היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ויואל משה תמוה מאוד

ויואל משה תמוה מאוד

24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1585430

Baachi » 23/9/2005 22:41

פון פרשת השבוע כי תבוא

אין ויואל משה מאמר יישוב ארץ ישראל

הרי שגם האוה"ח הק' גדול האחרונים הכריע מפשט הכתוב כדעת רש"י ז"ל שאין מצוה בישיבת ארץ ישראל ולא כדעת הרמב"ן

קוקטס אריין אין אוה"ח הק' די וואך
אויף דעהם ערשטן פסוק

(א) והיה כי תבא אל הארץ אמר והיה לשון שמחה (ב"ר מב ג), להעיר שאין לשמוח אלא בישיבת הארץ,...
שלישית ישיבת הארץ שהיא מצוה בפני עצמה כמו שמצינו כמה הפליגו רבותינו ז"ל במצות ישיבת הארץ (כתובות קיא):


אויך אין פרק ל פסוק כ'

(כ) ... ואומרו לשבת על וגו' - כאילו אמר ולשבת וגו', ודבר זה גם כן הוא מהשגת השלימות, כי ישיבת הארץ היא מצוה כוללת כל התורה, צא ולמד ממאמרם ז"ל (כתובות קיא) שכל ההולך בה ארבע אמות יש לו חלק לעולם הבא שכולו חיים:

אויך אין פרק י"ג פסוק ג' אין פרשת עיר הנדחת

(יג) לשבת שם לאמר אומרו לאמר, נתכוין למה שאמרו ז"ל (כתובות קיא) שיש מצוה לשבת בארץ כנען,


דער אוהח"ק פאררופט זיך אויף די גמרא כתובות וואס רעדט זיך בזמן הזה, די גאנצע שלש שבועות נעמט זיך פון דארט...די מחלוקת ר' זירא ור' יהודה הרבה לאחר החורבן.

ווי אזוי קען מען זאגן אז דער אוה"ח הק' האלט אז סנישטא קיין מצוה פון ישיבת ארץ ישראל

ער האט דאס פארזעהן? אדער בכוונה נאר געברענגט האלבע מקורות?



נכתב בחוץ לארץ לפני שב"ק




תוקן על ידי - baachi - 23/09/2005 22:47:47
[בילד – נישט אפגעהיט]

מקוה_איד » 23/9/2005 22:47

צע"ג

Baachi » 23/9/2005 22:51

מקוהאיד

שוין ב"ה נאך די גרויסע חתונה (שמעתי שהיה זעהר געלונגען! וגם השבע ברכות)

האסטו דאך שוין צייט מעיין צו זיין

באראש » 23/9/2005 23:13

באטשי זיך דיר א צווייטער יחצא-ל.

און לאז אפ דעם סאטמאר רבין זיעועכי"א, די ביסט נישט ווערט אפילו זיין נאמען צו דערמאנען.

worldwar » 23/9/2005 23:17

פארוואס פרעגסטו נישט א סתירת אוה"ח הק'

אחת_למעלה » 23/9/2005 23:31

די ארונים האבן אן ערענסטען פראבלעם מיט כ"ק סאטמאר זצוק"ל. דער אלטער רבי האט פיינט געהאט די וויזשניצע שטיק וואס ר' אהרן האט ליידער אריינגעברענגט. די אלע מינים הוועיות שונות וואס אב"ד קר"י מאכט ביי זיינע באטעס און טישן איז געווען אפגעפרעגט ביי חסידי סאטמאר. אשר על כן מוזען זיי אראפברענגען דעם רבי'ן זצ"ל פון אויבען און אים אפפרעגן. ליידער ליידער...

ווארהייט » 23/9/2005 23:36

שוטה שבעולם, באטשי איז קיינמאל קיין סאטמערער נישט געווען, און אויב האט ער עפעס מיט סאטמאר איז ער ענדערש א זאלי ווי אהרוני

Baachi » 23/9/2005 23:41

worldwar

פרעגסט גוט

סנישט קיין סתירה, דער אוה"ח הק' שרייבט נאר דארט - גבי וירישתם אותה וישבתם בה - אז דער פשט אין יענעם פסוק איז ענדערש אזוי ווי רש"י, אבער נישט אז סאיז נישט קיין מצוה.

