אין ליכט פון דעם וואס די חכמי כ... האבן געטראפן א היתר און ליידער מכשיל געווען טויזנטער אידן מיט טראגן אין א רשות הרבים דאורייתא (אגב נישט יעדער איז ביי דער מיינונג אז דער סאטמאר רבי זצ"ל האט געהאלטן אז וויליאמסבורג איז א רשות הרבים דאורייתא. אין זיין ספר ברענגט ר' אשר מאנן שליט"א בשם פאיער רב שליט"א אז עס איז קלאר אז דער רבי ז"ל האט נישט געהאלטן אז וויליאמסבורג איז א רשות רבים דאורייתא. אבער דער איבערוויגנדער רוב, און אויך אין דעם שמוציגן צוזאמקונפט אין קליימער האט מען אזוי געזאגט בשם דער רבי'ן) איז מיר געקומען אויפן געדאנק אזא טעארעטישע שאלה.
וועלן די וואס שרייען אין די גאסן אויף אנשים נשים וטף וואס טראגן מיטן כשר'ן ערוב, באקומען שכר אויף יענער וועלט פאר די גרויסע מצוה פון נאכשרייען פרויען און לערנען זייערע קינדער אז נאר וואס זיי האלטן איז תורת אמת און אנדערש קען גארנישט זיין? און אז צו שטיין אין די לאנגע שבת נאכמיטאגס וואס אמאל האט מען געוואוסט אז מען טאר זיך נישט זוימען קיין רגע ווייל דאס איז די צייט וואס די גאסן זענען פיל מיט פרויען און עס דארף אויסגענוצט ווערן בלויז פאר זיצן און לערנען, און היינט צוטאגס האט מען געלערנט די קינדער צו שטיין און זוכן פרויען וואס זייער גאנצער חטא איז ווייל זיי פאלגן נאר אויס זייערע רבנים וואס ערלויבן זיי צו טראגן מיט דעם עירוב, און זיי נאכזידלען מיט די מיאוס'טע לשונות של גנאי. וואס איך מיין צו פרעגן איז אויב זיי וועלן באקומען שכר אויף דעם וואס זיי מיינען עס אמת'דיג, און האלטן טאקע ווי זייער קארופטירטער חינוך האט זיי אויסגעלערנט צו האלטן אז די וואס פאלגן זיי נישט זענען עתיד ליתן הדין.
די וואס טוען דאס נאר פאר די "פאן" איז פשוט אז זיי באקומען שוין זייער שכר דא אויף די וועלט, און וועלן גארנישט האבן קיין תביעה דארט אויבן, אבער די וואס פאלגן נעבעך זייערע רבנים, (וואס זענען ליידער געטריבן פון דעם אני ואפסי מענטאליטעט, ווי ער איז ערצויגן געווארן) אויף די איז די פראגע, וועלן זיי עפעס קענען פארלאנגען?
(אגב איז געווען א מחי' צו זען דעם שבת אז ערליכע אידן האבן זיך ערלויבט צו טראגן אן קיין מורא, און אן פחד פאר דעם טעראר ווי יעדע וואך, ווייל די קעלבלעך האבן נישט געוואוסט מבחין צו זיין צווישן אן עירוב וואס דארף בלויז זיין צווישן הויז און די סוכה, און וויסנדיג אז שבת חוה"מ "מעג" מען מאכן א עירוב, האבן זיי פארשטאנען אז אין גאנצן שטאט מעג מען טראגן. ה' הטוב יכפר. אזוי האב איך געקענט טראגן אן דעם וואס איך זאל זיך דארפן שלאגן, ווי יעדע וואך...)