היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך...

לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך...

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1600507

בןמלך » 3/10/2005 00:30

לאמיר זיך אומקערן ברידערלעך, צוריק צו דעם ריכטיגן וועג...
שטייענדיג אזוי בלויז איין טאג אוועק צום פארכטיגן טאג פון ראש השנה, כאפט אן א פחד און א שוידער, כי הוא נורא ואיום... כבקרת רועה עדרו, מעביר צאנו תחת שבטו, כן... עס איז זייער שרעקעדיג, מ'גייט יעדן אפירנעמען פון אויבן ביז אונטן דורך און דורך...
יעדער וויל פארשריבן ווערן אין דעם ספר החיים, יעדער וויל פארשריבן ווערן אין ספר פרנסה וכלכלה, געזונט, נחת, און נאר גוטס.
אפשר איז א גוטער געדאנק פאר אלע גולשים, צו מאכן א שטיקל "שביתה", א כאילו-סטרייק, און זיך אביסעלע איינהאלטן פון שרייבן און ענטפערן דא אויף היידפארק, כאטש ביז נאך יום כיפור הבא עלינו לטובה. אדער לכה"פ זיך ארום טענה'ן ווייניגער ווי א גאנץ יאר, און שפענדן מער צייט אויף הייליגקייט, צו זאגן תהלים, לערנען אביסל הלכות החג בחג, אביסל מוסר, א שיעור אין גמ' תוספות.
איך וועל מיך משתדל זיין אי"ה גארנישט צו שרייבן בל"נ ביז נאך יוה"ק, חוץ אויב עס וועט זיין גאר וויכטיג....
איך בעט אנדערע זאלן מיר נאכטוהן, און די זכות זאל אייך אלע ביישטיין פאר כתיבה וחתימה טובה, שנה טובה ומתוקה, ושנת גאולה וישועה.

פדן_ארם » 3/10/2005 01:16

אויב די מיינסט עס ערנסט פארוואס נעמסטו דיך דאס אינטער נאר ביז יום כיפור און נישט אויף אייביג?
זיך אינטערנעמען נאר ביז יו''כ פאפסטו זיך אליין און די גייסט אריין אין כלל פון אחטא ואשיב אחטא ואשיב וואס אויף דעם איז אין מספיקין בידו לעשות תשובה ווי אויך בגדר אחטא ויו''הכ מכפר אין יוה''כ מכפר.
די ווילסט דאך נישט זיין ככלב ששב אל קאו אדער ככסיל שונה באולתו!
איז אדער נעמט מען זיך אינטער אויפצוהערן אינגאנצן (ביז מען קען זיך מער נישט איינהאלטן) אדער נעמט מען זיך נישט אינטער, נאר נישט קיין געפאפטע תשובה'ס

KJfireman » 3/10/2005 01:40

פדן ארם:

אין שולחן ערוך טרעפט מען זאל זיין אין די הייליגע טעג מער נזהר אפילו פון זאכן וואס מען איז נישט אזוי נזהר א גאנץ יאר.

פדן_ארם » 3/10/2005 01:46

ער האט גערעדט פון סור מרע נישט פון עשה טוב

worldwar » 3/10/2005 02:08

ער האט גימיינט קדש עצמך במותר לך