היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » שאלה פון די וואך : האזינו

שאלה פון די וואך : האזינו

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1612354

gishmoker » 10/10/2005 03:37


איך וועל זיך משתדל זיין בל"נ אריינצולייגן דא אין אונזער קרעטשמע [מעין "מעלות"] א שאלה יעדע וואך,
די ריכטיגע ענטפערס ביז פרייטיג וועלן אריינגיין אין א גורל אויף...... איין יאר פרייע סובסקרובציע....


ראש חודש חשון צופרי יענקל דאוונט ערליך שמו"ע, ער האט חלילה נישט פארגעסן יעלה ויבא אדרבה ער האט אפילו געקלאפט און געשישקעט פאר שמו"ע נו נו נו באם .. באם... בא... אויפן באלעמער און הויך געשריגן יעלה ויבא!!!

צוויי מינוט דערויף ווען ער האט שוין טאקע געהאלטן ביי די עכטע יעלה ויבא, ווערט ער רויט און ער פיבערט: אזאנס?! ווער פרעגט מיר? פארוואס דארף איך אלס קלאפן? איך בין דען דער גבאי?! דער וועלטס פאליסמאן?! אזוי חלומ'ט ער אוועק, און מחמת הרגל פון די 8 טעג סוכות זאגט ער : ביום חג הסכות הזה... זכרינו ה'...

... יהיו לרצון אמרי... עושה שלום.. אופס כ'אב געזאגט חג הסכות!! וואס טוה איך יעצט?! שוין ווייטער מאך איך מיר פראבלעמען!

קען אים איינער העלפן ? צי דארף ער איבערדאווענען צי נישט?

gishmoker » 21/10/2005 22:28


ווייסט טאקע קיינער נישט קיין ענטפער?!

ווען איינער זאגט ראש חודש בימי מתתיהו, צי האט ער יוצא געווען במקום יעלה ויבא?

דע יעלה ויבא איז נאר א תפילה וואס מען זאגט כדי מזכיר זיין מעין המאורע, טאמער זאגט ער נישט ביום ראש החודש הזה האט ער זיכער נישט יוצא געווען, וכן טאמער זאגט ער סתם ביום ראש חודש הזה, אן זאגן יעלה ויבא האט ער יא יוצא געווען, ופשוט.

די שאלה ווערט נאר, אויב איז ער יא מזכיר ראש חודש, נאר אין אן אנדערן ברכה למשל שומע תפילה?

קרעמער » 28/10/2005 19:27

הערשט יעצט באמערק איך דיין ענטפער. איך ווייס נישט פארוואס איך האב דאס נישט באמערקט מוצאי יום טוב. ווער ווייסט וויפיל נאך זאכען איך האב נישט באמערקט