היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » נייע פורום: פאר די טויגליכע מעמבער'ס

נייע פורום: פאר די טויגליכע מעמבער'ס

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1614912

jewboy » 11/10/2005 17:21

עס האט נישט קיין תקנות.

עס וועט אי"ה זיין ריין פון חסידישע פאליטיק.

יעצט איז עס א פורום וואס מ'דארף האבן רשות צו שרייבן, און בקרוב וועט עס קענען זעהן נאר ווער עס האט א רשות.

און דא איז א לינק דערצו.
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=7824
און אויך עס איז אין מסורת.

גמר חתימה טובה.

<געטוישט די לינק צו מסורת>

תוקן על ידי - jewboy - 11/10/2005 17:29:06

אויסשווארץ » 11/10/2005 17:24

וואס איז די חכמה אז
מ'וועט נישט לאזן אריינגיין בכלל אן רשות.

פלעין, דזשאסט, סימפל, בעיסיק סטופיד.
STUPID

איחודמעמבר » 11/10/2005 17:25

jewboy

מיר גראטולירן דיך פאר דיין קלוגן איינפאל.

זאל די וואש מאשינען בלייבן דא, און די ריינע דיבעיטס וועלן האבן א ריינעם פלאץ!

צלח ורכב!

jewboy » 11/10/2005 17:25

ס'וועט נישט זיין פאר אזוינע וואס האבן א שמוציג פעדער ווי די.

אויסשווארץ » 11/10/2005 17:26

JEWBOY
איך בין טאקע מורא'דיג געמיין
פארוואס דען בין איך א סאטמערער חסיד?

אבער פארוואס מאכטסו א פורום ווי מ'זאל נישט קענען אריינגיין בכלל נאר מיט רשות

ווי איז שכל?

איחודמעמבר » 11/10/2005 17:28

דער אויסשווארץ האט טענות פארוואס מען מאכט דאס נישט פארן פאבליק, און ווידער צעפירט ער זיך די הענט און באשמוצט די סאטמארער חסידים בלויז ווייל ער איז א שמוציאן!

KJfireman » 11/10/2005 17:31

א פאסיגער זמן צו מעלדן אזא נייעס א טאג פאר יום כיפור, אז מען זיך שפארן אביסל טשעפערייען, מה טוב ומה נעים.

אויסשווארץ » 11/10/2005 17:50

קענסט מיר "חוסם" זיין.
און דער בוכ"ע זאל מיר אויך "חותם" זיין צום גוטן.


אבער פארוואס דארף מען א פורום פאר טויגליכע חברה וואו מ'זאל נישט קענען אריינגיין נאר מיט רשות.

ממילא שרייבן פארשטיי איך, אבער אריינגיין און לייענען תגובות און נייעס אדער "טויגליכע זאכן" למה לא.

יעצט, רבותי צוריק צו די קללות

קושקע » 11/10/2005 17:53

איך בין מיט אויסווארף, אזא מין אשכול האט נישט קיין קלעסיפייד זאכן אדער סודות, פארוואס זאל נישט סיי ווער מעגן הנאה האבן?

באראפארקער » 11/10/2005 18:06

אויסשווארץ = קושקע.
כאמור כבר לעיל.

ואליך דזבוי. חזק ואמץ. מיר גייט אויף די נערווען דער חדשות אנ"ש פאר איין סיבה. די סאטמערע פאליטיק קריכט אריין אין יעדעס אשכול, צו מען וויל יא אדער נישט. איז טאמער וועט זיין אזא פורום, צו איך מיר אריבער אהין, און לאז איבער חדשות אנ"ש פאר אלע שמוץ וועש.

אבער איך מיין אז אויסשווארץ איז גערעכט מיט איין זאך, אז די פורום מיז זיין אפען פאר ליינען פאר יעדעם איינעם, אז נישט וועט עס נישט האבען קיין הצלחה.
איז ביטע שרייב מיר איין דארט און געב מיך רשות כתיבה.

אייןסאטמאר » 11/10/2005 18:12

באראפארקער, באבובע שמוץ קריכט דיר אויך ארויס פון די נאז?

אויסשווארץ » 11/10/2005 18:23

איז דא איינער וואס האלט אנדערש פון מיר
איז געלאדן צו זאגן א מיינונג, פארוואס די נייע פורום זאל זיין פארשלאסן, פאר אלעמען, און נאר די מיט רשות כניסה זאלן קענען אריינגיין און לייענען.

ביטע זאגן א גיטע סיבה.
נישט סתם ווייל אזוי האט געזאגט כ"ק אדמו"ר הגה"ק עט"ר המנהל הפורום שליט"א.

