היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » דער גאליציענער טיילט מזונות עיו"כ

דער גאליציענער טיילט מזונות עיו"כ

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1616822

בענעדיקט16 » 12/10/2005 15:51

קומט אריין א גאליציאנער אידל און בעט זיך ביים שמש ווי צו א גזלן: ביטע, לאז מיר טיילן די לעקאך פאר די אידן נאכן דאווענען.

דער גבאי קומט אים אן מיט א וואונדערליכע מינע. ער איז צוגעוואוינט אז מענטשן שטרעקן אויס די האנט און זענען מתפלל א קורצע תפילה דערביי אז אויב איז זיי באשערט אנצוקומען צו יענעם, זאל מען זיך פטר'ן מיט די שטיקל לעקאך וואס מען בעט ביים משמש.

און דא וויל דער איד אליינס טיילן די לעקאך פארן עולם?

יא - זאגט דער גאליציאנער איד מיט א שמייכל - איך האב אינזין אז אויב איז מיר באשערט דורכן יאר צו 'טיילן', זאל איך האבן אפגעקומען מיט דעם.

יאמאמיי » 12/10/2005 16:24

באראפארקער » 14/10/2005 03:34

זעהר א גוט ווארט.

מען זאגט עס שוין אין ביהמ"ד ביי אונז אויף א געוויסע גבאי, שוין יארען.

בענעדיקט16 » 14/10/2005 04:54

איך האב עס צוערשט געהערט היי יאר עיוהכ"פ, האב איך פרובירט משמח זיין אפאר אידן דערמיט אין די אנגעצויגענע מאמענטן פון ערב צומא רבא.

upstate » 14/10/2005 14:17

בענעדיקט

איך האב עס די ערשטע מאל געהערט היינט צופרי און בית המדרש און יענער האט צוגעלייגט אז ער האט עס געליינט אויף הייד פארק

בענעדיקט16 » 14/10/2005 14:41

אהההה ריכטיג אומר דבר בשם אומרו מביא גיחוך לעולם