היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » 107 כפרות !!!

107 כפרות !!!

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1616750

natan101 » 12/10/2005 15:19

זקן חסידי חב"ד הרב הישיש ר' יהודה שי' חיטריק מקיים את מנהג הכפרות בפעם ה-107 . צלם COL הוזמן לביתו של הרב חיטריק ברחוב פרזידט אשר בשכונת קראון הייטס לצלם מעמד זה.

יא יא, ווי אזוי פלעגט די עלטער באבע זאגן "אז מ'לעבט דערלעבט מען" !


[בילד – נישט אפגעהיט]

natan101 » 12/10/2005 15:25

2 אינטערסאנטע נקודות,
קודם כל האט איר באמערקט אז דער יוד ליינט
אן קיין ברילן/גלעזער???
צווייטענס, לכאורה איז דאס שוין זיין 108סטע מאל
לפי דער מנהג אז אן אשה מעוברת מאכט כפרות אויך פארן קינד.

בענעדיקט16 » 12/10/2005 15:46

נאך אן אינטערסאנטע נקודה:

האט איר באמערקט אז דער כפרה קוקט נישט אין 'בני אדם' אריין? עס איז אים אינטערסאנטער די קאמערע...

יאמאמיי » 12/10/2005 16:50

ער האט לענסעס.....און איך ווייס נישט פארוואס ער האלט אפילו א סידור. נאך מער ווי הינדערט בני אדמס קען עס שוין זעכער אויסענווענדיג

gishmoker » 12/10/2005 16:52

natan
ווי איך קוק אן דעם איד זעט מיר אויס ער איז געבוירן פונקט פאר יום כיפור, ממילא איז עס נאר 107

אייןסאטמאר » 12/10/2005 17:00

ע"פ הלכה א זאך וואס מ' האט נישט געזאגט 30 טעג דארף מען זאגן אין א סידור.

פדן_ארם » 12/10/2005 17:17

נאך אן אינטערסאנטע נקודה:
אן א רעקל! אן א גארטעל!!

קרעמער » 12/10/2005 17:18

נאך א נקודה. די טלית קטן אונטערן העמד

natan101 » 14/10/2005 04:31

נו חברה, וואס באפאלט איר איהם???
ווען איר וועט זיין אין זיין עלטער וועט איר אויך קענען שלאגען כפרות אן קיין רעקל, גארטעל און ציצית אונטן די העמד....

תוקן על ידי - natan101 - 14/10/2005 4:31:58

עליכם_שלום » 14/10/2005 04:53


אייןסאטמאר.

דער הלכה איז פארשטייט זיך נאר ביי א תפלה אדער א ברכה וואס חז"ל האבען מתקן געוועהן, נישט ביי ענינים וואס זענען נאר א מנהג, און איבערהויפט נישט א חיוב צו זאגען.

(כמובן אז דער שמועס געהערט נישט אין "דער" אשכול, פשוט למען שלא ישתו התחלמידים ממים הרעים, כתבתי זאת.)

צודערזאך » 14/10/2005 18:13

די סידור זעהט אויך אויס צו זיין 107 יאר אלט...

התאחדות » 14/10/2005 19:22

אז מ'רעדט שוין יא
ווי אלט איז דער טשיקן, קוקט אויך נישט אויס צו אינג הע