תשס"ו
33 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1596335
ראשי תיבות פאר תשס"ו
ת'הא ש'נת ו'וא ס'אפ
ת'הא ש'נת ו'וא ס'ינייעס
ת'הא ש'יינע ס'י-די ו'וייטער
ת'הא ש'נת ס'וף ו'קץ
ת'הא ש'נת ס'אסען ו'ועסימכע
(נוסח זארעך)
תוקן על ידי - mefikel - 30/09/2005 19:52:00
ת'הא ש'נת ס'ליחה ו'מחילה
ת'הא ש'נת ס'ימן ו'מזל
תשס"ו בגימטריא "ותשליך" (במצולות ים כל חטאתם)
בענעדיקט די לעצטע דריי האב איך מורא האסט עס גענומען פון ערגעץ ...
ביי אונז פלעגט מען זאגען: האסט מורא? ליין קריאת שמע...
פארוואס דאכט זיך דיר אזוי בן'אק?
ווייל ס'איז דא א פראגראם וואס טוט סיי גימטריאות און סיי ראשי תיבות און דו האסט דא אויף איינמאל ביידע
וועסט מיר גלייבן אז איך זאג דיר אז איך פארמאג נישט קיינע פון די פראגראמען?
די פראגראמען וואלטן אויפגעקומען מיט בעסערע זאכען, אזוי מיין איך.
איך צי צוריק און איך בעט דיר איבער נאך פאר ר"ה, גראדע מיין איך אז דו האסט יא אזא פראגראם אויב דו האסט בר אילן ווייל ביי זיי קען מען אויסרעכענען גימטריאות און יאך מיין אז אויך ר"ת וועגן דעם האב איך געמיינט אז דו האסט עס גענומען פון דארט, איך זעה אבער אז דו האסט אפילו נישט געוואוסט אז מען קען עס דארט מאכן.
וואס פאלט אייך ביי אז איך פארמאג בר אילן?
איך האב 'אייך' נישט געשריבן אז איך ווייס אז 'איר' האט בר אילן, איך האב 'אייך' נאר געשריבן 'אויב',
וואס וועט מען טון ווען ס'וועלן אריבערגיין די תיו שינ'ס און מען וועט מער נישט קענען מאכן קיין תהא שנת ר"ת
תשס"ו איז בגימטריא רו"ן שי"ר
דאס איז קאפירייט...
שמרק, גאד פארביד.
מיט די נויטיגע עמינע אין מאאשיאך וועט ער ערשיינען אום גאטס הילף גאר אין נאנטן.
א גוטע וואך.
פרישע סחורה.
תשס"ו בגימטריא "ברוך אתה ה' אלקינו" (מיט די פיר ווערטער).
תשס"ו בגימטריא (דאס איז די בעסטע ביזדערווייל...)
תשית לראשו
עטר"ת פ"ז
!
תשס"ו גימטריא = תשוב לי'ה'ו'ה (עם הכולל)
געשמאקער;
עם הכולל מיינט נאך "איינס", דו וואלסט געברויכט שרייבן "מיט די צוויי ווערטער".
קרעמער
דא איז די כולל צוויי ווערטער.
פעמים מיינט הכולל איין ווארט און אמאל מערערע ווערטער,
ווענדט זיך וויזוי דער חשבון שטימט.
בין איך גערעכט?
לכאורה ביסטו נישט גערעכט. ווייל "עם הכולל" מיינט "נאך איינס". אויב ברויך מען צולייגן נאך צוויי, און עס זענען פארהאן צוויי ווערטער, שרייבט מען "עם התיבות". אמאל אז עס פעלן צען, און די ווערטער האבן צען אותיות, שרייבט מען "עם האותיות".
דערמאנט מיר פון א מעשה, א בדחן זאגט ביי די חתונה: "כ"ק אדמו"ר מ'שטיגליץ שליט"א" איז בגימטריא "מען ברויך האבן אסאך געלט פאר די ישיבה". האט זיך א חכם אנגערופן: עס איז דאך בגימטריא אסאך מער? זאגט דער בדחן: האסט נישט אריינגערעכנט די "כולל"...
תהא שנת ספינקי וועבער
תהא שנת סמירנאף וואדקע
תוקן על ידי - kraitchmer - 10/10/2005 22:26:34
צבי;
ש'ותין ס'אך ת'שעים ו'שש (זעקס און ניינציגער).
א פלא אז קיינער האט נישט באמערקט אז "שותין" אליין איז אויך בגימטריא תשס"ו! לאמיר טאקע טרונקן א לחיים לכבוד מוצאי יום כיפור, לאמיר האפן אז מיר האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס.
==
תשס"ו בגימטריא "ויאמר סלחתי" (עם הכולל).
תשס"ו בגימטריא "שנת הוד" (עם הכולל).
א גוטע וואך
אפאר פרישע רמזים אויף תשס"ו:
תשס"ו בגימטריא "תשובה מאהבה" (געהערט פון א חבר).
תשס"ו בגימטריא "שובר ארזים"
תשס"ו בגימטריא "ברית עולם" (עם האותיות)
תשס"ו בגימטריא אם "שנותי" ברק חרבי (דאס שטייט אין פרשת האזינו, גייט ארויף אויף די צייט וואס השי"ת וועט נקמה נעמען פון די גוים, יה"ר בב"א).
תשס"ו בגימטריא ועזר "מצריו תהיה" (פרשת וזאת הברכה).
תשס"ו נוטריקן ת'חילת ש'נה ס'אך ו'ואסער
מרמז אויף די סאך רעגנס וואס מיר האבן געהאט ביז מען האט ב"ה נעכטן מוצש"ק געקענט מחדש זיין די לבנה בתפארתה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן עס זאל זיין א שיינע סוכות מיט קלארע הימלען און שיינע וועטערס
תשס"ו בגימטריא "אתה וארון עזך"
פרישע ווארע לכבוד מוצאי יום טוב סוכות:
"גרש ירחים" בגימטריא ה'תשס"ו (נישט פינעף טויזענט, נאר התשס"ו).
ודברת "בם בשבתך" בביתך!
"לברכה" ולא לקללה "לחיים" ולא למות "לשובע" ולא לרזון (מיט די דריי ווערטער).
זיך דערמאנט א גוטס פון אינמיטן סוכות:
תשס"ו בגימטריא וימלא משאלותינו ב"מדה טובה ישועה ורחמים"
אלץ חיים חייקל דער וואסער טרעגער וואלט איך זיך ערלויבט צו זאגן:
תהא שנת סאך וואסער.
במחילת כבודך ר' חיים חייקל
"בן הרחמן" האט דיר שוין האלב אויסגעכאפט... קוק אויבן.
ערשטע מאל אין מיין לעבן איינער בעט מחילת כבודי פון דעם פשוט'ן
חיים חייקל דער וואסער טרעגער פון דארף
אוי מיין פרייד... ווער קען דאס שאצן...
שוין אז איינער בעט דאס שוין ענדלעך, וועל איך אים דאס נאכגעבן