היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע

העפטיגע הכנות: ערשטע סוכות אין קרעטשמע

74 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1616930
בלאט: 1 2

קרעמער » 27/10/2005 21:03

התאחדות'ל א.ב.ג. (א'וי ב'יסטו ג'וט);

א שאד אז איך קען דיר נישט פערזענליך... מן הסתמא איז א טאבע (BALL) צו פארברענגן מיט דיר...

7UP; (געפעלט דיר דער נייער נאמען)?

קיינער קריגט זיך נישט ב"ה, מיר האבן ליב זיך צו וויצלן, און כ'האף אז דו כאפסט אז מיר מיינען עס נישט ערנסט.

whats_up » 27/10/2005 21:12

קרעמער עס איז גאנץ גוט אבער די גייסט מיר יעצט אנפאנגן צו בעטן איך זאל טוישן ניק?

התאחדות » 27/10/2005 21:14

וואטס דאון נעם דאס נישט צום הארצן, א.ב.קרעמער גלייכט צו מאכן שינוי השם, ער האט דזשאסט געלענט לולב הגזול, אבער וואס קען דאס שוין שאדן פאר מיר, אויב די נער איז נישט מיין, איך האף אז מיר וועט ער נישט בעטן צו טוישן דעם ניק

קרעמער » 27/10/2005 21:42

זיבן-ארויף;

זינט ווען בעט איך מען טוישן ניקס וואס שמעקן ווי לעמאן סאדע וואס האט נישט קיין התאחדות הכשר?

התאחדות;

איך האב שוין ליידער לאנג נישט געלערנט קיין לולב הגזול. אבער שינוי השם שטייט אויך אין מרובה (ב"ק), און אויף נאך פלעצער (אויך אין רמב"ם הל' תשובה, וישנה שמו וכו').

התאחדות » 27/10/2005 21:44

איך האב געמיינט אז דו לערנסט יא דף היומי מ'האלט איצט עירובין נישט מרובה

קרעמער » 27/10/2005 21:54

איך לערן נישט קיין דף היומי. אבער איך לערן ב"ה.

התאחדות » 27/10/2005 22:01

אה איך כאפ שוין

זאג נאר ווי האלטסטו טאקע אין מיטן מרובה, דא קומט די סאטמערע שלעפ אריין מיט די נאז, האט מיר איינער געפרעגט וואסארא ווארט הייבט זיך אהן מיט א חית און ענדיגט זיך מיט א חית? נו לאמיר זעהן מ.ב. קרעמער צו דו ווייסט?

קרעמער » 27/10/2005 22:04

התאחדות;

איך האלט ביי מרובה מדה טובה וכו'... אדער מרובה בגדים, אדער מתן שכרה מרובה. לאו דוקא מרובה מדת תשלומי כפל אין בבא קמא.

==

די ווארט 'חח' הייבט זיך אן און ענדיגט זיך מיט א ח', עס באדייט א 'דארן'.

האסטו עפעס אנדערש געמיינט?

התאחדות » 27/10/2005 22:34

מ.ב.קרעמער
יא איך האב געמיינט עפעס אנדערש, די ווארט איז





























חנוכה מיט די סאטמערע שלעפ אריין צום סוף וואס דאס קוקט אויס ווי נאך א חית

קרעמער » 27/10/2005 23:19

איך מיין אז דאס גרעניצט זיך שוין מיט פאליטיק

בןהרחמן » 27/10/2005 23:21

קרעמער

עס איז מיר א חידוש אז דו האסט פארזעהן א פסוק חומש אין פרשת ויקהל (גלייך נאך שני) וואס דארט שטייט 'חח' און עס איז נישט קיין דארן נאר א צירונג (א ארעם באנד ווי מיין רבי האט געטייטשט),

התאחדות » 27/10/2005 23:23

ניין איך בין בכלל נישט אריינגעמישט, אבער דאס ווערטל איז גאנץ גוט.
בדרך אגב איך האב שוין לאנג געטראכט לפי געוויסע תגובות פון דיר מ.ב.קרעמער אז דו ביסט שוין פון די מיטלעדזש באטשיס די תגובה טוט פארשטארקן מיין שפאקולאציע

קרעמער » 27/10/2005 23:31

בן הרחמן;

שיר השירים ב': כשושנה בין החוחים! ווי א רויז צווישן דערנער (אקעי, דארט איז דא א וי"ו אינדערמיט).

