הבהרה================באקאנטמאכונג
27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1613419
אנדערש ווי פארשידענע פורומים - כלומר'שט היימישע - וועלן מיר נישט לאזן קיין בילדער פון פרויען, אפילו הצנועות ביותר.
מיר בעטן מחילה פון די חשוב'ע שרייבער וואס האבן נישט געוואוסט פון די תקנה, מיר זענען געצווינגן אראפצונעמען אלע אזעלכע סארט בילדער.
מיר האפן אז איר וועט האבן פארשטענדעניש מיט אונז, און נישט לייגן קיין שום בילדער פון פרויען, יהיה מה שיהיה.
העם אתך
גם אני מצטרף
אנדערש ווי אנדערע פארומ'ס, וועלכע האבן יא א 'תקנות הפורום' און האבן אויך א 'דבר המנהל', און דער עולם ווייסט וואס יא און וואס נישט, ווי איין און ווי אויס.
האב איך אבער פארט נישט געוואוסט אז אונזער פארום האט אויך 'תקנות'... וואס נאר די מנהלים ווייסן דערפון...
דיינו שליט"א
זעה: דבר המנהל!
און יא שיר פארגעסן.
גם אני מצרף לדברי הרב נאטורליך
אה אה ומודה ועוזב ירוחם...
ס'איז לכאורה א ווארעם פיין שטיקל פריש געבאקענער 'דבר המנהל' און איך האב עס טאקע נישט געהאט באמערקט.
און לאמעך דיר טאקע שנעל איבערבעטן נאך פאר יום הק'
נא קרעטשמער דערלאנג אהער א גלעזל און עמער מאכן א
לחיים...
לחיים... לחיים... א זיס יאר אויף דיר
===
און נאדער טאקע א באגריסונג פארן 'דבר המנהל'
(כ'ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט ביידע פינגערס, וויסטעך מחשבה טובה...)
דיינו
די דבר המנהל איז טאקע פריש, עס איז היינט געשאפן געווארן, אבער עס איז פארפארטיגט געווארן נאך איידער אייער תגובה איז ארויף אויפן פורום.
בכלל האבן מיר אדאנק אייך געהאט א געלעגנהייט צו צייגן פארן חשוב'ן ציבור דעם 'דבר המנהל'.
ווער עס ווייסט נישט וואס 'דבר המנהל' איז, זאל 'קליקן' אויף די 'קרעטשמער' נאמען ביים רעכטן עק אויבן פונעם פורום.
מיט דאנק
זייער גוט
זונטאג נח תשס"ו
א גוט מארגן טייערע קאלעגעס!
צוליב עטליכע אינצידענטן ווי טייל חשוב'ע שרייבער האבן זיך פארגעסן אדער פארהוילן פון אונזער שטרענגע תקנה נישט צו שרייבן איבער ענינים וועלכע גרעניצן זיך מיט "פאליטיק", מוזען מיר דא קומען מיט א בקשה צום חשוב'ן עולם: ביטע נישט שרייבן זאכען וואס האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס זענען דא איבערגענוג פורומים אויף היידפארק אליין וואס באפאסן זיך מיט די סארט זאכען, מיר וועלן דאס נישט דולדן!!!
היינט וועלן פארקומען אינטענסיווע באראטונגען צווישן אונז - די חברי הנהלת הקרעטשמע - איבער דעם עבר, וואס מיר זאלן טאן און וויאזוי מיר זאלן פארעכטן (אויב מיר זאלן בכלל) דאס וואס עס איז שוין געשריבן געווארן. אבער מיר רופן אויס אז פון היינט און ווייטער זאל יעדער מער אכט געבן און אונז נישט אריינשטעלן אין דעם געפערליכן דילעמא וואס מיר זאלן ברויכן מעקן אדער פארעכטן אייערע תגובות!!!
יישר כח פאר די פארשטענדעניש.
די קרעטשמער
מורינו הדיין שליט"א דאס האט איר געמיינט?
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך ברענג ארויף דעם אשכול צוליב א אינצידענט וואס איז היינט פארגעקומען און קרעטשמע.
