מכות אין וויענער בית המדרש - שבת בראשית
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1646004
ווידער איז געגאנגען קלעפ אין א חסידישער בית המדרש בעצם שבת קודש - שבת בראשית. אין וויענער בית המדרש האט מ.ר., פין די גרויסע באוויסטע לוחמים קעגן די עירוב, חושד געוועהן א צווייטען אינגערמאן אז ער האט עם באהאלטן דער שטריימעל אין טלית. דער אינגערמאן האט דאס געלייקנט. מ.ר. האט געוואלט דעם אינגערמאן חונק זיין. דער אינגערמאן האט א כאפ געטאהן א גלאזערנעם באטעל אין געהאקט מ.ר. אין קאפ דריי מאל ביז די באטעל האט זיך ציהאקט איבער זיין קאפ אויף שטיקער.
מען האט געריפען הצלה, אין מ.ר. איז אריין געפירט געווארן איז שפיטאל מיט ביטערע וואנדען.
ווער עס האט מער פרטים איבער די געשעעניש זאל ביטע מעלדן.
תוקן על ידי - Kutchma - 30/10/2005 1:46:40
די ארונים קעגן איבער האבן זיך געווייקט אין די ווינע מקוה האבן זעט אויס איבערגעלאזט א השפעה...
פאר אלע די וואס האלטען באמת אז די עירוב איז אסור -
וועלכע איז א גרעסערע עבירה טראגען מיטן עירוב אדער שלאגען א יוד ?
וואס פאר א שאלה איז דאס? זיכער איז טראגן מיטן עירוב פיל הארבער. דאס טוט דאך מהרס זיין די גאנצע שליטה פון סאטמאר אין וויליאמסבורג און וואס קען דען זיין ארגער ווי דעם?
און באמת ווען די די וויליאמסבורגע באהערדע וואלטן געהאט שכל גלייך ביים אנהויב וואלטן זיי אנגענומען דעם צוגאנג וואס ר' אהרן האט געבעטן פון זיינע שטיצער אז סאטמאר טראגט נישט אבער מען קען נישט שרייען אויף א איד וואס האלט אנדערש ווי דיר, ובפרט ווען ער האט גאר ערנסטע תלמידי חכמים אויף וועם זיך צו פארלאזן.
און אזא איד ווי מר גרינבוים וואס אים גייט ממש בנפשו דער ענין ברויך ווי אמשנעלסטן זען א גוטן דאקטאר (ערנסט גערעדט) ווייל דאס קען אים נאך צוגרינד לייגן.
דאס איז אויסער דעם וואס איך זע נישט וואס ער טוט אויף אז א גאנצע כאפטע קלויזנבורגע, פאפאנע, וויזניצע, און נאך לויפן אים נאך מיט די שטריימלעך און טלתים אין די האנט, וואס טייטש אז ער איז גאר דער גורם דערצו.
כמו טערקיש דיפלאמאט
מען דארף פרעגן פארן דער אינגערמאן האט א כאפ געטאהן א גלאזערנעם באטעל אין געהאקט מ.ר. אין קאפ דריי מאל ביז די באטעל האט זיך ציהאקט איבער זיין קאפ אויף שטיקער.
א גיט מארגן משה'לה. איך ווייס נישט אויב די קענסט דער מ.ר. ער האט אבער א היסטאריע פין זיך באניצן מיט "ווייעלענס." ער איז ראוי געוועהן צו הארגענען דעם וויענער אינגערמאן. איך קען דאך עם. אין אינזער תורה שטייט "הבא להרגך השכם להרגו." לדעתי האט ער געהאט א דין פין א רודף בו בזמן ווען ער האט דעם אינגערמאן פראבירט חונק צו זיין.
בלייבט די פראגע בתקפו, איז טראגן מיט די כשר'סטע עירוב וואס איז נאר אמאל געבויט געווארן (לפי עידות רבנים המכשירים, (יא איך ווייס אז די קענסט דאס נישט ליינען, עס טיט דאך אזוי וויי) אזוי הארב ווי רציחה?
