יעצט גיהערט צוויי מעשיות פון היימישע יודען גייען אריין אין פאסט אפיס אדער און באנק און דיפאזיט אדער בעט רעשט פון א הונדערטער און יענער (טעלער) גיט עס א נעם און זאגט עס איז פאלש (און גיט עס נישט צוריק) און קענסט גארנישט טאהן
עצות לענ"ד
1) ווייז נישט מער פון א פופציגער פאר די חברה
2) דיפאזיט און atm
א זיס לעכטיג יאר
מיינסט אז א פאלשער הונדערטער אין ATM וועט יא דורכגיין?
יעדער פאלשער דאלער וואס גייט אריין אין ATM ווערט פונקט אזוי קאנפעסקירט. אין פארשטייט זיך אז עס גייט נישט ארויף אויפ'ן ACCOUNT..
די מיינסט עס איז טאקע פאלש?
אדער וויל ער באגאנווענעו א איד
דער יוד זאגט אז ער איז גיווען ביי די זעלבע באנק אין א אנדערע ברענטש און באקומען די הונדערטער
נאר וואס דען די גוי האלט פארוואס זאל דער יוד האבן דער הונדערטער ווען ער דארף עס וויכטיגער וד"ל
נישט מסתבר ווייל דער טעלער קען גארנישט טון מיטן שטר.
ער גיט פאר דעם איד א צעטל אראפצונעמען פון שטייער, אין מוז דעם שטר שיקען צו די אטוריטעטען.
ולענ"ד איז די הונדערטער א גוטע און די יוד קען זיך נישט קריגען מיט איר
און זי לייגט די הודערטער אין טאש צו קויפען נוי סוכה און זאגט נעקסט פליז
שיע550 איז גערעכט, די טעלער מיז אויספילן א פארם וואס גייט פאר דעם וואס האט דאס אהין געגעבן און דערנאך דארף דאס געשיקט ווערן פאר די סיקריט סערוויס (זיי זענען די וואס געבן זיך אפ מיט געלט פעלשעריי) פאר אויספארשונג. עס ווערט איינגעבוכט אין די באנק סיסטעים דער טעלער קען גארנישט פארדינען פון דעם
מעשה שהיה:
א אינגערמאן גייט אין באנק און געט אריין א דעפאזיט. די טעלער זאגט אים אויף איין הונדערטער אז עס איז פאלטש.
דער אינגערמאן פארלירט זיך נישט. ער רופט זיך אן מיט א כלומר'שטע שאק:
וואס? עס איז פאלש? לאז מיר עס זעהן!
דער טעלער געט צוריק דעם הונדערטער פארן אינגערמאן - וועלכער וויל נאר באטראכטן די פאלשקייט דערפון.
דער אינגערמאן פיצט אפ דערמיט, און די רעשט איז היסטאריע!
הני חכימא...
קרעמער,
און וואס טוט ער אויב דער טעללער וועט נישט פראסעסן די רעשט פונעם דיפאזיט?
Maybe the Teller/Clerk has a stack of False $100 Dollar bills in her pocket and exchanges them with yours and claims that you gave her the fraudulent one. Thus getting rid of her false bills.
דאכענע;
האסט אמאל געהערט דעם טערמין: א קשיא אויף א מעשה?
'אלעס ווייסטו' חוץ אז ארום די טעלערס זענען דא קעמרעס וואס כאפן אלעס אויף פילם, אזא באנק טעלער וועט גאנץ שנעל געכאפט ווערן.