ערב ראש השנה תשס"ו לפ"קברשות הדיין מוה"ר
ר' זרח שליט"א וברשות ראשי הקהילה,
ר' יענטאאש,
ר' בן-הרחמן,
ר' נפחא,
ר' נאט-טו-ביזי כל אחד בשמו הטוב יבורך!
איך וואלט געשריבן אין לשון הקודש, אבער מיין מח איז ווי פארגליווערט פונעם אימת יום הדין, און איך לאז איבער דאס ווארט פאר מיין הארץ, וועלכער גלייכט צו רעדן 'מאמע לשון'.
די צייט איז זייער אנגעצויגן, הימים ימי פחד, דער פארכטיגער יום הדין דערנענטערט זיך שוין מיטן פולן טעמפא, עס איז קוים דא צייט אנצוגרייטן זיך בגשמיות, אויפקלעבן די בלעטער פון די נייע מחזורים, זיך איינהאנדלן די סימנים, כל שכן זיך צוגרייטן ברוחניות, אויף וואס מען ברויך אסאך שווערער הארעווען:
בתשובה ותפלה וצדקה.
אבער לפטור בלא כלום אי אפשר, איך קען נישט צוגיין צו די הייליגע טעג אן אריינווארפן אפאר ווערטער צו מיינע געטרייע חברים דא אין קרעטשמע, חברים וואס זענען מיר נאנט און צוגעבינדן אהבת נפש, מיט טייל פון זיי האב איך אפילו די זכיה געהאט שוין צו פארברענגן שעות ארוכות בכתב אדער גאר בפה און מיר האבן שטארק הנאה געהאט איינער פון צווייטן (איך האב זיכער הנאה געהאט).
איך וואלט געשריבן אויפן גראם, עס וואלט אפשר געווען מער מלא טעם, אבער ווי אויבנדערמאנט: איך האב געלאזט מיין מח וואנדערן איבער די הרי אררט, און איך שרייב דא ווערטער וואס גיסן זיך פון מיין הארץ, מיינע געפילן בושעווען אין מיר, דער צייט מאנט, ער שרייט:
הנה יום הדין!מיר געזעגענען זיך יעצט פונעם יאר תשס"ה. א יאר וואס טייל פון אונז - הלואי יעדער - זענען געשטיגן, קונה געווען בלעטער גמרא, שעות פון לימוד התורה, אסאך חסדים געטאן מיט אידישע קינדער וכו' וכו'. פון די אנדערע זייט קענען מיר זיך נישט פארהוילן פון די צווייפלהאפטע אקטיוויטעטן וואס מיר טוען אומבאוואוסטזיניג, אן איבערקלערן זיך, און אודאי נישט מיט ווידערשפעניגקייט.
ווי מיר זאגען יעדן טאג: שאין אנו עזי פנים וקשה עורף לומר לפניך וגו' צדיקים אנחנו ולא חטאנו... אבל אנחנו ואבותינו חטאנו. אוי אוי אוי אשמנו בגדנו וגו'.
אבער ווי די גמרא זאגט שוין דעם לימוד זכות:
רבונו של עולם, גלוי וידוע לפניך עס איז באקאנט פאר דיר הייליגער באשעפער
שרצונינו לעשות רצונך = אונזער ווילן איז צו טאן דעם רצון השם,
ומי מעכב = ווער איז דער יעניגער וואס פארמיידט אונז דערפון, דאס איז דאך דער
שאור שבעיסה = דער יצר הרע וועלכער איז ווי א שטיק זויערטייג, וואס ווי עלטער דאס טייגל ווערט, אלס מער יערט דאס. דאס זעלביגע איז אמת ביים יצר הרע, ווי לענגער מיר געפונען זיך אין גלות, אלץ שטערקערע כלי משחית געפונען זיך אין די אלטע הענט פונעם נארישן קעניג דער יצר הרע.
ברודערלעך טייערע, מיר פארברענגן דא אזוי שיין אין קרעטשמע שוין א שטיקל צייט. איינער מער און איינער ווייניגער. הצד השוה שבהן, אז מיר אלע האבן צוטריט צו די טריפה'נע וועלט, און מיר ברויכן זיך זייער אכטונג געבן אז די נשמה זאל בלייבן יעדן אויפדערנאכט כאטשיג אזוי ריין ווי זי איז געווען יענעם אינדערפריה.
לאמיר תשובה טאן אינאיינעם אויף אלע אומרעכטן וואס מיר זענען באגאנגען דורכאויס דעם פארגאנגענעם יאר. לאמיר מאכן א תשובת הרבים וואס כידוע העלפט דאס ווי תשובה מאהבה, די עבירות ווערן פארוואנדעלט אין זכיות, און מיר זענען יעצט אין א מצב וואס מיר קענען נוצען אסאך פון די גוטע סחורה וואס רופט זיך זכותים.
