איך דארף הילף
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1607109
רבותי!!! איך דארף הילף
כ'דארף אויפשטעלן מיין סוכה, כ'האב נישט קיין סאך צייט, איך בין פאריאגט על המחי' ועל הכלכלה, און ווען נישט דארף איך סערווירן דא און קרעטשמע.
ווער ס'איז גרייט מיך ארויסצוהעלפן, זאל זיך מעלדן צו מיר אין תיבה אישית.
האטס מיר א גוטע נאכט.האסט שוין הילף? אדער מען קען זיך נאך מעלדן?
קודם מעלד דיך, כ'על דיר נאכדעם לאזן וויסען.
איך ווייס נישט וויאזוי מען שיקט א מעסעדזש אין אישית
נעבן די ניק שטייט נשלח ב ............. און נאכדעם איז דא אפאר בילדער די ערשטע איז פון א פארגרעסערינג גלאז, די צווייטע איז פון א בריוו מיט א ענוועלאופ, די דריטע איז פון א קאפ פון א מענטש, די פערדע איז פון צוויי מענטשעלעך, ווען די קליקסט אויף די צוויי מענטשעלעך ביי א תגובה וואס איך האב געשריבן, וועט זיך עפענען ........ וואטעבער.
כ'דארף גיין, אויב די ווייסט נאך אלץ נישט פרעג נאכאמאל.
ס'איז דא א אנדערע וועג אויך אבער וואטעבער. ביי
פנחס'ל;
וואס איז די אנדערע וועג?
קרעמער;
די ווייסט טאקע נישט, אדער די ווילסט סתם אוועק נעמען מיין צייט פון מאכן מיין סוכה?
די אנדערע וועג איז אזוי
ווען מען איז און אישית דריקט מען "שלח הודעה חדשה" און ביי ":נמענים" שרייבט מען אריין די ניק צו וועם מען וויל עס שיקן
פנחס: איך האב מיך שוין געמאלדן צו דיר און אישי
תוקן על ידי - whats_up - 10/10/2005 16:16:23
עס איז דא נאך א וועג!
קרעמער וואס איז די אנדערע וועג?
לייגסט אריין יענעם'ס ניק אין דף פערזענליך בלעטל (דף אישי) דורך קליקן ביי די לעצטע בילד צי לינקס. דאן קענסטו אים פון דארט שיקן וויפיל תיבה אישית בריוולעך דו ווילסט.
באלד וועט נאך איינער פרעגן
נאר פון דארט קען מען שיקען 'וויפיל מען וויל'?
והמלאכה היתה דים
ברם זכור אותו ניק לטוב, ער איז געווען גרייט צו קומען "אליינס" אויפשטעלן מיין סוכה, איך זאל קענען ווייטער זיצן רואיג דא אין קרעטשמע.
א גרויסן שכח מעומקא דלבא.
און א עקסטרע דאנק קומט זיך פאר 'וואטס_אפ', ווי נאר ער איז געוואר געווארן וויאזוי מ'שיקט א מעסעדזש אין תיבה אישית, האט ער תיכף געמאלדן זיין (אומ)גרייטקייט מיך צו העלפן.
תשואת חן חן לו
חישב לעשות מצוה....ונאנס
מעלה לו הכתוב כאילוי עשאו.
אויוויי!!! כ'האב פארגעסן צו שרייבן אז 'גישמאקער' איז געווען דער וואס האט זיך אזוי שיין אנגעטראגען מיר ארויסצוהעלפן צו מאכן מיין סוכה, א גרויסען שכח נאכאמאל און אנטשולדיגט.
נאר יעצט וועל איך דיר זאגן וואס איז געווען פארוואס איך האב דיך נישט גערופן צום סוף, איך האב געמאכט א דיעל מיט מיין חבר, ער קומט מיר העלפן אויפשטעלן מיין סוכה, און איך דריי ארום זיין כפרה העכער זיין קאפ.
גישמאקער;
כ'האב דיר פארגעסן צו זאגן, אז ווייל די ביסט געווען אזוי נייס, קענסטו איין טאג טרינקען דא אין קרעטשמע פאר פרי, וואס דיין הארץ גליסט דיר נאר.
הצלחה רבה פנחס
פנחס;
שוין העכסט צייט זאלסט זיך טוישן ניק צו 'פנחס' וכדומה... כ'מיין פשוט צו הייבן די מאראל פון די אריינוואנדערער אין די קרעטשמע.
וואס זאגסטו דערצו?
