הערות אויף "דער אלטער מיטן קיטל"
40 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1614730
מיר עפענען א באזונדערן אשכול וואו דער חשובער ציבור קען מיטטיילן זייערע הגהות, קאמענטארן, קאמפלימענטן און קריטיק צוגלייך, אויף דעם באשרייבונג פון "דער אלטער מיטן קיטל".
יישר כח
אויסגעצייכענט
א די קענסט יא אזוי גיט, קומט זיך דיר הערשט פעטש. פלעגט מיין רבי זאגען אין חדר.
זיי דיך מקבל צו שרייבען מער אפט.
ידידך נאטורליך
טאקע שרעקעדיג
אבער פארוואס דארף זיין א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן?
די האסט ליעב ווען דיין רב, ווייב, מיטארבעטער רופט דיך אין א זייט און גיבט דיר א קלאפ און ריקען זאגען ווי גיט די ביזט?
זייער שיין מר. קרעמער - איך האב מיר עס ארויסגעפרינט זאלן אנדערע אויך הנאה האבן - קיפ איט אפ! און נאט אייך צוויי..
איך האב זייער ליעב קאמפלימענטס
אבער פארוואס קען מען עס נישט שרייבן גראד נאך די מעשה פארוואס דארף זיין א עקסטערע אשכול פאר דעם?
תוקן על ידי - whats_up - 11/10/2005 17:03:57
ווייל ר' קרעמער האלט אין מיטען רעדען, האק אים נישט איבער.
ווי איך האב פארשטאנען איז ער שוין פארטיג
אבער עניוועי עס איז זייער א שיינע מעשה יום כיפור וועט זיך שוין זאגן אנדערש די מי יחי ומי ימות
עס איז טאקע בעסער אז מען שרייבט הגהות אויף א באזונדער ארט, אבער עס איז נאך בעסער אז ביים סוף פונעם ארטיקל וואלט געשטאנען המשך יבוא.
(מיינע הגהות וועט נאך "אפשר" נאכקומען. איך האב עס נאכנישט געליינט)
באמת זייער שיין איך געב דיר 3
איך מיין אז איך גיי עס אויך ארויספרינטען אין איבער ליינען יום כיפור פארנאכטס פארן אנטון די קוטל
נ.ב.
זאל איך אנרופן דיין רעבעצין און זאגן אז די פעדימער פון אונטען ביים זוים זענען שוין אויפגעטרענט און זי זאל עס פארעכטען?
איך וואלט דיר געלייגט דא, אפשר הונדערט גרינע מענטשלעך מיט ביידע גראבע פינגער'ס אויף ארויף, ס'וועט נאר אויפנעמען זייער אסאך פלאץ, דעריבער באגעניג איך זיך מיט די ווערטער:
הונדערט גרינע מענטשלעך
און איך האב טאקע "ביז היינט" קיינמאל נישט אזוי גוט פארשטאנען דעם רמ"א אין הל' יום הכפורים (או"ח סי' תר"י סוסעי"ק ד') וואס ער שרייבט: וכן נוהגין ללבוש הקיט"ל, שהוא לבן ונקי. גם הוא בגד מתים, ועל ידי זה לב האדם נכנע ונשבר.
לאז דיך נישט:
וואש נישט אויס דעם קיטל, ניי עס נישט צו, ס'עט נאר פארלירן דעם טעם, וועסט נאך באלד מיינען אז ס'איז צוריק דיין קיטל... און דו וועסט נאך צוריק גיין צום אלטן...
לאז עס כמו שהוא.
און יא איך האב שיר פארגעסען;
איך מיין מחמת 'עין הרע' דארף מען דאך אויך קרעטעקירן...
עס וואלט ווען נישט ענדערש געפאסט ווען דער קעפל לייענט זיך געווען ווי פאלגענד:
"דער קיטל האט אויפגעטוהן זיין ריכטיגן ציל"???
ווייל דער איצטיגער קעפל טייטשט נישט אפ די כוונה פון דיין מעשה, עס דוכט זיך תחלת, אז דאס איז עפעס א אלטע אידישע ליכט מאנסע.
