היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א גוט מועד: פארברענגען חוה"מ

א גוט מועד: פארברענגען חוה"מ

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1626981

jewboy » 19/10/2005 07:40


דא וועט איר קענען שרייבן (אויב איר ווילט) ווי איר גייט / זענט געווען חוה"מ האלטן.

tzvibp28 » 20/10/2005 17:18

אין דער ארבעט!
ביי די וועי, הגה"ח ר' יואל כהן וועט "פארברענגען" היינט נאכט אין די סוכה פון "ביהמ"ד בית מנחם ליובאוויטש" 4814-16'טע עוועניו אום האלב צעהן אווענט

natan101 » 20/10/2005 17:39

איך האב היינט מקיים געווען דעם "חייב אדם לראות את עצמו ברגל" ביים גייענדיג צום...... ZOO,

בילדער? הא? ניין ביי אונז פירט מען זיך נישט חוה"מ צו מאכען קיין בילדער...

בדרך אגב איז דא דא נאך ניקס וואס האבען אזא חומרה / מנהג?

בברכת א גוטען מועד !

צודערזאך » 20/10/2005 20:50

געענדיגט דאווענען, געגעבן פאר די קינדער צום "אתרוג בענטשן", געפיטערט זיי שיין, אנגעטין זייער סוועטער, און איך פרוביר מיך דא "ארויסצוכאפן" אויף הייד-פארק האבן מיין עונג יו"ט, מיין חוה"מ רייד, און דא אזא בראך

נישטא דא קיין נייעס!!

ס'ארא בושה, וואס טוט מען??...

shabbos_23 » 21/10/2005 03:26

פארברענגט אגאנצן טאג אין BRONX ZOO מיט די קינדערלאך זיי האבן זיך מחי' געווען..נישט געוואלט אהיימגיין. ב"ה אז ס'איז מיר איינגפאלן דאס. א גיטן מועד

טרעקטער » 21/10/2005 03:48

ווי אזוי פארט מען אויף בראנקס זא פון ווילי, ווילאנג נעמט דאס?

shabbos_23 » 21/10/2005 20:38