היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » ר' בערל ווייס ע"ה נפטר בחג הסוכות.

ר' בערל ווייס ע"ה נפטר בחג הסוכות.

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1628539

לכבוד_שבת » 20/10/2005 04:51

ר' בערל ווייס ע"ה נפטר בחג הסוכות.


ר' בערל

ר' בערל ע"ה איז געווען א מלמד אין די באבובער חדר פאר איבער 25 יאהר, חוץ פין א מלמד איז ער געווען א זעהר חשובער אין דערהויבענער יוד, ליידער בעוונותינו הרבים האט ער באקומען יענער מעשה ל"ע פאר 6 יאהר צוריק, און די מצב איז געווארן מיט יאהר ערגער און ערגער, נאכן פטירה פין די באבובער רב ז"ל, פלעגט ער אמאהל אמאהל אריינקומען באבוב 45 אבער רוב תפילות פלעגט ער דאווענען אין באבוב 48

די מצב פארערגערט


אינמיטן זימער איז זיין מצב געווארן זעהר שלעכט אין האט שוין נישט געקענט אללעס ליינס מאכן, איז ער געגאנגען צו די ראשי המוסדות אין געבעטן אז מען זאל עם ווייטער געבן זיין געהאלט כדי ער זאל קענען אפלעבן זיינע פאהר יאהר בכבוד, אבער אזוי ווי ער איז אמאהל אמאהל אריין צו באבוב 45 האט מען עם אפגעזאגט פין עם צוגעבן ווייטער די געהאלט, אין ער איז ארויס פינם אפיס בבושת פנים, אז אזוי פירט מען זיך אויף צו א מלמד נאך 25 יאהר זיין אן איינגעשטעלטע, ארויסגייענדיג האט ער זיך אויסגעדריקט אז "אויף דעם וועלט האב איך שוין נישט קיין כוח ענק צו רופן אין די"ת, אבער אויף יענע וועלט וועל איך שוין ענק רופן אין די"ת".....

זייט די מעשה איז ער שוין געווארן א מער אפטער מתפלל אין באבוב 45,


ערב יום כיפורים

ערב יו"כ היי יאהר, האבן די הנהלת הת"ת דבאבוב 48 עם אראפגענומען די "העלט אינשורענ'ס" וואס פאר א יוד אין זיין מצב האט דאס גורם געווען צו באלדיגע שווערע הוצאות אין שווערע טויזענטער דאלארן, די משפחה האט זיך געוואנדן צו רבנים אין אדמורי"ם וואס אינטער זייערע גרויסע פרעשער האבן זיי צוריק געלייגט "א חלק" פין זיין "העלט אינשורענס", פאר יוכ"פ האט כ"ק אדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א עם געבעטן אז ער זאל נישט אריינקומען אין בימ"ד מפני חולשתו, אין ליידער נאך יו"כ האט מען עם אריינגעפירט אין שפיטאל,

זיינע לעצטער ווערטער

אין זיינע לעצטע ווערטער פאר פארמאכן זיינע אויגן זענען געווען "ביטע אריבער צו פיהרן מיין מיטה לעבן די ת"ת ווי איך האב מחנך געווען טויזענטער תלמידים", אין נאך אפאר מיניט איז ער שוין ליידער געווען באוואוסטלאוז, אין ליידער אינמיטן מעריב איז די ביטערע בשורה אהנגעקומען צום עולם.

הכנות צום לוויה


די קבורה האבן די משפחה באשלאסן צו מאכן ליל ב' דיו"ט, און אז ס'זאל ארויספארן פין באבוב 45 אין אדורך פארן באבוב48 לעבן די ת"ת אין ווייטער צום פעלד, יום ב' אינדערפרי האבן אויכעט די חברי קדושה מסכים געווען, אין אזוי אויכעט די משמשים פין באבוב48, אין אפילו געזאגט פאר די משפחה אז מ'וועט אויסרופן די זמנן הלוויה נאך מעריב.