אדרבה, ווילסט זיך פשטל'ן איז א ראיה אז רש"י אליין קען אויך האלטן אז סאיז א מצוה, נאר ער קומט נאר ליישב פשוטו של מקרא.

וז"ל האור החיים הק' בפרשת מסעי

(נג) והורשתם את וגו' וישבתם וגו' רש"י ז"ל פירש שהמצוה היא והורשתם, אבל וישבתם היא הבטחה, ורמב"ן ז"ל פירש שהמצוה היא וישבתם, ומכאן סמכו לומר (כתובות קי:) הכל מעלין לארץ ישראל:
ונראה פשט הכתוב כדברי רש"י, ממה שגמר אומר כי לכם וגו' לרשת אותה, ואם הישיבה היא המצוה, היה לו לתלות בעיקר המצוה ולומר כי לכם וגו' לשבת בה:

ער איז דאך נישט מחולק אויף די גמרא? ער רעדט פון פשט הכתוב

די גרעסטע ראיה פון אלעם איז מעשה רב, דער אוהחה"ק אליין איז געפאהרן וואינען קיין ארץ ישראל.



תוקן על ידי - baachi - 24/09/2005 0:02:28

tzvibp28 » 23/9/2005 23:47

באראש
אויף א פסוק חומש מעג מעןפרעגן נאר אויף ויוא"מ נישט?

shia550 » 24/9/2005 00:03

איך האב דעם קושיה נישט געליינט דערווייל, אבער אז עס איז דא א קושיה ווערט נישט דער ספר קלענער.

אדרבה
פונקט אזוי ווי מען פרעגט אויף א פני יהושע אין מען ענטפערט, קען מען פרעגן אויף א ויואל משה און ענטפערן.

נאר אויף א קליינער מענטש מעג מען נישט פרעגן, אדרבה אז מען פרעגט איז א סימן אז דער ספר איז מוחזק פאר אמת, וללמוד באנו.

ווארהייט » 24/9/2005 00:17

שיע

מלוה_מלכה » 24/9/2005 00:20


דער אור החיים הק' רעדט פון זמן הבית.
בזמן הזה איז אין מצוה בישיבה

Baachi » 24/9/2005 00:25

מלוהמלכה

ליין איבער די קשיא פאר די ענפערסט

די גמרא אין כתובות דעדט בזמן הזה

majyar718 » 24/9/2005 00:27

דער תירוץ איז זייער פשוט:
היינט איז נישט שייך מצות ישיבת הארץ
זייט די ממשלת זדון ומלכות הרשעה די מינים ואפיקורסים וואס האבן געמאכט דארטן א מלוכה פאר ביאת המשיח און זיי רייסען אויס דאס אידישקייט פון כלל ישראל הן מיט אמונה, שבת, נבילות וטריפות,וכו' וכו'
און נישט נאר ס׳איז נישט קיין מצוה, נאר ס׳איז א סכנה!
וחמירא סכנתא מאיסורא.

ממילא ווער ס׳איז שוין דארט מימי קדם
איז דאך נישטא קיין ברירה.
אבער אהין ציען בהחלט אדער אהין שיקען די בחורים איז בבחינת מאבד עצמו לדעת...

אפילו ליגן דארטן לאחר מאה ועשרים
איז מען אויך נישט פארזיכערט
צו אויסגעגראבן ווערן......

וזאת התורה לא תהא מוחלפת!
אונז גלייב מיר אין ביאת המשיח!
און אין אלע 13 אני מאמין׳ס!

יאגעלע » 25/9/2005 04:00

האסט זיך גענומען איבער דעם ויואל משה מיטן ציל עס אראפצורייסן? גלייב מיר אז דער סאקמער רב ז"ל וואלט נישט געוואלט אז דו זאלסט עס לערנען...

Baachi » 25/9/2005 06:59

MAGYAR

איך האב געליינט דיין תגובה וואס דו האלטסט, און דו ביזט בארעכטיגט צו האבן דיין אייגענע מיינונג.

די שאלה איז אבער נישט געוועהן וואס דו האלסט, די שאלה איז געוועהן וואס
דער אור החיים הק' האלט.

