היות אונזער חשובער אומפארגעסליכער געוועזענער מנהל קרעמער יר"ה איז פאקטיש געווען דער מייסד ומנהל הפורום, דעריבער מיין איך אז ער פארדינט א באזונדער אשכול, ווי אלע חברי הפורום, שרייבער'ס ווי באזוכער און דורכגייער צוגלייך, זאלן אים אפגעבן זייערע וואונטשן צום נייעם יאר.
ברכת השנה - פאר קרעמער
ברכת השנה - פאר קרעמער
שטייענדיג בלויז עטליכע טעג אפגעריקט פונעם נייעם יאר, שפיר איך א ספעציעלער חוב אויסצודריקן מיינע לויב ווערטער פאר אונזער באלימטן געוועזענעם מנהל, קרעמער יר"ה, און אים ספעציעל צוטיילן מיינע וואונטשן צום נייעם יאר הבעל"ט.
חשובער באליבטער געוועזענער מנהל:
זייענדיג א מיטגלידער אין אייער קרעטשמע האב איך אייך קענען געלערנט אלץ א זעלטן קלוגער און באלערנדער מענטש. איר פארמאגט אין זיך אייגנשאפטן און כשרונות וואס מ'טרעט זעלטן, זעלטן מ'זאל זיך באגעגענען מיט א מענטש וואס זאל כולל אין זיך אזויפיל כשרונות וואס מ'זעט ביי אייך. עס איז באמת א געשמאק צו ליינען – איך מיין א חוץ פון אייערע געשמאקען שרייבערישן סטיל וואס דאס איז א פרשה בפני עצמו - אייערע טיפזיניקע געדאנקען, אייערע אינטערסאנטע באשרייבונגען און באלערנדע ארטיקלן, אינטערעסע'דיגע אשכולים און צוציענדיגע טעמעס, און ווער רעדט נאך פון אייערע תוכנ'דיגע שארפע תגובות וואס זענען אלעמאל געווען קורץ שארף און צו דער זאך.
א מסכת בפני עצמו איז אייער ברייטער ידיעות התורה, באמת א תלמוד חכם ויודע ספר, סיי אין מסכתות הש"ס; סיי בעניני הלכה; און סיי בעניני חסידות. אויך איז נישט ארויס צו לאזן אייער ברייטע באקאנטשאפט אין עניני הויית העולם, וואס לויט ווי מיר האבן געליינט אין אייערע ארטיקלן זענט איר אין דעם אויך נישט קיין גרויסער ע"ה.
עס איז באמת א פארלוסט אז מיר וועלן ווייניגער קענען געניסן פון אייער אנוועזנהייט.
אלענספאל ווילן איך אייך אנוואונטשן פון טיפן הארצן, השי"ת זאל אייך פארשרייבן א זיס יאר, א לעכטיג יאר, א יאר וואס דו זאלסט זוכה זיין צו ימלא ה' כל משאלות לבך לטובה, הן בגשמיות והן ברוחניות, ובכל אשר תפנה תצליח.
וואו עס וואונטש דיר דיין פריינד
זארעכ
תוקן על ידי - זארעכפעפער - 30/09/2005 3:52:41