרוי זיינע.
אייניגע חבר'טעס פון א אנדערע קאנטרי האט געלאַדענט צו מאכען א געבראָטעכץ, א "קאָק-אויט" ווי מען רופט עס. זי האט אָנגעקויפט גערייכערטע צינג מיט זיסע וויין, מיט'ן געבלימטע קאָכען שירצעל האט זי געטיילט די פאָרציאָנען מיט קיפערנע מעסערס און לאנגע גאָפלעך, האַט ענד ספייסי פרענטש פרייעס, אויפ'ן טיש איז געווען שיין אַראָנזשירט הענגלעך טשערי'ס מיט אויפגעשניטענע רויטע מעלוינע.
פאר די קליינע האט זי געהאט א באַזינדערען טיש פון מאַשמעלויס מיט וואָרשטלעך אויף קליינע ברויטלעך, זיי זאָלען נישט ארום באָרדען. ווען קיינער האט נישט געזעהן האָבען די קינדער אויסגעגאסען דאס גאנצע באָטעל קעטשאָפ אויף די ריינע פלאהר.
דער מאַן איהרע -ווי סע קוקט אויס- זיצט אינטערען טיש. זי האט אים באפוילען צו ברענגען בענקלעך פון שכן, גלעזלעך פון א צווייטען, און נישט געלָאזט זיצען א מינוט רואיג. אגאַנצער צייט איז ער געזיצען ווי א שטומע באַשעפעניש און האַלב דרימעלדיג. נישט געזאָרגט דאס פרוי זיינע רעדט אַנשטאָט אים און נאָך זיבען אנדערע.
דארט האבען זיי א ווינטערייזד-באנגעלוי, זיי גייען קיינמאל נישט ארויס אום ווינטער, זיי קענען קיינעם נישט פון די ארומיגע שכינים, אבער זי זאגט סי פאָרט גיט צו האָבען א הייזקע אין אָפסטעיט ווי אלע אָרימעלייט.
זי האט געמאַכט בילדער פון אַלע קינדער און צוגעזאָגט נאָכצושיקען און מען האט זיך אפגעזעגענט.
דער מאַן זיצט נאך אלס ווי א מאָנומענט און אָטעמט אוודאי אָפ אז מיר גייען.
משה'לע פאָרט מיט זיין בייק (טאָ ווילער) בעסער ווי איך מיט'ן קאַר, ער מאַכט קונצען און באווייזט ווינדער, שפרינגט אריבער א גרויסען באַרג זאַמד און פליהט אין די לופט ווי א ערוואַקסענער ספאָרטלער. ער שטעקט אריין א פלאַסטיק קאָפ ביים רעדעל עס זאל מאַכען א גרידער ווי א עכטער מאָטאר ביציקעל און ער איז גליקליך און צופרידען.
איך בין אריבער אין דעי קעמפ זעהן און הערען וואס דער רבי האט צו זאגען איבער'ן תכשיט.
דער רבי א הויכער דאַרער אינגערמאַנטשיקעל וואס דער גאָמבע האט נאך נישט אנגעהויבען ארויס געבען פירות. דיקע ברילען און שוואַרצע לאַנגע פיאות פונעם זעלבען קאליר ווי די זאָקען, ברייטע אַרבעל ביים העמד און האלבע שיך אינדערוואָכען. קוים חתונה געהאט און ער איז שוין א רבי, אויף אים האָט מען ארויף געלייגט דעם יאָך פון מאַכען די אַכט און צוואנציג קינדער זיצען רואיג אייניגע שעה. ער שפרינגט ווען ער רעדט און באקלאָגט זיך איידעל אז משה'לע חלומ'ט היבש ביים לערנען און שוין דעם ערשטען טאג האט ער געברענגט א מיידעלע-פרענד אין חדר. אז איך האב אים געגעבען א פופציגער האט ער מיך אנגעמאָסטען פון אויבען אראָפ מיט אָפענער שטוינונג, אויף אזא גרויסען פיאַסטער האט ער זיך נישט געראָכטען. ער האט מיך בארואיגט און ארויס באגלייט ביזן טעראַסע, הייס צוגעזאגט צו האלטען משה'לען אינטער די לייצעס.