אקעי, מען מיז דאך עפעס קריטיקירען.
פארוואס קרעמער האזטו מיר נישט געגעבען א שאנס צו קריטיקירען? איך זיך עפעס, גארנישט....
לאמיר גיין אין די רייע.
נאטורליך;
א קאמפלימענט וואס קומט פון איינער וואס איז זעלבסט א מעכטיגער שרייבער, ווערט זייער שיין אויפגענומען ביי אונז! יישר כח!
פארוואס-ארויף (וואט'ס-אפ);
עס דארף זיין א באזונדערן אשכול מטעם הכמוס, ואין מגלין אלא לצנועין, טשעק דיין תיבה אישית.
משה'לע23;
יישר כח! (מעגסט אפטער אריינשרייבן... הגם איך ווייס אז דו ליינסט אונז יעדן טאג).
לב-לי;
די מעשה איז פארטיג. איז עס נישט גענוג לאנג אויסגעצויגן? עס איז פארגעקומען אין א משך פון אנדערטהאלבן סעקונדע... ווילאנג קען איך דאס אויסציען?
נאט-טו-ביזי;
יישר כח! דאס קיטל איז שוין הערליך פארראכטן. עס איז ממש מן השמים געווען אז עס זאל זיך אויפטרענען, אז איך זאל כאפן דעם מעסעדזש.
זרח'ל;
הונדערט יישר כח'ס!
וועגן דיין קריטיק;
זעהט אויס אז דו ביסט נישט קיין מבין אויף שרייבעריי (במחילת כבודך). ווייל ווען איך געב דעם טיטול וואס דו האסט געשריבן, וואלט איך ארויסגעגעבן די גאנצע מעשה אין איין שורה... איך האב געוואלט עס זאל זיך ליינען מיט נייגער... אזא סארט 'סוספענס' מעשה. פרעג די מבינים...
פאר די וואס ווייסן נישט וואס 'סוספענס' מיינט, דא האט איר אן אויסשניט פון א 'דיקשאנערי':
Pleasurable excitement and anticipation regarding an outcome, such as the ending of a mystery novel
==
ווער נאך?
תוקן על ידי - קרעמער - 11/10/2005 20:48:38
קרעמער!
עס איז געוואלדיג, תוכן'דיג, מוסר השכל'דיג, נאטורליכ'דיג (היינט איז דאס שוין א געוואלדיגע קאמפלימענט),
כבוד הרב קרעמער דאס האט מיר אויך געברענגט א הרהור תשובה, און בנוגע דעם קעפל ביזטו זיכער גערעכט, ביז די לעצטע שורה האב איך געליינט אין איין אטעם, נישט גלויבנדיג אז עס איז פארטיג
תוקן על ידי - התאחדות - 11/10/2005 22:18:56
בן הרחמן;
יישר כח! (נאטורליך'דיג? איך מיין אז מיר האבן גאר אנדערע צוגאנגן... אבער הכל הולך בתר מחשבה... האסט מסתמא געוואלט געבן א שטארקע קאמפלימענט).
התאחדות;
יישר כח!
איז עס דען פארטיג???
מארגן נאכט איז יום כיפור! מען קען זיך נאך אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר!
מיט איין ריכטיגע הרהור תשובה, "עזיבת החטא, חרטה, וידוי, און קבלה אויף להבא שלא ישוב לכסלה עוד" קען מען טוישן דעם גאנצן גזר דין!!!
ניחמתני מיין ליבליכן קרעטשמער
ישר כח פאר די מעשה, כהאב נישט געגלייבט אז ס'העט נאך זיין צובאקומען אביסל שנאפס אבער אז איז דא לאמיר טרינקן לחיים אויף די מעשה און אויף קומענדיגע
אהה,,,, ר' קרעמער עס רינען מיר טרערן פין די אויגן,,,,,,,{איך שאקל מיינע הענט}
עס דערמאנט מיר פון די אלטע צייטן ווען די רבי זי"ע האט נאך געלעבט ממש די זעלבע
{נו יענטאשש ביסט ציפרודען}
תוקן על ידי - sushi123 - 11/10/2005 23:11:15
שנאפס & סושי;
איך האב נאכנישט פרובירט צו עסן סושי און צוטרינקן דערצו שנאפס... מסתמא איז דאס גוט.
