היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » כתיבה וחתימה טובה

כתיבה וחתימה טובה

21 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1591016

jewboy » 27/9/2005 18:00


דא קען יעדער זיך ווינטשען א גוט געבענטשט יאר, לייגן שנה טובה קארטלעך, און וכו'.

אויף זיך איבער צו בעטן איינעם מיטן צווייטן געט א קוועטש דא http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1589886.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איחודמעמבר » 27/9/2005 18:02

Jewboy

עס איז זייער געשמאק אז מען זעט דיך שוין ענדליך צוריק דא אין פורום, נאך אזא לאנגע צייט פון וואקאציע.

דער עולם האט זיך שוין געבענקט נאך דיר!

צלח ורכב!

allnewspic » 27/9/2005 18:10


אין נאמען פון די אדמו"רים רבנים שליט"א ווינטשען מיר א גוט געבענטשט יאר פאר כלל ישראל.

[בילד – נישט אפגעהיט]

יוסף90 » 27/9/2005 18:11

דער סאטמארער רבי נעבן בעלזער

נו?

פשטידא » 27/9/2005 18:15

צו מיינע חשוב'ע ידידים
כבוד הרב ALLNEWSPIC המנהל החשוב
כבוד הרב JEWBOY
כבוד הרב מקוה איד
כבוד הרב BROOKLYNER
און אלע חשוב'ע גולשים פון חדשות אנ"ש הבירה

א גוט געבענטשט יאר.
א יאר פון שלום
א יאר פון אחדות
א יאר פון אהבת-חינם.

און א יאר פון א ישועה פאר גאנץ כלל ישראל
במהרה בימינו אמן

ידידכם באמת
פשטידא

פדן_ארם » 27/9/2005 18:58

א גוט געבענטשט יאר אייך מיינע חברים דא אין אנ"ש
און ספעציעל וויל איך באדאנקען די נ'ארונישער פארטיי מיט זייערע נאכפאלגער דא אויף אנ''ש פאר אזוי סאך פאן(fun)וואס עטץ האט מיך געשאפט דעם יאר און איך האף עטץ וועט דאס פארזעצן ווייטער דעם קומענדיגער יאר
און צום לעצט וויל איך איבערבעטן אין נאמען פון היידפארק די אלע רבנים אויפן בילד אויבן אויף וואס מען האט צוזאם גערעדט אויף זיי דא א גאנץ יאר
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 27/9/2005 19:07

שיקט אן ECARD פאר אייער חבר דא
http://www.chabad.org/holidays/jewishnewyear/greetingcards/default.asp
[בילד – נישט אפגעהיט]

דאכענע » 27/9/2005 19:31

קיין פראבלעם...

טאמעטא » 27/9/2005 19:37

דאכענע
איך זע אז די האסט נישט וואס צטו טון מיט די צייט

Catskills » 28/9/2005 01:28

לכבוד ר' ALLNEWSPIC וואו איז די בילד וואו מען זעהט דעם גרויסען עולם??

חלילה_וחס » 28/9/2005 07:59

א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע שרייבער!
איך בעט איבער יעדן איינעם וועמען כ'האב אפשר געטשעפעט. לאמיר זיך מתקן זיין די כתיבה, שרייבן נאר גוטס אויף אידן, וועט אונז דער אויבערשטער באצאלן מדה כנגד מדה, און פארשרייבן א זיס לעכטיג יאר, כתיבה וחתימה טובה!

gishmoker » 28/9/2005 09:10


א גוט זיס לעכטיג יאר פאר אלע חברים און גאנץ כלל ישראל

דדא האט איר א גוטן לינק פאר שנה טובה קארטלעך מיט מוזיק... גיטס א קליק אויף שנה טובה קארטס

http://www.123greetings.com/

בןיהודה » 28/9/2005 14:51

און איך פון ארץ ישראל ווינטש איך דיר אלע דיינע גוטע

פריינד און אלע עקן פון דיא וועלט

איך זעה אז דיא האסט א שווערער ארבעט

אמאהל איז גיוועהן גינוג פון יעדער חסידות איין פיקטשע

היינט דארפסטו האבין פון יעדער חסידות עטלעכע בילדער

jewboy » 28/9/2005 15:36

קעטסקל.