די פלאן טוישט זיך

אבער ארום די שפעטער נאכמיטאג שעה'ן איז אהנגעקומען א פקודה פין די הויכע פענסטער'ס אין באבוב 48 אז דער ארון וועט בשום אין אופן נישט אדורך פארן 48 סטריט, און זיי האבן געלייגט פאר די משפחה 2 פשרות, אדער מוותר זיין אדער ווארטן נאך א טאג מיט די לוויה אין לאזן דעם טאטן איבערנעכטיגן נאך א נאכט, אין דעמאלט זעהן וואס וועט זיין, אין אזוי אויכעט האבן די הויכער פענסטער אהנגעזאגט די משמש זייערע נישט אויסצורופן די זמני הלוויה, איך דארף באמערקן אז ר' בערל ע"ה האט פאר יוה"כ געשיקט איבערבעטן רב"צ'נען זאגנדיג אז ער ווייסט אז ער האלט שוין אמאל, אין אזוי אויכעט פאר יוכ"פ באצאלט די דמי מעמדות אין פאר די זיצפלאץ אין באבוב 48, אבער זיי די ראשי הקהילה האבן איבערגעגעבן אז ער איז אינזערע "שונא" אין דאס איז זיין שטראף!! אין אפילו אז מצוה לקיים דברי המת, אין להבדיל אלף אלפי אלפים אפילו ביי די גוים פאלגט מען דאס לעצטע וואונטש, אבער די וואס האבן גערודפט די רב ז"ל לעצטע צענדליג יאהר, האבן שוין לאנג נישט געהאט א מעגליכקייט צו צאפן איינעם דאס בליט, און דא האבן זיי זיך מחיה געווען, איך דארף באמערקען אז מען רעדט נאר פין אריבער פארן די גאס, ווייל אין יו"ט איז מען ממילא נישט מספיד און ע"פ הלכה טאר מען נישט סטאפן נאכאמאהל,

די לוויה פארט ארויס

תכלי'ס האט געהייסן אז די קאר וועט זיך איינדרייען אויף 45 סטריט אין די משפחה האט בלית ברירה מסכים געווען,

די לוויה האט זיך אהנגעהויבן אויף 45 באבוב אין טויזענטער באגלייטער סיי פין באבוב 48 און סיי פון באבוב 45 האבן באגלייט דעם ארון, אויכעט כ"ק אדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א איז געווען אהנגעזעהן, די ארון צום סוף האט זיך "נישט" איינגעדרייט און 45 סטריט ווייל די באגלייטערס האבן פארשטעלט די וועג,

די מהומה פאר די בימ"ד באבוב48

און אהנקומענדיג פאר 48 סטריט האבן די משפחה און ידידי הנפטר וואס האבן געוואלט מקיים זיין דעם נפטר'ס רצון, געצווינגען דעם קאר אריינצופארן און 48סטריט דורך די ת"ת ווי ער איז געווען מלמד איבער 25 יאהר, און ס'איז אויסגעשטאנען אן קליינע מהומה, ווען די רשעים ארורים האבן געזעהן אז זייערע געלונגענע רשעות'דיגע בליט געצאפעכטס און זייערע טייוועלישע פלאן לשם רשעות גייט צוגרינד, און זיי האבן פארשטעלט די קאר שרייענדיג פארן דרייוער "פאר גלייך דריי דיך נישט אריין" אבער די ידידי המת האבן אריינגעבראכן אין די רשעים'ס רינגל און עס דורכגעבראכן, און די קאר איז אריינגעפארן לעבן די ת"ת, כ"ק האדמו"ר רב"צ מבאבוב שליט"א איז "נישט" אראפגעקומען באגלייטן דעם נפטר, און נאכן לוויה האט זיך די עולם צוטיילט האלב איז געגאנגען צום טיש אויף 47 סטריט אין די אנדערע האלב צום טיש אויף 14 אוועניו,

אדמו"ר מבאבוב גייט ארויף צו די משפחה


נאכן טיש איז כ"ק האדמו"ר רמ"ד מבאבוב שליט"א ארויף צו די משפחת הנפטר אין זיי מחזק געווען, מיט ווארעמער ווערטער, אין געזינגען מיט זיי באבובער יו"ט ניגונים, און דערמיטוגט זייערע געמוטער, און געזאגט "די טאטע האט נישט איבערגלאזט קיין מיליאניען, ער האט איבער געלאזט ביליאנען, אזעלכע וואילע קינדער בליע"הר אזיין חסידישער משפחה", די באבובער רבי איז פארבליבן ביי די משפחה ביז 3:30 אינדערפרי.

בארא_פרקר » 27/10/2005 17:25

ב"ה לא אלמן ישראל און ער איז ממשיך בדרכי אבותיו
אוהב שלום ורודף שלום ומקרב את הבריות