לאמיר זיך אינאיינעם פארנעמען מיט א פעסטקייט אז אי"ה דעם קומענדיגן יאר
שנת תשס"ו וועלן מיר זיך נישט לאזן פונעם יצר הרע, מיר וועלן זיך קעגנשטעלן און מלחמה האלטן מיט אים. מיר וועלן מער שעות אוועקגעבן פאר תורה, ערליכער אינזין האבן דאס דאווענען, און בעיקר
ווייניגער זיך דרייען אין די שמוציגע גאסן פון דעם סייבער וועלט וואס האט שוין אוועקגע'הרג'ט פון אונז דאס סמעטענע.
באמת וואלט איך געברויכט אויסרעכענען אסאך נעמען פון חברי הקרעטשמע, אלטגעזעסענע און נייגעקומענע צוגלייך, יעדן באזונדער אנוואונטשן מיט אלע ברכות. ווייל למעשה,
אן אייך וואלט דער קרעטשמע זיך נישט ערווארבן צו איר הויכן שטאפל וואו זי שטייט היינט מיט שטאלץ!עס איז אונז א כבוד, און מיר שטאלצירן דערמיט, אז אונזער קרעמל איז ברוך ה'
נקי מחשש לשון הרע ופאליטיק, מיר פארשווייגן דא נישט קיין טשעפערייען און מחלוקת ח"ו, ווי אויך טוען מיר אויסמעקן אנדערע סארט ווערטער וואס זענען נישט צום געשמאק פון אונזערע היימישע ליינער.
מיר פון אונזער זייט וועלן ווייטער פרובירן אנצוהאלטן דעם ניווא און קוואליטעט פונעם פורום - מיט די הילף פון אונזער חשוב'ע שטאב מנהלי משנה וואס שטייען צו דער האנט אונטערן 'קרעטשמער' נאמען - אז איר זאלט שטענדיג געפונען ביי אונז א גוט ווארט, זאל דאס זיין א דבר תורה אדער להבדיל סתם א פרייליך געדאנק, אויפצוהייבן אייערע געמיטער, צו קענען ווייטער אנגיין מיטן טאג-טעגליכן מיט א שמייכל!
עס איז מיר זייער שווער אויסצורעכענען יעדן מיטגלידער ביים נאמען, און ארויסברענגן יעדנ'ס אייגנארטיגקייט וואס דאס גיבט צו א חן און א פילפארביגקייט צום פארום, על כן זאלן די פאר ווערטער גערעכנט ווערן ווי גלייך איך האב יעדן אויסגערעכנט!
איך פארענדיג מיינע ווערטער מיט א ברכת כתיבה וחתימה טובה פאר אייך אלע, איר זאלט יעדער געהאלפן ווערן מיט וואס ער ברויך, אלע אונזערע תפילות זאלן אנגענומען ווערן לרחמים ולרצון לפני אדון כל, און מיר זאלן אלע אינאיינעם זוכה זיין מקבל זיין פני משיח צדקינו במהרה בימינו אמן!
קרעמער
דער געוועזענער ארענדער
איך וועל פארענדיגן מיינע רייד מיט א דבר תורה וואס איז אין איינקלאנג מיט די גייסט פונעם קרעטשמע:
מיר שרייען אויס נאך מוסף אין די טעג וואס מען בענטשט טל אדער גשם: לְחיים ולא לַמות!!! שטעלט זיך א שטיקל פראגע, די וואס האבן אמאל געלערנט מסכת נדרים ווייסן, אז ווען עס שטייט א פת"ח למ"ד (לַ) מיינט דאס "נישט". למשל "לַקרבן" - זאגט די גמרא - מיינט "עס זאל נישט זיין קיין קרבן"!
אויב אזוי שטעלט זיך א שטיקל פראגע: עס וואלט לכאורה גענוג געווען צו זאגען אז דאס יאר זאל זיין "לַמות" = נישט צום טויט! וואס פעלט נאך אויס צוצולייגן אז עס זאל זיין "לחיים" = צום לעבן!?
אבער דער תירוץ איז זייער פשוט:
עס איז דא אזא סארט לעבן וואס איז 'מהיכי-תיתי'דיג, יא, מען לעבט. אבער דאס לעבן איז נאר 'אבי-געלעבט', פשוט; אז די פולס קלאפן, און דאס בלוט שטרוימט אין די אדערן, לעבט מען דאך...
אבער מיר בעטן אויף גאר אן אנדער סארט לעבן. מיר בעטן אויף א "לחיים" = א לעבן!!! נישט נאר א "לַ-מות"'דיג לעבן.
דאס איז דער פשט (לעניית דעתי) אין דעם "לחיים ולא למות" = מיר זאלן האבן א לעבעדיג יאר! פול מיט לעבן! ניט נאר א ניט-טויטער יאר!
לחיים!!!
תוקן על ידי - kraitchmer - 07/10/2005 15:53:38