התאחדות;

שפעקולאציעס זענען יעצט אומזינסט. איך געב דיר רעכט צו שפעקולירן אויף מיר וואס דו ווילסט (אגב: איך האב מיר מיינע שפאקולאציעס אויף דיר...).

התאחדות » 27/10/2005 23:33

נו שיק מיר דאס אין אישית

קרעמער » 27/10/2005 23:37

נו, טשעק שוין דיין אישית.

התאחדות » 27/10/2005 23:45

גיב מיר אפאר מינוט אין אישית טראכט איך פאר איך שרייב, איך מיין דאס איז דאך אישית

קרעמער » 27/10/2005 23:48

אהא אהא אהא

דער קאץ איז ארויס פון זאק!

יעצט ווערן מיר געוואויר אז די אלע פולצאליגע (ליין: אומצאליגע) תגובות פון התאחדות ווערן גאר געשריבן אן קאפ???

שטעלט אייך פאר ווען ער וואלט צוגעלייגט עטוואס קאפ צו זיינע תגובות ווי הערליך און שיין זיי וואלטן געווען, אויב אפילו יעצט - אנע קאפ - קוקען זיי אזוי אויס.

התאחדות » 27/10/2005 23:49

איך האב נאכנישט דעם זאק זיי נישט באזארגט ס'ווענד זיך וויפיל פראצענט קאפ מ'נוצט איך וועל דיר ענפערן אל תדאג

gishmoker » 28/10/2005 09:29


תאחדות


קענסט דעם סלאגאן?
התאחדות הרבנים דארצות הברית וקנדה
דוכט זיך אז "וקנדה" איז געספעלט לויט דעם העברעאישן ווערטער אויסלייג, ניין?

אויף אידש = קאנאדע
בלה"ק הישן= קאנאדה

התאחדות » 28/10/2005 17:36

gishmoker
כלפי מה הדברים אמורים? איך בין נישט די זעלבע התאחדות, איך האב געגעבן מיין נאמען נאך די קאסעט התאחדות, וואס האט א בילד פון כותל, אפשר הייסן זיי נאך די התאחדות וואס דו רעדסט -שרייבסט-

gishmoker » 28/10/2005 18:43


נאו מערראר נאך וועם דו הייסט, האסטו אבער א נגיעה צום העברעאישן פאלקסגאנג, אזוי שמעקט מיר עפעס, צי מיט דיין שרייבן די אריינגעווארפענע העברעאישע ווערטער, צי מיט די כותל פון די התאחדות קאסעטע, דערפאר האב איך דיר געפרעגט.

התאחדות » 28/10/2005 19:10

מ.ב.קרעמער האט מיר שוין געווארנט ערב סוכות אז מ'וועט מיך אפזאגן פון התאחדות, און איך האב מורא אז דו וועסט מיר אויך פארמסר'ן פאר'ן מנכ"ל פון התאחדות, ממילא אלץ והייתם נקיים האב איך מודיע געווען דעם מקור פונעם ניק, היות ווען איך האב געפענט מיין ניק, איז יעמאלט ארויסגעקומען די קאסעט פון התאחדות, האב איך מיר גערופן אויף די נאמען, דאס אז עס האט א בילד פון כותל האב איך נאר געזאגט -געשריבן- אויב איינער דא אין קרעטשמע געדענקט נישט וואסארא קאסעט איך רעדט -שרייב- האב איך געוואלט דערמאנען, סאו איך האב גארנישט מיט'ן כותל אויך נישט והי' בזה שלום

gishmoker » 28/10/2005 19:15


אבער א בליק אויף דיין פאספארט ווייזט מיר עפעס
הועד עולמי, דארט רעדט מען נישט קיין אידיש אדער לשה"ק.

התאחדות » 28/10/2005 19:24

וואס?! דו קענסט נישט ליינען די כותרת, דאס איז דאך ריין אידיש
בלאט: 1 2