וואס זענען פונקטליך דיינע צדדי השאלה.
צו מען מעג בכלל שלאגן?
אדער וואס איז ערגער מחלל שבת זיין אדער שלאגן?
אדער אזוי ווי דו ווילסט אוועקשטעלן שלאגן, אדער טראגן מיט א כשר'ן עירוב עפ"י הלכה?
אדער אפשר אויף וואס מען דארף ענדערשער מוחה זיין?
ווי איז די מעשה געווען, אין ווס"מב אדער ב"פ?
מיין שאלה איז פשוט. די ביסט אוודאי מודה אז די גרעסטע רבנים פין שטאט זענען מתיר די עירוב. פארוואס איך רוף זיי די גרעסטע, ווייל אפילו די סטמר'ע רבנים ווען קענען זיי זיך נישט קיין עצה געבן מיט הלכה לויפן זיי צום מתיר העירוב. אפשר זייט ער האט מתיר געוועהן די עירוב נישט, אבער ביז דאן יא. לייקען נישט, עס איז א פאקט. וויל איך וויסן, זענען אויך דא רבנים אפילו סטמא'רע רבנים וואס האלטן אז מ'מעג הייבן הענט אויף א צווייטען.
איך האף אז די האסט נעמן פין דיינים וואס געבן ענק, סיי סטמאר'ע אין סיי לוחמי העירוב, א היתר צו טיילן מכות, ווייל אז נישט צו וואס דארפן ענק א בית דין מיט דיינים וכו' וכו', מען הארכט דאך ממילא נישט צו זייער רייד.
איך ערווארט נישט קיין קלארע תשובה. איך שטעל דיר שוין סייווי אויף דיין חזקה, דערפאר דארפסטו זיך נישט איבער ארבעטן.
משהלע
איך וועל דיר טרייען מסביר צו זיין
די שאלה איז צו מעהאט געמעגט נעמען א באטל פון בראנפן וואס האט מסתם געהאט הרהקוה"ט הלל וויינבערגער'ס הכשר ושמו הקדוש אין מיט דעם להכות בקוקדו פון איינעם וואס איז מוחה קעגן עירוב,
און צו דיר קוטשמע, צו מיש נישט משהלען מיט חניקה, יעצט איז געוועהן שבת בראשית וואו קומט אריין חניקה, ממש ווי א יוון אין די סוכה אריין.
משהלע
דא האסטו גאנצע פיהר געזונטע נושאים
מכות
מחאה
מ.ר.
וויען
לאמיר זעהן ווי לאנג סוועט נעמען ביז דו וועסט פארפאהרן קיין קאלאשזוואר אדער סאטו מארע
נו רבותי! איך האב נישט געמיינט ארויפצוברענגען אזא מחלוקת אין ממש געציילטע מינוט, השם ירחם!
בסך הכל אן הערה בעלמא אז מ'זאל נישט ארויסגיין פון פראפארציע...
כמוטערק
קומסט מיר אויס ווי דער בית יוסף אליין
מזאגט נאך בשמו אז ער זאגט אויך:
וואס מאהט מען אזא טומעל און מחלוקת, איל האב ס"ה געפרעגט וועגן דעם נס פון די אכטע נאכט, איך צו שוין צוריק פון מיין קשיא.
כך שמעתי מפי עד שמועה בחזיון הלילה.
דאס איז קלאר אז יענער וואלט נישט ארויס לעבעדיג פונעם חניקה וואס ער נעמט נישט די שריט.
קוטשמע הייבט אן דעם ארטיקל: שוין ווייטער זיך געשלאגן אין א חסידיש ביהמ"ד.
געוויס. מוז זיין אז וויעעען איז שוין א ריכטיגע חסעידות, ווייל ווי איז דען מעגליך אז א יעקע אשכנז זאל הייבן הענט, און נאך מיט אזא פראפעסיאנאלן אופן ברעכנדיג א באטל אויף יענעם'ס קאפ. זעער שעהן, זעער שעהן.
