היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » שמחת בית השואבה בחצרות באבוב

שמחת בית השואבה בחצרות באבוב

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1628614

לכבוד_שבת » 20/10/2005 08:22

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

איחודמעמבר » 20/10/2005 21:29

נעכטן נאכט ביי אשופיזא דיעקב בין איך געפארן קיין בארא פארק בייצואוואוינען רבישע הויפן.

ביי כ"ק אדמו"ר מבאבוב שליט"א איז געווען ווי אלע יארן א ריזיג געפאקטע סוכה. די סוכה איז היי יאר גענצליך איבערגעמאכט געווארן. עס האט זיך שטארק אנגעזען די "באבוב'ער ערנסטקייט" ביים ציבור אויף די פארענטשעס.
עס זענען געווען א סאך בארא פארקער און אויך וויליאמסבורגער אידן וואס זענען געקומען בייאוואוינען דעם טיש. דער באבובער רבי שליט"א פירט מיט'ן גאנצן באבובער שניט, וואס דערמאנט אין זיין גרויסן פאטער כ"ק אדמו"ר הגה"ק מבאבוב זצוק"ל.

ביי כ"ק אדמו"ר מהרמ"ד שליט"א איז די סוכה אין א וועירהאוז אויף 14טע עוועניו צווישן 44 און 45. מען גייט אריין תיכף פון דער גאס, און אויף דער גאס זעט זיך אן א טומל פונעם עולם. אבער דער ציבור אינעווייניג איז בכלל נישט קיין פארגלייך צום עולם אין די באבובער סוכה.
עס איז קיין שום ספק נישט אז ער האט אראפגעציפט א חלק עולם פון באבוב, אבער באבוב בלייבט אין 48.

ווער עס האט געליטן פון די טיילונג זעט אויס איז כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א וועלכער האט נישט געהאט דעם עולם ווי אלע יארן, נאכדעם וואס די קוקערס שאטלען צווישן באבוב און מהרמ"ד.

veaz » 23/10/2005 07:04

לאז מיר פארשטיין. די שרייבסט פון די שיינקייט פון באבוב און די ברענגסט פיקטשערס פון אונגער???