און פארוואס דער ויואל משה ברענגט אנדערש ווי עס שטייט בפירוש

majyar718 » 25/9/2005 07:11

באטשי כ'האב דיר ג'ענטפערט
ביידע זענען גערעכט אויף זייער צייטן

זשוליאני08 » 25/9/2005 09:18

באטשי, האסט נישט געטראפן מיט וועמען זיך צו פארמעסטן? נאר מיט'ן סאטמארער רבי'ן זצוק"ל?

נבוכדנאצר » 25/9/2005 18:14

פרשת עקב
[בילד – נישט אפגעהיט]

באראפארקער » 26/9/2005 02:16

דער אמת אין דער נושא, אז באטשי איז גערעכט, דער אור החיים הקדוש האלט אז עס איז בפירוש יא דא א מצוה פין ישוב ארץ ישראל, אבער קיין קשיא איז נישטא אזוי ווייט אויף'ן ויואל משה, ווייל ער וויל נישט ארויסברענגען דאס ווייל ער וויל אוועקמאכען די מצוה פין ישוב א"י, ער וויל נאר זאגען אז דער רמב"ם האט נישט קיין פראבלעם פין דעם פסוק ווייל לויט רש"י און דעם אוהח"ק מיינט עס נישט ישוב ארץ ישראל.


אבער די אינטרעסאנטע פונקט פין די זאך איז, צו זעהן ווי די סאטמורים האלטען עס נישט אויס, זיי פלאצען אויף טויזענט ווי איינער וואגט זיך צו פרעגען א קשיא אויף'ן ויואל משה.
וואס איז געשעהן? מה כולה ראש? איז ער דען געווען דער מורח וודאין וואס קען נישט מאכען קיין טעות? זאגען דען נישט די סאטמארע אז אפילו משה רבינו האט געמאכט א טעות?

geferlich » 26/9/2005 03:22


מיין אלטער פריינט איך גלייב עס נישט

איך וועל רעדן צו דיר גאר איידל

נאך אזא שטארקע תמוה אויפן ויואל משה קענסטו נאך צוענדיגן
"נכתב בחו"ל לפני שבת" ?

ביי מיר איז ברור איינס פון די צוויי:
אדער איז דאס א ליגנט.
אדער האסטו יא בעצם א גוטן תירוץ אויף די תמוה.

איך וויל נישט אננעמען אז די קשיא איז נישט קיין קשיא,
ווייל דאס וואס קיינער האט נאך נישט באוויזן
קען א באטשי אין הייד יא באווייזן.

כתיבה וחתימה טובה.

נ"ב באישי גיב איך דיר א גוטן תירוץ אויפן גוף התמוה.

Baachi » 26/9/2005 18:02

גיפערליך

איך זעה דו ווילסט ווייזן קבל עולם ומלואו פון וועלכען חדר דו קומסט, פארדעהם אטאקירסטו פערזענליך ווען דו האסט נישט וואס צו ענטפערן.

שפאהר דיר צייט. שרייב א קללה כדרכך, וועסטו די זעלבע אויפטוהן.

חוץ אז דו ווילסט תשובה טוהן אין אויף הערען צו שעלטן יידען.

BTW

איך האב גארנישט געקריגן באישי!

און בעצם פארוואס ענפערסטו נישט דא ברבים? סקען דאך ח"ו איינער בלייבן ביי די קשיא.



תוקן על ידי - baachi - 26/09/2005 18:03:29

קרינסקי » 27/9/2005 13:58

וואס איז מיט חזקה פון מידי דעבודי לגלוי לא משקרי אינשין?

געפערליך איז באמת געפערליך אויב ער צוברעכט א חזקה פון די גמרא.

Baachi » 27/9/2005 15:52

נאך אלץ גארנישט געקריגן באישי

קרינסקי

דער כלל וואס דו זאגסט רעד זיך פון "אינשי"

דא האנדלט מען מען מיט א ניק

מוזטו ברענגען א כלל פון הלכות ניקור (גידי חלב ודם וגיד הנשה)

איינע פון די הויפט כללים דארט זענען אז ממוז זיין א מומחה פאר מ'פאטשקעט זיך מיט דעהם...

כתיבה וחתינה טובה