http://personal.stevens.edu/~llevine/takanos_lakewood.pdfאיך בין שטארק נייגעריק וואס דער עולם זאגט אויף די "נייע" תקנות, און צו זיי האלטען אז דאס גייט האבען עפעס אן עפעקט.
אדורך ליינענדיק, האב איך געהאט עטליכע הערות,
1)ב"ה די "גדולים" האלטען שוין אז זיי קענען קאנטראלירען וואס טוט זיך ביי אונז אין שלאף צימער...
2)איך האב געזיכט און געזיכט, אין נישט געטראפען ווי מ'קען זיך איינשרייבען צו ווערען איינער פון דער "גדולים" וואס קענען "טיילען" "אישורים" צו מעגען האבען אינטערנעט אין שטוב.
ווער ס'קען מיר ארויסהעלפען, ווערט געבעטען אריין צו שרייבען, אדער לפחות מיר שיקען אין אישי. איך דארף נויטיג וויסען, יישר כחכם.
גמר חתימה טובה,
דזשיד.
אנאנים
דו האסט עס גוט "ארויס"
ביי אונז חסידים ווערט מען א גדול ווען מ'איז גרויס
און א תלמיד חכם ווען מען לערנט
אויב נאר מ"קען לערנען" ווי אחינו הליטאים - הייסט מען א גוטער ישיבה בחור.
BTW
מען האט בכלל עפעס גערעט פון דשזעי נעט?
איז דא בכלל פוןדי אחינו הליטאים וואס האבן זיך צוגעשטעלט צום דשזעי נעט?
ווער איז דער ראטענבערג? איך מיין דער פשעווארסקער, בין איך גערעכט?
און ניישלאס, איז דער סקווערע דיין דארט?
איך האב דורכגעליינט די לעקוואוד תקנות, און אויב עס ארבעט זיך אויס, האלט איך אז מען דארף עס נאכמאכן אין אלע היימישע תלמוד תורה'ס.
וויאזוי וועסטו קענען שרייבען אויף היידפארק?
סקווערער דיין דארט הייסט שפיצער
פארגאנגענעם שבת שובה בין איך געווען ביי א דרשה פון א חשוב'ן רב, האט ער געהאקט קעגן "אינטערנעט", ער האט גענוצט אלע סארט נישט ריכטיגע שימושים אויף אונטער וויגלייך דאס איז עפעס א מאשין, אבער זיינע נקודות זענען געווען ריכטיגע, פארשטייט זיך.
איך האב צו מיר געטראכט, וויאזוי די "פירצות" האבן זיך געטוישט, פאר צען יאר זענען רוב פירצות באשטאנען פון שמאלע קליידער, צניעות, שייטלעך, דורכזיכטיגע שטרימפ, בקיצור די מענער האט מען געלאזט לעבן, היינט האט זיך עס היבש איבערגעדרייט, איך אליין ווייסן פון לכל הפחות פינף רבנים וועלכע האבן דעם שבת שובה געהאקט אויף אינטערנעט, סעליולערס, פאלם ועוד.
און ס'איז נישט וואס צו רעדן, אז דער קרעדיט קומט זיך פאר עטליכע רבנים, ווי הרב מאשקאוויטש. און הרב טויבער, מיט ר' בערל כ"ץ, דירנפעלד, וועלכע האמערן דערויף אן אויפהער, אויף אזוי ווייט אז כמעט אלע רבנים האקן דערויף.
למעשה קען מען נישט פארלייקענען דעם פאקט, אז די אלע האקעראציעס האלטן צוריק אסאך יונגעלייט פון אינטערנעט.
האט איך אויך באמערקט אז פארמערונג אין האקן קעגן אינטערנעט?