היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש ???

וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש ???

16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1642695

gishmoker » 28/10/2005 04:40


וויאזוי זאגט מען אין ריין אידיש דאס ווארט

געווינען ??

DellUser » 28/10/2005 05:18

געזיגט?

kutchma » 28/10/2005 05:29

זיגרייך. אגב, דאכט זיך אז ריין אידיש איז נישט פארהאן. פלעין אידיש יא.

worldwar » 28/10/2005 07:11

געווינען מוז נישט אייביג זיין אין א קריג
אזוי ווי למשל געווינען די לאטערי
אין חדר גידענק איך א לשון "די פרוי האט געווינען א יונגעל"

אחת_למעלה » 28/10/2005 07:25

געווינען איז א ריין אידיש ווארט; עס פארמאגט נישט קיין שמץ בלע"ז אין זיך.

איחודמעמבר » 28/10/2005 12:11

וויאזוי מען זאגט עס אויף לשון קודש ווייסטו יא?

משה88 » 28/10/2005 13:40

אהרונים

בענעדיקט16 » 28/10/2005 15:21

וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש

אפילו

קרינסקי » 28/10/2005 15:43

אחתלמעלה

ווי תורה דארט חכמה

האסט א געוואלדיגער כשרון צו כאפען א ווערטל.

באראפארקער » 28/10/2005 16:46

דאס בעסטע וועג צו וויסען א אידיש ווארט, איז קוקען אין בית יהודה חומש, אדער אין משניות פיעטרישקא - אויב מען פארמאגט איינס. צוויי בענדער זענען דא אויף seforimonline.org

איז אלזא דארף מען אזוי טוהן.
א. געפין אויס דאס ווארט אויף ענגליש,
ב. קוק נאך דאס ווארט אויף לשון קודש - העברעאיש (דורך babylon).
ג. זוך דאס ווארט אין חומש אדער משניות דורך dbs.
ד, קוק נאך אין בית יהודה אדער פיעטרישקא.

הצלחה רבה.

באראפארקער » 28/10/2005 17:39

אגב,
דאס ווארט געווינען, האט נישט דאס גלייכען אין ריין לשון קודש, ווען עס שטייט אין פסוק אז איינער האט געזיגט א מלחמה, שטייט נישט וינצח, נאר ויכם וכדומה.

לאמיר נישט פארגעסען פין דידן נצח.

איחודמעמבר » 28/10/2005 18:46

אין די היינטיגע אהרונישע לעקסיקאן איז פאראן א נייעם באגריף אין לשון הקודש אויף א געווינס:

נפל - געווינען
תיפול — זיעער געווינען...

kutchma » 28/10/2005 21:57

די ליינטסט נישט די איד? אפילו = טראץ! שעם דיך "אפילו" צו פרעגן אזא "שאלה."

gishmoker » 28/10/2005 22:01


איך האב אייגנטליך הנאה אז דער עולם דא פארשטייט מיין "תמימותדיגע" פראגע.

מיין וואונדער איז נאר פארוואס קיינער פון זיי איז נישט מגיב? קען זיין זיי ווייסן נישט וואס דאס מיינט

קומפוט » 28/10/2005 22:27

וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש




בעיה -- פראבלעי"ם

תוקן על ידי - קומפוט - 28/10/2005 22:26:54

בענעדיקט16 » 30/10/2005 07:39

קוטשמא

במחילת כבודך, טראץ מיט אפילו זענען צוויי באזונדערע זאכען. טראץ איז אידיש פון 'על-אף'.

מען קען נישט זאגען: איך בין טראץ נישט געגאנגען אין חדר יענעם טאג.

אדרבה (און וויאזוי זאגט מען 'אדרבה' אין אידיש?), העלף מיר.