באראפארקער » 11/10/2005 18:25

איין סאטמאר
די חילוק איז פשוט, באבובער נייעס איז רעגולעיטעט צו זיינע אשכולות, משא"כ די סאטמערע קריכט אריין איבעראל.

איך מיין איך האב עס געשריבען קלאר, עס איז מיר א חידוש, אז א קליגער גולש ווי די, זאל נישט פארשטיין צו ערשטען מאל.

טאמעטא » 11/10/2005 18:48

jewboy

חזק ואמץ



וואלדמאן » 11/10/2005 18:59

וואס איס פשט אין די ווערטער "Marketing and Design"?

עליכם_שלום » 11/10/2005 19:07

קוקענדיק אין די נייע פורום, האב איך באמערקט דער קעפעל דארט, אן ס'שיינט מיר צו זיין א פורום וואס גייט גארנישט האבען מיט נייעס אדער אקטואליה איינגישטויסען.

גמר חתימה טובה.



תוקן על ידי - עליכם_שלום - 11/10/2005 19:20:54

צודערזאך » 11/10/2005 19:12

קוים געמאלדן א נייעס, און שוין טוט זיך טישן אויף בענק מיט "סאטמאר" און באבוב


א מין אנשיקעניש

kutchma » 11/10/2005 20:49

Jewboy כה לחי. עס איז אינטערסאנט אז עס האט גענומען אזוי לאנג, עס איז אבער פארט וויכטיג.

יישר כוחך.

Baachi » 11/10/2005 21:42

JEWBOY

טייערע דשזובאי

קודם א דאנק פאר פירען דעהם פארום ווי יעדערקען זיך אויסלופטערן זיינע בויך ווייטיג, בלי שום צער ונזק לשום יהודי ח"ו וכו' וכו'

איך האלט נישט פון דיין נייען "עקסקלוזיוון" פארום מחמת די טעמים דלהלן.

1) די סאטמארער/באבובער און אנדערע אזוי גערופענע "חסידישע" פאליטיק, מאכט פשוט אינטערעסאנט דעהם פארום, דאס זענן אונזערע היימישע ספארט פעידשזעס, ווי מקען האקן אין בראקן און קוויטשען און פארפירען ווי אויך שעלטן קללות נמרצות צוליעב זאכן וואס זענען נישט נוגע צו יישוב העולם כי הוא זה.

וועמען סשמעקט נישט איין אשכול קען מאכען איין אייגענעם אשכול.

2) וואס איז דער נוצען פון פארמאכן דעהם אשכול פון לייענערס? מיילא פון געוויסע שרייבערס פארשטיי איך. אבער ווען איינער שרייבט זיינע בויך ווייטיג אויף דעם אינטערנעט איז עס דאך ווייל ער וויל ווי מעהר מענטשן זאלן עס לייענען, איז צוליעב וואס פארמאכען? ווער וועט שרייבן אויף דעהם?

3) אויב די "נארמאלע" זאכן וועלען זיין אויף א פארמאכטן פארום, אין די "ווילדע" זאכן אויף איין אפענעם, וועלן מענטשן מיינען אז חסידישע יידען (פון גאנץ דרום ניו יארק...) - זענען א באנדע משוגעים וואס די איינציגע זאך צו וואס זיי טויגען קענען איז צו שעלטן איינער דעם צווייטן רבי'ס אין טאטנס טאטן אריין. - (פארדעהם האלט איך אויך נישט פון בחדרי חרדים משפחה)

מכל הלין טעמי דלעיל נראה, DONT TAMPER WITH SUCCESS

לאז דער פארום אזוי ווי סאיז. עד יערה עלינו רוח ממרום, אדער ביז מיר וועלען ווערען עשירים אהן קיין צייט,
Whichever comes first

כתיבה (און פארום ביי אונז)
חתימה (ביים רבש"ע אין ספר החיים)
טובה

תוקן על ידי - Baachi - 11/10/2005 21:51:07

התאחדות » 11/10/2005 21:43

גי'בוי איך האף אז די זיפ פייל וועסטו אויך אינזין האבן נאך יום הקדוש
חזק ואמץ קיפ אן גואינג

kutchma » 11/10/2005 21:59

באטשי שרייבט:

3) אויב די "נארמאלע" זאכן וועלען זיין אויף א פארמאכטן פארום, אין די "ווילדע" זאכן אויף איין אפענעם, וועלן מענטשן מיינען אז חסידישע יידען (פון גאנץ דרום ניו יארק...) - זענען א באנדע משוגעים וואס די איינציגע זאך צו וואס זיי טויגען קענען איז צו שעלטן איינער דעם צווייטן רבי'ס אין טאטנס טאטן אריין. - (פארדעהם האלט איך אויך נישט פון בחדרי חרדים משפחה)

בדרך הלצה, זיי וועלן מיינען אדער קאמפערמירט ווערן?