יעדע זאך וואס האט א שייכות מיט פאליטיק (אפי' נאר א ווערטל) וועט נישט טאלעלירט ווערן דא.
א קליינע פראגע. וואס מיינט דאס פאליטיק?
למשל (נאר א משל) אז איך וויל פארציילען אז מיין פרוי האט היינט געמאכט א עסען וואס איך האב נישט ליעב און סי געווען ליהודים, מעג איך עס דא דערציילען און מאכען דערפון מטעמים? אדער עס איז פאליטיק?
פענסטער;
איין קליינע דעטאל האסטו פארגעסן אפשר... איך האב געלאזט צוואה אז איידער מען מעקט עפעס פון קרעטשמע, זאל מען מיר דאס אריינשיקן אין תיבה אישית... בין איך דען פון אן איי געבוירן??? שיק מיר זאפארט אריין דעם זאפטיגן שטיקל פאליטיק...
נאטורליך;
די פארברענטע מאכל קענסטו האלטן... ברויכסט מיר נישט אריינשיקן א שטיקל צו פארזיכן. יישר כח.
סי נישט פארברענט, זי זאגט סיז דעלישעס און איך זאג... אקעי מעג איך רעדען פאליטיק? וועל איך זאגען מיינע טענות
נאטורליך;
מען זעהט אז דער בעל הבית איז שוין צוריק פון ישראל... דו האסט יעצט עפעס מער צייט אויף די האנט.
נישט אז דאס איז ח"ו א פראבלעם... אבער אמאל פלעגסטו זיך נישט אפרעדן אויף די מאכלים... כ'האב מורא אז די אידענע וועט דיר בקרוב געפונען א פיינע SIDE JOB...
נאטורליך;
די עיקר סיבה פארוואס מ'טאר נישט שרייבן קיין פאליטיק דא, איז ווייל די מנהלים פון חדשות אנ"ש האבן מורא אז טאמער גייט מען דא שרייבן פאליטיק, קענען זיי פארמאכן זייער פורם... במילא האבן זיי אונז געבעטן נישט צו לאזן שרייבן קיין פאליטיק דא. סאו עני פאליטיק וואס ווערט נישט דיבעיטיד דארטן קען מען דא שרייבן.
====
קרעמער;
די האסט איין פראבלעם, אז די שרייבסט דיין תגובה נאך פאר די טשעקסט דיין תיבה אישית.
הייסט אזוי, מהיום והלאה אויב האב איך א קאנפליקט מיט מיין מיט-ארבעטארער אדער מומע און איך וויל אייך אלע מיט טיילען וואס האט פאסירט, מיז איך קודם זעהן צו מען האט שוין בארירט די טעמע ערגעץ אנדערש? אז יא קען איך נישט שרייבען פון דעם "פאליטיק".
לעת עתה באזיך איך זייער זעלטען די אנדערע פורם'ס, די פארלאנגסט זייער א שווערע זאך.
פעסטער פענסטער;
פארוואס איז דער אשכול רויט געווארן?
נאטורליך;
קיינער רעדט נישט דארטן פון "דיינע" קאנפליקטן, סאו קענסט זיין רואיג און עס דא באשרייבן.
און קעיס די ווייסט טאקע נישט צו די מעגסט עס דא שרייבן, קענסטו מיך אנפרעגן און אישי, אדער אויף גי-מעיל.
=====
קרעמער;
די אשכול איז געווארן אן עגונה.....
תוקן על ידי - פענסטער - 01/11/2005 19:38:39
איך קען דיר מתיר זיין די עגונה
נאורליך לאמיר זען מאך עס אויס עגונה
מאך די עגונה רעדען, איך מיז הערען די פרטי הדברים.
איך צי צוריק
דו ווילסט נישט מער מתיר מאכן די עגונה?
איך זיץ שוין דא אין קרעטשמע אפאר שעה. זי שרייט שוין אז כ'האב איר איבער געלאזט ווי אן עגונה...
לאז איר שרייען, אדער לאז איר אויך אריין קומען מיר האבען א עזרת נשים.