יישר כח פאר אייערע קאמפלימענטן!
אגב, ווער זענט איר? צוויי נייע ניקס וואס האבן זיך אריינגערוקט צינעזאם. זענט איר אלטע קרעטשמע זיצער מיט נייע ניקס? ווייסט איר נישט אז מען ברויך איינמעלדן פארן עולם די אלטע נאמען (אזוי איז די געזעץ אין ניו יארק, אז ווען מען טוישט נאמען ברויך מען אריינשרייבן אין די לאקעלע צייטונגען: דער און דער וואס האט אמאל געהייסן אזוי און אזוי, וועט פון היינט און ווייטער זיך רופן אזוי און אזוי).
איך דריי מיך שוין ארום דא א שטיק צייט אבער ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך טרונק
מאך א פאר ברכה.
א נאך ברכה ברויכסטו נישט מאכן ווילאנג עס איז נאך דא אביסל משקה אין קרעטשמע (אדער ווילאנג דיין בית קיבול פארנעמט).
זייער א לאנגע צייט וואס איך שיכור דא ארום, אבער עס איז די ערשטא מאל וואס איך עס דא סאשי אה,,, אם,,,עס איז גאנץ גיט
ר' קרעמער;
במחילה מכבודי, עס קען זיין אז איך בין נישט קיין שרייבער אין אלגעמיין, אבער מיין הערה איז געווען לויט מיין געשמאק,
כ'מיין ווייסטעך, "איַין לעדאַיַיען עלאָ מאַ שעאיַינאַוו רויעס".
איך קען דיר זאגן איין זאך, ווען איך זעה געווען נישט ביים "מחבר קעפל" דעם נאמען 'קרעמער', וואלט איך נישט צופה געווען אין דעם אשכול, ווייל דער קעפל קוקט עפעס אויס ווי עפעס א אור אלטע פארלאפענע מעשה וועלכע האט זיך אפגעשפילט אין זיבעצנטן-יאר הונדערט אין די אלט-ניי פראגער שוהל, און פארשטייט אז אזעלעכיגע מאנסעס אינטערסירט מיך גאר קנאפ...
שוין רבו עלי חבירי... און קיין מבין בין איך פארט נישט...
אהא - זרח - מעשיות פון מיטל-אלטער אין פראג אינטערסירן דיר קנאפ? נו וואזשע דען ליינסטו יעדן שבת נאכמיטאג מיט אזא געשמאק אויפן סאפע ווען די טעלער מעלאנע ליגט דיר ביי די זייט? הא? כ'מיין ווען דו האסט נישט קיין 'קרעמער' מעשיות נאר 'ברוך יודא שניצלער' וכדומה, הא?
קוידעמ ווער איז ברוך יודא???
נאכדעם, וואס הייסט וואס? איך פרינט ארויס פאר שבת דעם... יא וואס? 'היימישע קרעטשמע'...
און יא, איך זאג פרק...
אבער אלטע אויסגעדראשענע באבע מעשה'ס פון אידישע ליכט, מאן דכר שמי'
און זאגט מיר קרעמער, איר האט יא א געשמאק דערין???
קרעמער;
נעם דיר אליינס א קאמפלימענט, קענסט דיך אויסוועלן וואס די ווילסט.
זארעכ;
ברוך יודא שרייבט א מעשה (מאנסע) אין "די צייטונג" פאר די אלטע באבעס (אפשר פאר 'קרעמער' אויך).
זרח'ל;
ר' ברוך יודא איז טשאבע'ר רב.
געשמאק אהער געשמאק אהין (אגב; וואו איז געשמאקער?), ווען נישט די אלע צוויי ביליאן מעשה'לעך פון די אידישע ליכט און די אלע אלטע אויסגעדראשענע צייטשריפטן (לייג צי צו די ליסטע: אלע מנחם מענדל, מנחם גץ, און דערציילונגען פון צדיקים מעשה ביכער) וואלט איך נישט געוואוסט אין וועלכע האנט מען האלט א פעדער!