למעשה איז א בראך וואס עס גייט פאהר אין פורום אין די תועלת וועט זיין פאר ביידע סארט מענטשן. די וואס זענען אינטרעסירט נאר אין פוליטיק, אזויוי אסאך גולשים וואס קאנטרובעטירן נאר שלעגעריי, וועלן נישט געשטרויכלט ווערן איבער נורמאלע אשכולות פין סתם אינטרעסאנטע ענינים. אין גולשים וואס זענען אינטרעסירט אין נורמאלע דסקוסיעס, נישט אריין גערעכנט נערישע פוליטיק, וועלן מער נישט מיזן זיכן אין נישטערן צווישן טויזענט אשכולות איבערן זעלבע טעמע.

די פראבלעם איז נאר אז רוב פין די גולשים וואס זענען אינטרעסירט אין פוליטיק פרייע דיסקוסיעס זענען אנטלאפן פין פורום, נאךדעם וואס די אנדערע האבן עס געירשנט.

איי וואס וועט זיין מיט די וואס וועלן טראכטן אז חסידים זענען משוגע? אדער וועט מען זיי צושמירן אויף הייד פארק אזוי אז עס זאל נישט בלייבן קיין זכר פין דעם געדאנק, בבחינת מחה תמחה, אדער קען מען פאר זיי עפענען א דריטע פורום.

תוקן על ידי - Kutchma - 11/10/2005 22:02:44

Baachi » 11/10/2005 22:17

קוטשמע

איך פארשטיי נישט דעם תועלת פון נישט לאזן לייענען דעם פארום נאר פאר מיוחסים?

באשר הוא שם, מוז קיינער נישט ליינען וואס אים אינטערסירט נישט.

אז איך וויל לייען איך סאטמאר , און אז איך וויל לייען איך באבוב, און אז איך וויל לייען איך צווישן די שורות...

BTW נאך בח"ח איז חדשות אנ"ש דער פאפולערסער פארום אין מסורת.

איך פארשטיי באמת נישט וואס קוועטש ענק?

אויסשווארץ » 11/10/2005 22:22

באטשי
ווען די וועסט זיין בן ארבעים לבינה

וועסטו אויך פארשטיין דעם סוד.

דערווייל שווייג, אזוי וועט קיינער נישט וויסן אז די פארשטייסט נישט די טיפקייט דערפון

kutchma » 11/10/2005 22:30

איך, לכשעצמי, האלט אז שרייבער זאלן זיין געקלובענע, און ליינען זאל יעדער קענען.

Baachi » 11/10/2005 22:49

אויסשווארץ

דו זעהסט אויס פארשטייסט שוין יא.
אויב אזוי טא זיי זשע מסביר.

געדענק דעם מאמר הליטוואק: א חסרון אין הסברה איז א חסרון אין הבנה.

קוטשמע

1) קודם כל ווער וועט קלויבן?
2) ווער זאגט אז מוועט דיך קלויבן
3) מטוט יעצט אויך אזוי
4) בדרך כלל די נישט געקליבענע זענען די אינטערסאנטסטע - דו אליינס ביזט אויך געוועהן מער אינטערסאנט ווען דו ביזט געוועהן צו היצט...
5) טאמער ווילסטו דוקא געקליבענע שרייבערס? לייען דעם איד/בלאט/המודיע


תוקן על ידי - baachi - 11/10/2005 22:53:13

אויסשווארץ » 11/10/2005 22:57

באטשי
זעסט למשל מיך, אויסשווארץ
וועט מען נישט לאזן שרייבן
אויב קום איך מיט א נייע ניק, וועט מען מיך נישט לאזן?

ס'הייסט מ'וועט נאר לאזן איינעם מיט א היסטאריע אז ער איז א נארמאלע מענטש.
דאס קען אפשר ארבעטען (פון אנהייב זיכער)

אויב לאזט מען אריין א פרעמדן, און ער הייבט שרייבן ווי "אויסשווארץ" פליט ער גלייך אראפ, אן א ווארענונג.
דאס קען אויך ארבעטן. (אויף שעפעטער אויך).

אבער... די נייע פורום וועט אויסקוקן זייער אינטרעסאנט, אבער גאר ווינציג לייענער.


