היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » סוכות אין מאנהעטען

סוכות אין מאנהעטען

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1622089

וואלדמאן » 16/10/2005 06:09

אזוי ווי איך דארף ארבעטען אין מאנהעטן חול המועד, וויל איך וויסן ווי ס'דא סוכות אין מאנהעטען ווי מ'קען עסן, ווי למשל ביי א חב"ד שול.

ישר כח

קושקע » 16/10/2005 06:33

מאנהעטן איז קעניינעהארע גרויס, אין בעטערי פארק איז די א שיינע גרויסע סוכה קעניינעהארע, ברויכסט נאר אויסקרויזן די הויפנס משיחיסטישע פלוג-בלעטלעך קעניינעהארע.

tzvibp28 » 16/10/2005 07:19

34th and broadway
5th avenue and 42nd street

natan101 » 16/10/2005 11:14

הרב וואלדמאן אפשר קענט איר אונז לאזען וויסען אביסהל מער פונקליך די געגענט ווי איר ארבעט, ס'איז דא נאך אסאך פלעצער....

סתם אזוי: ארבעטען חוה"מ איז אויסגעהאלטן?

באראפארקער » 16/10/2005 19:17

ר' נתן,
עס איז אויסגעהאלטען צו ארבעטען, אויב איז עס א דבר האבד. לגבי רוב דזאב האלטערס הייסט עס א דבר האבד.

ווי איך ארבעט אין מאנהעטען איז דא א סוכה אויף די גאניק, אז די ווילסט קענסט די קומען צו מיר....

tzvibp28 » 16/10/2005 19:33

אפשר קען מען זיך טרעפן פאר א חוה"מ לאנטש? איך מוז אויך נעבעך ארבעטען

בענעדיקט16 » 16/10/2005 19:35

הרב באראפארקער, זייענדיג דער מומחה אין דבר האבד (ווי עס שיינט אין אייער אויבנדערמאנטע תגובה) וואלט איך אייך געוואלט אנפרעגן: איז שרייבן אויף היידפארק א דבר האבד?