די בילד פון אויבן א ביהמ"ד אין בארא פארק.

די בילד פון אונטן ביי מיין חתונה.

tzvibp28 » 28/9/2005 16:31

שמואל דוד ה"ש לעבן זלמן לייב? נווווווווו

natan101 » 1/10/2005 23:02

...
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 3/10/2005 15:28

טייערע חברים כל אחד בשמו יבורך,

ראשית כל, וויל איך מפייס זיין די אלע וואס זענען באליידיגט געווארן פערזענליך פון מיינע ווערטער דורכן יאר, סיז נישט קיין סוד איך האב זייער א שטארקע פעשן און מיינונג צו איין צד פון די סאטמארע מחלוקה, אהרוני בלע"ז, אבער די וואס קענען מיך פערזענליך, און סיז דא א היפש אפאר וואס קענען מיך, ווייסן אז ווען איך רעד צו א מענטש א בשר ודם, פעיס טו פעיס, וועל איך קיינמאל נישט וויי טאן אדער זיין דיסריספעקטפול, נישט קיין נפק"מ צו וועלעכע פארטיי ער באלאנגט, איך וואונטש קיינעם נישט קיין שום שאדן אדער צער, די אלע טענה'רייען דא זענען בלויז אנאנימעס ניקס, און איך האף באמת אז קיינער איז נישט באטראפן געווארן. אויב יא, בעט איך ענק איבער, און זאגטס מיר וואס איך זאל מתקן זיין.

העווינג סעד דעט, וויל איך וואונטשן א זיס לעכטיג יאר פאר אלע גולשים וכל חיניכיו וכיניו,

קודם פאר מיינע סאטמארע קאלעגעס, איחודמעמבר, קעי.דזעי.פייערמאן, שורשנגח, זאליוועקי, יוסף90, למיניהם, וויל איך וואונטשן אז מיר אלע זאלן שוין זוכה זיין צו שלום ושלוה בתוכינו, דער אייבישטער קען אלעס, אפי' ווען עס קוקט אויס אזוי פינסטער, אז ס'קען נישט זיין קיין שלום, ותשועת השם כהרף עין, מיר אלע ווילן דאך אז די שנאת חבירינו זאל אפגעטאן ווערן פון אונזערע הערצער, אויב סיז דא שלום, איז בעסער פאר אידישקייט, חינוך, מנוחה הנפש, שמחה, פרנסה, וואס נישט.

איצט פאר מיינע חשובע קאלעגעס מנהלי הפורמים, אלל-ניוס-פיק, דשובוי, פשטידא און ברוקלינער, חוזקו ואמצו, אל תערצו ועל תעזבו!

אויך פאר די אנדערע וועליובל גולשים, באטשי, בןמלך, איגריקע, יוחי, דשיד, יענקיס, למיניהם, שכוח פאר ענקער וויסדעם און אינפוט.

האטס מיר אלע א כתיבה וחתימה טובה, איי לאוו יו!

איחודמעמבר » 3/10/2005 15:39

TZVI

מען האט פארגעסן פון דיין רבי'ן...

Politic » 3/10/2005 17:21

Wishing you a Happy & a Healty New Year with Peace and Prosperity.

Shana Tova

kutchma » 3/10/2005 17:41

כתיבה וחתימה טובה, להגולשים, קוראים, כותבים, ולכל ישראל.

א גוט געבענטשט יאר!

natan101 » 5/10/2005 22:45

!!A GOOD LINE I GOT FROM A FRIEND

Wishing you 12 months of happiness, 52 weeks of gezunt, 365 days of bracha,8760 hours of mazel, 525600 minutes of simcha, 31536000 seconds of happiness & a gut gebenched yur!