נפחא;
יישר כח פאר די נישט-קאמפלימענט. אמאל איז דאס אומגעזאגטע מער ווי דאס געזאגטע.
בום בום בום בום בום בום בום בום.... קלאפט מיין הארץ מיט א שנעלן טאקט, די טרערן שטיקן מיר ביים האלז און שטיפן זיך אפילו ארויס פון די אויגן ווינקלען, קרעמער דיין מעשה האט אויפגעטון דאס ריכטיגע און האט מיך געמאכט אסאך טראכטן....
יא יא, מ'זעמיר טאקע נישט אלט, מזעמיר טאקע נישט קיין לאגער געליטענע, ניין מיר ווערן אפשר נישט אזוי איבערגענומען ווען מיר זעען די גרויליג-שמייכלענדע דייטשן שניידן בערד פון ערליכע אידן, אבער מיר ווערן גענוג באנומען ווען מיר זעען אין די צייטונגען ווי וואלונטירן פון 'חסד של אמת' קראצן און קלויבן בלוט פון יונגע מענטשן, מיר ווערן שוין איימאל באנומען ווען מיר האלטן מיט לויות פון בני עשרים ושלושים מיט וועמען מיר האבן נאך הערשט נישט לאנג צוריק ארום געלאכט און געהאט מיט זיי א גוטן טאג, מיר ווערן שוין גאר גוט באנומען ווען מיר קוקן דורך אונזערע טעלעפאן ביכלעך -אפילו מיט די ווייסע בלעטער- און מיר שטויסן זיך אלע וויילע אן אין נאך א נאמען פון א חבר וואס שוין אין די ראצער-יארן ליידט זיך שוין צוזאם ביטערע צרות משונות פון אלע ערלייען......
הוי, הייליגער גאט אין הימל, באהיט אונז, באשיץ אונז, שטארק אונז, באלייכטער אונז, ברוחניות ובגשמיות.....
לאמיר זיך טאקע אויסבעטן א גוט זיס לעכטיג יאר.
קרעמער זאל דיר זיין צו מצוה מיין כונה'דיגער דאווענען דעם יום כיפור.....
טייערע ראש הקהל;
וועסט אפשר מיינען אז איך מאך א שפאס, אבער דיינע פאר שורות האבן מיר צוריק אויפגעוועקט אינערליכע געפילן וואס איך פרוביר צו דערשטיקן... דיינע ווערטער זענען אויפטרייסלענד פון איין זייט, און בארוהיגענד פון די צווייטע. ווי א פראפעסיאנעל ברענגסטו ארויס די ווייטאגן וואס דאס מענטשהייט מאכט זיך מיט, און די געהויבנקייט פון די טעג וואס שטייען פאר אונז, אין וואס מיר קענען זיך אלעס גוטס אויסבעטן.
לאמיר זיך טאקע פארנעמען אינזין צי האבן איינער דעם צווייטן ביי די תפילות, והמתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה. זאלן מיר אלע זוכה זיין צו א זיסע לעכטיגע יאר!
החותם בדמע
קרעמער
אקעי גוט ר' קרעמער;
ווייסטעך אז כאב נישט געוואלט באמת קריטיקירן,
כאב עס נאר געטוהן וועגן א קעניינעהארע זאל נישט שאטן...
דעריקער, לאמער צוריק גיין צו דער נושא פונעם אשכול, איך וואלט דיר געווען נאכאמאל קאמפלעמענטירט, נאר ווי חז"ל זאגן:
מילי בסלע שתיקה בתרין...
קרעמער, אמן.
זאל עס מיר אויך זיין צו מצוה.
