אזויווי עס דערנענטערט זיך דער יום הדין, וואס אפילו די פיש אין וואסערן ציטערן פון דעם,{דרך אגב, איך האב ערגעץ געזעהן א טעם פארוואס די פיש ציטערן, ווייל ראש השנה עסט מען א קאפ פון א פיש...} און ווער קען זאגן זכיתי לבי, מילא אויף די עבירות שבין אדם למקום קען מען תשובה טאן, זיך אויסוויינען פארן אב הרחמן, אבער די עבירות שבין אדם לחבירו איז דאך אפילו יום הכיפורים אינו מכפר עד שירצה את חבירו.
נא! וואס טוט מען דא!.
על כן וויל איך דא איבערבעטן יעדעם איינעם,
בראש וראשון וויל איך בעטן מחילה פון "מר. קול מבשר", די טוסט אונז אזוי שיין מהנה זיין, און אונז האמיר דיך גענומען פאר א ציל-ברעט חוזק צו מאכן פון דיר, כ'האף אז די וועסט אונז פארגעבן, אונז האמיר חס ושלום נישט געמיינט דיך פערזענליך. ובחדא מחתא וויל איך דיך טאקע באדאנקען, אז די ביסט אונז אייביג געשטאנען צו הילף, ווען אונז האמיר נישט געהאט וואס צו טון.
נאכדעם וויל איך איבערבעטן די אלע אידן, וואס קענען נישט סובל זיין ווען מ'שרייבט א פינטעל נאך די גענזען פיסלעך, אדער איינגערונגעלט, ווי אויך די אלע וואס טוט זיי וויי ווען איינער שרייבט און אנשטאט אין וכן להיפוך, אדער צו אנשטאט צי וכן להיפוך, וכו' יכלה הזמן והם לא יכלו.
און צום לעצט וויל איך איבערבעטן אלע חשוב'ע גולעשים, טאמער האב איך אמאל פוגע געווען אין איינעמס כבוד, אדער טאמער האב איך נישט גענוג קאמפלימענטירט, אדער טאמער האב איך נישט געגעבן פאר איינעם דעם גרינע מענטשעלע ווען ער האט געהאלטן אז עס קומט זיך אים.
זאל דער אייבערשטער העלפן, עטס זאלטס ענק אלע אויסבעטן א גיט געבענטשט יאר.
א כתיבה וחתימה טובה, ווי עס וואונטשט נפחא, כעת מנהל משנה ב"היימישע קרעטשמע".
תוקן על ידי - nafcha - 29/09/2005 23:25:54