איך הער אז עס איז דא עיקול פון ב"ד אויף לולבים, ווער ווייסט מער פרטים?
די סוחרים פרובירן צו מאכען א פאניק פאר לולבים און עס וועס קאסטען מער א כשר'ע לולב ווי א מהודר'דיקע אתרוג.
Lulav Shortage Crisis Shakes Jewish World
American legislators, are working diplomatic channels in an effort to stave off a looming lulav shortage ahead of Sukkot.
Their efforts follow a surprise move by Egypt, which - after years as the world's primary supplier of the palm fronds that form the spine of the ritual lulav - said it no longer would provide the leaves to suppliers.
http://vosizneias.blogspot.com/2005/10/lulav-shortage-crisis-shakes-jewish.htmlדאס יאר קומען נישט קיין לולבים פון מצרים איז דא א פראבלעם מיטן פרייז.
א איסור קען נישט ארויסקומען, עס איז ממש נאריש.
איך האב געזעהן אן עיקול, פין איין סוחר אויף'ן אנדערען.
פין מצרים איז נישט דא, ווייל זיי שיקען נישט אויף א"י.
איינער פין דא וואלט געקענט ארלעדיגען.
פארפאלען, היי יאר רעכענען סוחרים צו אפאר דאלאר פארען לולב.
איך וואלט מייעץ געווען, אז היי יאר, זאל מען תומ"י ביים קויפען די אתרוג נעמען א לולב, און נישט ווארטען אויף צוויי טעג פאר יו"ט, ווי אסאך מענטשען טוהן געווענליך, פשוט ווייל, עס קען זייער געמאלט זיין, אז נעקסטע וואך וועט נישט זיין מער קיין לולבים.
די אתרוג סוחרים גייען דערלייגן, ווייל ז'וועלן נישט האבן צופיל קונדן וואס וועלן גרייט זיין צו צאלן טייערע פרייזן פאר אן אתרוג.
עס איז געווען א מדובר אז דאס יאר וועט מען אימפארטירען לולבים פון ירדן, וואס איז למעשה געווארען?
האט דאס צו טיען מיט די הויכע געז פרייזן?
קוטשמע
אוודאי נישט.
עס האט מיט מצרים און א"י, מצרים וויל נישט שיקען קיין לולבים צו א"י. איך ווייס נישט פארוואס סוחרים האבען נישט געברענגט אהער דירעקט.