גם אני מצתרף לדברי קרעמער
אין יעדע קרעטשמע דארף זיין פון אלעמען, סאו האלט איך אז ער קען זיך סייווי נישט טוישן דעם נאמען, נאך אלעם איז עס אמת
ווען ער וואלט עס נישט געווען וואלט ער אפשר געדארפט הייסן אזוי אבער אז ער איז סייווי אזוי קען ער שוין טוישן נאמען
ס'איז שוין מיין איך צו שפעט צו טוישן נאמען, קען זיין איך האב עס שוין אמאל געזאגט, אדער נאר געטראכט:
נאר בלייבט נאר, און נפחא בלייבט נפחא.
איך זעה אז דער עולם האט מיך אנגעפאנגען צו אטאקירן אז איך זאל טוישען מיין ניק, אויף וויפיל איך ווייס קען מען נישט טוישן א נאמען, (און אפילו יא, די אפשען פון שינו פרטים איז צובראכן פאר די וואס נוצען מסורת) במילא מיינט עס אז כ'וועל דארפען עפענען א נייע בליץ-פאסט אדרעסע, און איך דארף מיך יעצט זעצן טראכטען וואספארא ניק צו געבן, בקיצור ס'איז נישט אזוי פשוט.
געטס מיר אפאר טעג, איך וועל ענק פרובירן צופרידנצושטעלן.
אגב, אויב איינער האט א איבריגע ניק, קען ער מיר עס געבן.
א שכח פון פאראויס.
א גוטע וואך און א גוט יאר
זאגסט גוט!
ווען מען גייט מיטן מסורת, קען מען נישט משנה זיין קיין פרטים!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
נא דארפסט הילף אוועקצולייגן די סוכה?
וואסי, ווילסט מיר ווייטער נישט קומען העלפן?
מיין ווייב האט מיר (לייען איר) געמאכט א סורפרייז, זי האט דאך געוואוסט אז איך וועל צוזאמלייגן די סוכה נאך חנוכה האט זי היינט גענומען אירע ברודער עס צונעמן
איך האב געזען פאריע מאל אז נאך דעם וואס איך מיר וויסנדיג געמאכט האבן זיך נאך חברים וויסנדיג געמאכט האב איך געטראכט אז אפשר וועט עס יעצט אויך העלפן
תוקן על ידי - whats_up - 01/11/2005 15:21:34
וואטס דאון נחות דרגא און זיי מסביר וואס דיין תגובה איז פאַר
דא האט איר א הסבר
דא איז אמאל געווען א איד וואס האט זיך גערופן נפחא און ער האט געבעטן הילף אויפצושטעלן זיין סוכה נאך צוויי טעג האב איך אים געפרעגט צו ער דארף נאך אלץ הילף האט ער מיר געשריבן אז איך זאל מיך מעלדן צו אים אין אישית לאמיר עס טרייען צו מאכן בקוציר עס האט אויסגעקוקט אז ער האט נאך געקענט נוצן דעמאלס די הילף דריי טעג שפעטער האט ער געשריבן אזוי
והמלאכה היתה דים
ברם זכור אותו ניק לטוב, ער איז געווען גרייט צו קומען "אליינס" אויפשטעלן מיין סוכה, איך זאל קענען ווייטער זיצן רואיג דא אין קרעטשמע.
א גרויסן שכח מעומקא דלבא.
האב איך געטראכט אז אזוי ווי איך האב דעמאלס צוריק ארויף געברענגט אויבן אן די אשכול האב איך צוגעהאלפן ער זאל באקומען די הילף און יעצט האב איך געטראכט די זעלבע זאך אז אפשר אז וועל עס נאכאמאל ארויף ברענגן וועט ער נאכאמאל בקומען הילף
תוקן על ידי - whats_up - 01/11/2005 23:31:44
תודה
התאחדות;
וויאזוי זאגט מען תודה אויף רוסיש? אוקרייניש?
אזוי?!
דער ליגנער פענסטער וואס ער איז. פאר מיר אין אישי האט ער געשריבן [אדער אויפן טעלעפאן] אז "נאך" מיר האט זיך געמאלדן א צווייטער !
סארא פארברעכער ער איז!
ער דרייט אויס מאסעס
געשמאקער;
זיי מוחל ליין איבער די תגובה פון וואטס אפ, וועסטו זעהן אז ער שרייבט סתם מסברא דנפשי', ס'האט אויסגעקוקט ווי ער קען נאך נוצען הילף וכו'.
אבער די ביסט נאך אלץ געווען דער ערשטער זיך צו מעלדן.
אגב, אפשר ווילסטו צונעמן מיין סוכה???