היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » מוצאי יו"כ אין קרעטשמע

מוצאי יו"כ אין קרעטשמע

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1618588

שנאפס » 14/10/2005 02:40

מוצאי יו"כ האב איך א מנהג אזא אז איך מאך הבדלה אויף א גרויסן גלעזעל שנאפ'ס פארשטייט זיך אז איך בין געקומען עס טרינקען טאקע דא אין קרעטשמע

קרעמער » 14/10/2005 02:46

2 זאכען:

קודם כל, באצאל! מיר האבן קוים געענדיגט זאגען "למען נחדל מעושק ידינו"...

נאכדעם, ווייס איך נישט אויב מען מעג הבדלה זאגען אויף שנאפס. אפשר ביר, אבער שנאפס? איז דאס א חמר מדינה אין דיין געגנט?

א גוט יום טוב

לך אכול בשמחה לחמך

שנאפס » 14/10/2005 02:50

קודם כל לייקען נישט, איך האב באצאלט.
צווייטענס פארדעם בין איך טאקע אהערגעקומן אלץ חמר דינה

קרעמער » 14/10/2005 03:06

שיינע מעשה... ער לייגט אראפ אביסל וויק טשעקס און טענה'ט אז ער האט באצאלט...

nafcha » 14/10/2005 17:54

קרעמער;

די ביסט מער נישט דער ארענדאר דא...

געב שוין אהער די געלט פון נעכטן, ס'איז א טאג נאך יום כיפור, אקעי!

קרעמער » 14/10/2005 17:58

איך האב עס איבערגעלאזט אין אויבערשטען שיפלאד (כ'האב נאר אראפגענומען א הונדערטער אלס 'טיפ' פארן באדינען די קאסטומער'ס אין א נאכט ווען איר זענט נישט אריינגעקומען).