צוזאמען מיט זיין טראנספארמאציע פון איבערדרייען א אלטע יעקישע קהילה, האט דער ווינער רב שליט"א אדאפטירט חסידישע שלעגעריי...
וואס איז די איסור צו שלאגען א מילאך קעסטעל?
וואס בין איך?
וואס איז געווארן מיט דעם געשלאגענעם איד? לעבט ער? איז ער אין שפיטאל? ביטע אפדעיטן...
מסתם האט דער געשלאגענער ארויסגעכאפט דעם היתר בי"ד וואס ליגט אין לעדל פון גאב"ד וויען. דער שלעגער איז לכאורה געווען איינע פון די אונטערגעשריבענע וועלכער האט מורא געהאט פאר וואוילזיין. הבא להרגך השכם והרגו.
וואס האט פאסירט היינט און קליוולאנדער מקוה?
היינט גאר פרי פארטאגס אין מקוה דקליוולאנד שבוומסב"ג, איז א שווארצער גוי אנגעפאלן אויף א איד און אים געזעצט מיט אן אייזערנעם רער אין קאפ, די הצלה האט געמיינט אז ער איז שוין טויט, און מ'האט אויפגעוועקט זיינע קינדער.
די פאליציי האלט לויט אלע אנדייטונגען, אז דאס איז נישט געווען קיין רויבעריי אדער סתם געווענליכע האלד-אפ. דאס זעט אויס ווי אן אפגעווארטע אנפאל. דער ספק איז נאר צו יד ישראל באמצע, און וועלכע איד. מענטשן האבן שפעקולירט אז אפשר איז דאס געעוען פון די וויענער, אבער די וויענער טענה'ן אז זיי האבן נאך נישט קיין שחורים, דאס מוז זיין פון א צווייטע קהילה...
איך קען נאר איבערגעבן וואס מ'שמועסט דא אין מקוה, ס'איבעריגע וועלן מיר דארפן הערן פון די לאקאלע רעפארטערס אין פארק.
איך פארשטיי פון אן אנדערע אשכול אז דער איד איז דער זעלבער וועמען מ'האט שבת אנגעהאקט אין וויען, מיט א באטל אין קאפ (נישט מיט א פייפ).
ווער וויסט זיין מצב? ביטע מודיע זיין.
ה' ירחם.
At 10:30 AM, Anonymous said…
the police is looking now on ROSS ST FOR sombody by the name SAMET .. SAMET
http://vosizneias.blogspot.com/2005/11/williamsburg-serious-assault-in.htmlאז מען איז מחלל שבת קען מען טאן אזא זאך פאר א איד וואס שרייט שבת!!!
איך הייב שוין אן איינצוזען אז דער קעפל פון דעם אשכול איז ריכטיג, עס איז אבער ווייטאגליך צו זען ווער די טעראריסטן זענען, די אומשולדיגע אוהבי ישראל וואס ווילן נאר אן עירוב כדי עס זאל זיין " מנוחה " און "שלום" אין שטאט...
אויך איז ווייטאגליך און שאקירנד ביי וועלכע מיטלען מ'האלט שוין, נוצן וואפן וואס קען רח"ל ערלעדיגן אינגאנצן, רח"ל.
יעצט בין איך צופרידן צו זיצן אין מיין באקוועמע בארא פארק, וואו מ'שרייט טאקע נישט שבת, אבער מ'לאזט לעבן די אידן וואס ווילן נישט טראגן שבת.
איך האב גראדע געהערט אז עס האט צוטון מיט'ן אוועקשיקן די גוים פון בעדפארד דיוויזשאן.
פונקטליך וואס ווען וואו ווייס איך נישט, אבער כך שמעתי.
תיקון טעות:
איך האב געמיינט איך געפין זיך אין דעם אשכול מיטן קעפל : וועט זיך נאך אויפהערן טעראר אין וויליאמסבורג, און צו דעם האב איך באצויגן מיין בליק און אפשאצונג.