תוקן על ידי - allnewspic - 12/10/2005 3:07:09

Baachi » 11/10/2005 23:12

אויסשווארץ

דו מיינסט דאס אידישע ווארט? מיט די עדס פאר העולם טשיז, און לשנה טובה'ס פון אידען וואס זענען שוין צעהן יאהר אויפ'ן עולם האמת.

דערמאנסט מיך אין א טייטש

דער רבש"ע איז בורא נפשות רבות! וחסרונן? צוליעב וואס האט ער באשאפפען די וואס וואס ס'פעלט זיי א שרייפל. דער תירוץ איז

להחיות בהם נפש כל חי דער עולם זאל הנאה האבן

קוטשמע וכל השאר

איהר האלט זיך באמת פאר פאלקאם נארמאלע מענטשן?
עטץ מיינטס נישט אז צו שרייבן דא אויפן פארום ווייזט אויף אשטיקל כאפ


kutchma » 12/10/2005 00:41

באטשי, אויב איז שרייבן אויפ'ן אינטערנעט א סימן אויף "כאפ" (נישט אז איך ווייס די גענויער מיינונג דערפון אבער אז עס נעגעטיוו פארשטיי איך) קוק איבער די סטאטיסטיקס פין די צו-וויקס פין בלוגס, אין און-ליין קומיונעטיס. עס איז אסטראנומיש. קען זיין אז כולנו משוגעים (נישט דיך ארייןגערעכנט פארשטייט זיך).

2) איך מיין נישט מיך אלץ א שרייבער בכלל. פין ווי די האסט באקומען דען הארה ווייס איך נישט. איך האב א קנאפע פראבלעם אויפצועפענען אין אנצופילען זיבן בלוגס, אין זעקס פורומים. איז אפילו קלויבט מען מיך נישט, דיינו אז עס וועט זיין צו ליינען.

3) קלויבן וועט דער וואס נעמט זיך אינטער צו זיין מנהל. די ווילסט? נישט קיין בעיה, שטעל זיך צום ברעטל.

נומער די לעצטע) צוהיצט איז נישט = נערישע קייעריי פין פוליטיק, אהן אויפהער, אין אויף א קינדערשע אופן. איך האף אז די שרייבסט אנדערש סתם למען הטענהריי, ווייל אויב דאס סטימיולירט דיך, אין לך תקנה.

מענדלדרעי » 12/10/2005 03:15

אויסשווארץ ביסט צו סענסעטיוו

ווען די קוקסט גוט וואלסטו באמערקט אז די תשובה האט אונזער JEWBOY געגעבן פאר איחודמעמבער וואס נוצט באמת ניבול פה כסדר דא אין פארום מאז וקדם.

איך געדענק נישט אז די נוצט ניבול פה, ממילא איז ברור אז ער מיינט נישט דיר.

לכשעצמי האלט איך אזא פורום וועט נישט מצליח זיין, אבער איך ווינטש פאר JEWBOY בכל אשר תפנה תצליח.

איחודמעמבר » 12/10/2005 03:23

שלום עליכם מענדעלע דרעי

נאך איין מזל אז דו ביזט אנגעקומען.

אויסשווארץ איז ענדליך געטרייסט געווארן...

און ביי-די-וועי, וואס טוט זיך עפעס אין קאורט?..

rotzer » 12/10/2005 03:40





א דאנק פאר אייך דשובוי, א גוטער איינפאל צום נייער יאר אז מיר אלע וועלן האבען א ערי מקלט פון די געמיינע יונגען.




אבער צו אייך אלע זונדיגע פארשוינען וואס וועלען איבערבלייבען דא אין די הרי חושך זארגט אייך ניט ווייל אויך דא וועלען מיר ווייטער שרייבען דער אמת און אויף דעקן אייערע אומווערדיגע מעשים.


באראפארקער » 12/10/2005 06:04

ראצער,
קיפ איט אפ!!

וואס גייט זיין אין קארלעבאך שוהל יום כפור??

נשמה גייט דאווענען נעילה?

וועלכע ניגון אויף קדיש??

yankees » 12/10/2005 06:27

כלל ישראל איז א מיטגעמאכט פאלק.

מ'איז נישט פארזיכערט אין ערגעץ. מ'האט זיך קוים געמאכט באקוועם דא. און שוין נעמט מען די וואנדער שטעקן אין האנט, און מ'גייט גלות ליידן.

לייגט נאך נישט אוועק דעם אלטן וואנדער שטעקן, מ'וועט פון דארט אפשר אויך מיזן לויפן, אבער ווי לאנג ס'וועט האלטן האט עס שוין געלוינט.

צאי לך בעקבי הזשובוי:

וואלדמאן » 31/10/2005 03:36

נו?