תוקן על ידי - יענטאאש - 12/10/2005 2:09:20
מיר קענען אלע נוצן זכותים דעם היינטיגן טאג. אוי טאטע אין הימל, קוק ווי אידישע קינדער דרייען זיך ארום אנע קאפ פון אזויפיל אפקערן פון דעם גוטן וועג, זיי אלע זוכן א וועג ארויס, זיי קלאמערן זיך אויף די גראדע ווענט זיך צוריקצוקערן צו דיר. האב רחמנות אויף דיין פאלק ישראל, נעם אוועק פון זיי די ביטער שווערע נסיונות מיט וואס זיי ספראווען זיך טאג טעגליך. שיק זיי שוין דעם גואל צדק, און מיט דעם וועלן זיך אפטאן אלע צרות. אמן!
קרעמער;
כ'האב דיך נאר געוואלט פרעגן, פון וואנעט ווייסטו אז די בוק פון צדיקים איז גאלד???
מיין מאמע האט מיר געזאגט.
איימסארי קרעמער כ'אב דיר נישט געקענט קאמפלימענטירן נעכטן אזויווי יעדער, אבער אינני מקפח שכרך
די מעשה איז זייער גוט און שטארק באלערנד
דויערהאפטיג שטאנדהאפטיג און צום טאקט.
נאר עטליכע אזוינע:
דוכט זיך אז דו האסט שוין געמאלדן בעפאר ראש השנה אז עס קומט אזא מעשה, נו, ווערט דאך שווער די קשיא פון ידיעה מיט בחירה?
צווייטנס, איז דיין קיטל שוין געל? מילא די פעדעמער רייסן זיך אויף , נישקשה. אבער געעל? פארוואס, האסט עס געירשנט?
דריטנס, וועט זיך איינער וואונדערן וואס איך זוך דא אין קרעטשמע ערב יום הקדוש?
אמאל געווען א מעשה מיט איינע פון די צדיקים זי"ע וואס איז פאר כל נדרי געגאנגן אין פערדן שטאל פיטערן די פערד וואס האבן געהונגערט. מיר פירן זיך אויך אזוי. ...
זשאסט קידדינג, נאר א שמייכל צום געהויבענעם
און פרייליכסטן טאג פון יאר "יום כיפורים"
לא היו ימים טובים לישראל ... וכיום הכיפורים!!!
אז מען איז זיך באמת מתבונן די חסד ה' וואס האט געגעבן אזא מושג ווי תשובה איז דאס מוראדיג ברחמים הא'ל יתברך,
מן הדין וואלט געברויכט זיין איינער זינדיגט איז אראפ מיט יענעם, וואס הייסט ער האט דאך געזינדיגט?!
אבער לא כמדת בו"ד האט דער בורא עולם דער מוחל עוונות עמו ומסיר חטאת יראיו אונז געשאנקן א טאג פון
מחילה סליחה וכפרה
לכפר לנו על כל עוונותינו
ויהר שנזכה להיחתם בספרן של צדיקים לחיים טובים, אמן.
אויך דער שכינה הקדושה זאל שוין אויסגעלייזט ווערן יחד איתנו
בהתרוממות קרן התורה וישראל
אורייתא קודשא בריך הוא וישראל חד הוא!
לאמיר אלע געהאלפן ווערן אינאיינעם עם ביאת בן דויד שוין יעצט,!!! אמן!
געשמאקער;
כ'האף האסט נאך געטראפן א כפרה (אנדערש ווי די פארגאנגענע יארן).
איך האב געמאלדן איבער די קיטל מעשה הערשט מוצאי ראש השנה, קוק נאך וועסטו זיך איבערצייגן.
איך האב נישט געשריבן אז די קיטל איז געווען געל. ליין איבער די מעשה.
א יישר כח פאר די דברי התעוררות, יה"ר שיכנסו ללב השומעים, ונזכה כולנו לגמר חתימה טובה ושנה טובה ומתוקה.
קרעמער
ביסט גערעכט קרעמער,
כיון שטעה טעה, איך האב פארמישט די געלען טלית זיינע מיט דיין ווייסן קיטל וטעות לעולם חוזר.
די אנדערע זאך האב איך נישט נאכגעקוקט אבער ניזול בתר רובא, ביסטו אויך גערעכט.
א גוט זיס לעכטיג יאר, אמן
איך האב פארגעסען עס ארויס צו פרינטען אבער איך האב עס אביסל איבער געטראכט אויסענווענדיג